מכתב יומי

כט סיון תשע"ט

July 02 2019

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


לאז זיך נישט צעברעכן, זיי פעלזן פעסט ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן אפילו עס זעט אויס ממש ווי א חוזק שפיל, דו הייבסט יעדן טאג אן מיט א נייע התחלה און נאכדעם פאלסטו ווידער אראפ אין א טיפער לאך רחמנא לצלן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רסא): "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא, כִּי הִתְרַחֲקוּת תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת, עַל כֵּן נָפַל שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען א מענטש פאלט אראפ פון זיין עבודת השם, ער פאלט צוריק צו זיינע פריערדיגע מעשים - זאל ער וויסן אז פון הימל האט מען אים אוועק געשטופט כדי ער זאל אנהייבן פונדאסניי מיט א פרישקייט דינען דעם אייבערשטן, "וַעֲצָתוֹ שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' כְּאִלּוּ לֹא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם", די עצה פאר אים איז ער זאל מאכן א פרישע קבלה, ער זאל פון פריש אנהייבן דינען דעם אייבערשטן כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט פרובירט פארדעם, נאר יעצט איז דאס ערשטע מאל וואס ער הייבט אן דינען דעם אייבערשטן. "וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה', שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ", דאס איז א וויכטיגער כלל אין עבודת השם, אז מען זאל זיך אלץ באנייען און אנהייבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן; א מענטש טאר נישט קוקן אויף גארנישט, ער זאל אנגיין אפילו ער האלט אין איין צוריק פאלן, אזוי וועט ער מצליח זיין.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר גרינגער מאכן און מיר העלפן איך זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע מוסדות; איך שיק דיר א בילד וואו מען פארמאכט דעם דאך אין אומאן מיט פעך. אין דעם זכות וואס דו העלפסט מיר וועסטו זען גרויסע ישועות אין דיין לעבן.


איך האף דיר צו שרייבן מער באריכות; יעצט בין איך זייער פארנומען אין קעמפ, עס ליגט אויף מיר א בארג... די אינגל קעמפ, בחורים קעמפ און די נייע מיידל קעמפ; זאלסטו מיר מוחל זיין אז איך ענטפער נישט גלייך. איך וועל דיר נאך אם ירצה ה' שרייבן אסאך.


בעט פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין.