מכתב יומי

כט אדר א' תשפ"ב

March 02 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אז דו ווילסט אנטלויפן - אנטלויף צום אייבערשטן, אנטלויף צו די תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה - וועסטו ווערן געראטעוועט. אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאג די ווערטער, דורך די ווערטער פון משניות און די ווערטער פון גמרא - וועסטו זיך באשיצן פון אלעם שלעכטס.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל וויסן דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר. איך האב געהערט פון מוהרא"ש די ווערטער: "פרויען וואלטן זיך געקענט איינשפארן אזויפיל צרות ווען זיי שערן זיך אפ די האר"; נישט איינמאל און נישט צוויי מאל האב איך מיטגעהאלטן מעשיות ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר פרויען אז זיי וועלן זיך שערן וועלן זיי האבן א ישועה; דו פון דיין זייט זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב און דיינע טעכטער זיי זאלן זיך שערן.


איך בין זייער פרייליך אז היינט איז דא נאך א חתונה אין ישיבה, א תלמיד פון ישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא. מען זעט די כח פון א צדיק, די כח פון מוהרא"ש וואס ער האט אריינגעברענגט אין אונז אמת, מיר זאלן נישט טון קיין נארישקייטן, מיר זאלן נישט בארגן געלט, זיך נאריש מאכן מיט טייערע שמחות פאר כבוד המדומה.


מיר זאגן היינט יום כיפור קטן; מיר זאגן יעדן ערב ראש חודש יום כיפור קטן. היינט איז ארויס א רוף פון די רבנים אז מען זאל מתפלל זיין פאר די אידישע קהילות אין אוקריינא, זיי זאלן נישט געשעדיגט ווערן בעת מלחמה. מיר דארפן אויך בעטן מיר זאלן קענען קומען ראש השנה קיין אומאן צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.