מכתב יומי
כט חשון תשע"ט
November 07 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
גיי אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב יעדן טאג און זיי נישט אזוי צעבראכן ביי דיר. דער אייבערשטער ווארט אויף דיינע תפילות; ער וויל דיר געבן גוטס, דו דארפסט אבער ברענגען א כלי צו נעמען דאס גוטס.
זיי נישט אזוי מיאוש; "אלט טאר מען נישט זיין" - האט דער רבי געזאגט - (שיחות הר"ן, סימן נא): עס איז נישט גוט צו זיין אן אלטער חסיד, אן אלטער צדיק, אלט איז נישט גוט"; מען דארף זיך כסדר באנייען.
דער יצר הרע וויל נאר אז דער מענטש זאל ווערן אלט, אזוי רופט אים שלמה המלך (קהלת ד, יג): "מֶּלֶךְ זָקֵן וּכְסִיל", אן אלטער נארישער קעניג; דערפאר דארפן מיר גיין פארקערט פון אים און זיך שטענדיג באנייען. די הייליגע חכמים זאגן (ספרי ואתחנן פסקא ו, הובא בבית יוסף אורח חיים ריש סימן סא): "בְּכָל יוֹם יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ כַּחֲדָשִׁים", יעדן טאג דארף מען אנהייבן לערנען, דאווענען און דינען דעם אייבערשטן ווי א נייע זאך.
דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיט א מתנת חינם אז איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש סוף יאר תשס"ד; צענדליגער און הונדערטער מענטשן האבן זיך זייט דעמאלט דורך געדריידט 'היכל הקודש' און דערנאך אוועק געגאנגען, זייער ווייניג תלמידים זענען געבליבן תלמידים.
ווי נאר מען הייבט אן ווערן אלט איז מען אין א סכנה; איך פלעג זייער שטארק מעורר זיין די תלמידים פון ישיבה זיי זאלן קומען יעדע ליל שישי צו די שיעורים וואס מוהרא"ש פלעגט געבן. עס זענען געווען אינגעלייט וואס האבן מיר געזאגט אז זיי האבן נישט קיין געפיל צו די דרשות, האב איך זיי געזאגט: "איר זענט אין די גרעסטע סכנה און איר דארפט האבן די שיעורים מער ווי אלעמען"; ווייל ווילאנג א מענטש האט א געפיל און ער ווייסט אז זיין לעבן איז אנגעהאנגען נאר אינעם הייליגן רבי'ן, דאן איז גוט, אבער די רגע וואס ער טראכט: 'איך דארף שוין נישט קיין חיזוק', דעמאלט איז זייער ביטער. עס איז נישט דא א גרעסערע סכנה פארן מענטש ווי צו זיין א חסיד שנפל; רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות ראש חודש, הלכה ז, אות נב; ועוד): "איך האב געהערט פון הייליגן רבי'ן אז א חסיד שנפל איז ערגער פון איינער וואס שמד'ט זיך השם ישמרינו".
אין שו"ת ברסלב (א'עו) איז דא א שאלה, איינער פרעגט מוהרא"ש: "איך אפשר להינצל מזה שלא נהיה אנחנו מהחסידים הנפולים", ווי אזוי קען מען געראטעוועט ווערן מען זאל נישט זיין פון די חסידים הנפולים? און מוהרא"ש ענטפערט אים: "הנה כדי להנצל מלהיות חסיד שנפל יש רק עצה אחת", אז דו ווילסט געראטעוועט ווערן פון זיין א חסיד שנפל איז דא איין עצה, פאלגן דעם רבי'ן וואס זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ס"ב): "כִּי עִקַּר כָּל הַדְּבָרִים הֵן הַתְחָלָה", מען דארף אלץ אנהייבן מיט א פרישע התחלה; למשל ווען מען קומט צום צדיק זאל מען טראכטן: 'איך בין יעצט א נייע מקורב, כאילו איך בין נאך קיינמאל נישט דא געווען; יעצט איז מיין ערשטע מאל וואס איך קום צום צדיק'. אזוי אויך ווען מען מאכט התבודדות דארף מען דאס טון מיט א פרישע התחלה כאילו דאס איז די ערשטע מאל וואס מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, און אזוי אויך ביי לימוד התורה; מען דארף לערנען די תורה ווי דאס איז א נייע תורה.
מוהרא"ש פירט אויס: אויב דו וועסט גיין אויף דעם וועג וועסטו קיינמאל נישט אוועק פאלן פונעם צדיק; דאס וואס מענטשן פאלן יא אוועק, דאס קומט פון גיאות און ישות. עס דאכט זיך אז מען איז שוין מקורב וכו' און מען פארשטייט שוין דעם צדיק וכו'. מען טראכט: 'איך מאך שוין התבודדות היבש א לאנגע צייט, וואס דארף איך ווייטער מאכן התבודדות?' און אזוי אויך בנוגע לימוד התורה, מען טראכט: 'איך האב שוין געלערנט וכו''; פון דעם קומט אז מען פאלט אוועק און מען ווערט א חסיד שנפל וואס איז ערגער פון א משומד רחמנא לצלן.
דעריבער טייערער ברודער, טייערער..., באניי זיך. הייב אן מיט א פרישע התחלה, טראכט צו זיך: 'איך בין היינט געוואויר געווארן פון רבי'ן'; 'דער רבי האט פאר מיר אן עצה, איך זאל רעדן צום אייבערשטן און אים דערציילן אלעס וואס גייט אויף מיר אריבער'; לאמיר פרובירן צו טון די עצה פונעם ברסלב'ער רבי'ן.
הייב אן לערנען משניות און גמרא אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, פאלג דעם רבי'ן און זאג פרקים משניות מיט א פרישע התחלה, וועסטו האבן א גוט לעבן.
א גוטן טאג.