מכתב יומי

כט שבט תשפ

February 24 2020

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נעגל וואסער דארף זיין א שטארקע זאך אין שטוב; אין א שטוב וואס מען איז שטארק מיט נעגל וואסער איז דא קדושה אין דעם שטוב.


זיי שטארק אין דעם; גרייט זיך אן נעגל וואסער און גיס אפ דיינע קינדער נעגל וואסער, אזוי וועלן זיי דאס טון ווען זיי וועלן עלטער ווערן. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא - אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד רעדט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליינס, ווי אזוי א מענטש פירט זיך - וועלן זיך זיינע קינדער פירן. קינדער וואס זעען ווי דער טאטע שפילט זיך טאג און נאכט מיט זיין טעלעפאן וועלן זיך קויפן שטילערהייט א טעלעפאן און זיין פארנומען דערמיט טאג און נאכט. אזוי אויך, קינדער וואס זעען ווי דער טאטע לערנט און דאווענט וועלן זיי אויך זיין ערליכע אידן.


קליינע קינדער זעען אלעס, זיי כאפן אויף אלעס און ווייסן אלעס; מען דארף זייער אכטונג געבן זיי נישט צו פארלירן.


זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען צום פרויען צוזאמקום; העלף איר, בלייב אין שטוב. די שיעור פון דעם חודש איז זייער א וויכטיגע שיעור פאר איר.