מכתב יומי

כט שבט תשע"ח

February 14 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברוך השם אז מיר זענען ביים הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מזכה מיט לערנען די הייליגע תורה. דער רבי געבט אונז א וועג צו לערנען, א "סדר דרך הלימוד" וואס איז פאר יעדן איינעם געמאכט - פון גרויס ביז קליין, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער לערנען, בלויז זאגן די ווערטער.


דער רבי האט פארציילט (סיפורי מעשיות, מעשה א) אז דער שני למלכות האט געזוכט ארויס צו נעמען די בת מלך פון די נישט גוטע, ער האט איר געזוכט און געזוכט זייער א לאנגע צייט, ביז ער האט געטראפן א גרויסער מענטש וואס האט געטראגן א גרויסע בוים און ער האט אים אפגערעדט פון זוכן די בת מלך, ער האט אים געזאגט: "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", האט דער שני למלכות געענטפערט: "עס איז בוודאי יא דא". יעדעס מאל וואס די ווילדע גרויסע מענטשן האבן אים אוועק געמאכט און געזאגט: "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", האט דער שני למלכות גענפערט: "עס איז בוודאי יא דא".


מוהרא"ש זאגט אז די ראשי תיבות פון: "עס איז ב'וודאי י'א ד'א" איז 'בְּיַד'. דאס הייסט אזוי: איך קוק אויף מיר וואס איך האב אין מיין האנט; ברוך השם איך לערן תורה יעדן טאג, איך לערן יעדן טאג אביסל מקרא, משנה, גמרא, מדרש וכו' וכו', איך קוק אין מיין האנט צי איך האב עפעס, צי איך פארדין עפעס. ממילא, אז איך לערן יעדן טאג האב איך דאך עפעס אין די הענט, קענסטו מיר נישט זאגן "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט"; איך האב 'בְּיַד' כל טוב און דו זאגסט מיר 'מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט?!'


וואס זאל איך דיר זאגן, אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה צו גאר שיינע זאכן; ר' נתן האט געזאגט: "וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזען דעם הייליגן רבינ'ס אויגן, און וואויל זענען די אויגן וואס זעהן די אויגן"; ר' אברהם בן ר' נחמן האט צוגעלייגט: "און וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזען די אויגן וואס האבן געזען די אויגן וכו'", און אזוי גייט עס מדור לדור. אז מען דריידט זיך אויף א פלאץ וואו מען רעדט די ווערטער פון רבי'ן, מען קומט אויף א פלאץ וואו עס איז אויסגעשפרייט די שטויב פון צדיקים, ווערט מען אויך א צדיק.


זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען היינט צו די פרויען צוזאמקום.