מכתב יומי
כט תשרי תשע"ח
October 19 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד ר' אהרן קובליטשער זכרונו לברכה; ער איז געווען זייער א פרייליכער איד'ל, און שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען א עני ואביון; ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, האסט דאך גארנישט? האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.
צדיקים האבן געזאגט אז נאפאליאן דער קיסר, זיין גאנצע חכמה ווי אזוי ער האט איינגענומען אלע מדינות איז געווען, אז ער האט געברענגט מוזיק אויפן פראנט צווישן די סאלדאטן, זיי פלעגן גיין און מארשירן מיט מוזיק, און דאס האט זיי געעגעבן די מוט און די שטארקייט צו מנצח זיין אלע גרויסע לענדער.
דאס זעלבע איז ווען א איד איז פרייליך, ער פריידט זיך מיטן אייבערשטן, וועט אים זיין גרינגער צו זיין אפגעהיטן און צו זיין הייליג; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט): "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ, כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית, עַל שֵׁם שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד", דער עיקר פארוואס א מענטש פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית איז ווייל ער איז בעצבות, דער מענטש איז טרויעריג און דעפרעסט. אבער ווען א מענטש איז פרייליך, ווערט ער געראטעוועט פון עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "עִקַּר שְׁמִירַת הַבְּרִית זוֹכִין עַל יְדֵי שִׂמְחָה", ווי אזוי איז מען זוכה צו שמירת הברית? אז מען איז פרייליך.
דערפאר בעט איך דיר זייער דו זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, אפילו דו האסט נישט מיט וואס צו זיין פרייליך, זאלסטו זיך פרייען מיט דעם אז 'א גוי בין איך נישט; דער אייבערשטער האט מיר אויסדערוועלט צו זיין פון זיין עם הנבחר', און זיך אויף גוטע נקודות וואס דו האסט שוין געטון אין דיין לעבן, וועסטו זען אז דו ביסט פול מיט מצוות, ווייל אֲפִילוּ פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל מְלֵאִים מִצְווֹת כְּרִמּוֹן" (חגיגה כו:), אפילו א פושעי ישראל איז אנגעפילט מיט מצוות ומעשים טובים.
איינמאל דו וועסט זיין פרייליך, וועסטו שוין גיין אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, דו וועסט נעמען א גמרא און לערנען דעם דף, און דו וועסט געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב און קינדער וכו' וכו'.
אלע פראבלעמען הייבן זיך אן ווייל דער מענטש איז בעצבות, און מען גייט ארום טרויעריג. מען זינגט א ניגון וואס מען האט דאס געהערט בירושה וכו', און דאס זינגט מען נאך, דער ניגון גייט אזוי: "וואס וועט זיין?" וויל איך דיר פרעגן: "פארוואס זינגסטו דעם ניגון ווען עס גייט דיר גוט און דו האסט א שיינע לעבן, דו מיינסט אז ווייל דו האסט געהערט א צעבראכענעם איד זינגען דעם ניגון "וואס וועט זיין?" דארפסט עס נאכזינגען?
איך בעט דיר זייער, נעם א גמרא און כאפ זיך מיט; דער באן פארט, עס איז א שאד אראפ צו גיין פונעם באן. א טאג וואס מען לערנט א דף גמרא איז א לעבעדיגער טאג, אבער אן תורה איז די טאג טויט רחמנא לצלן. א טאג וואס מען לויפט אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב איז א לעבעדיגער טאג, און אז נישט, מעגסטו האבן געלט, מיט הייזער וכו' וכו' אבער באמת האסט גארנישט! ביסט נאקעט - השם ישמרינו.
איך ווארט צו הערן פון דיר א סיום וואס דו האסט מסיים געווען לעצטענס, אדער א פרישע שיעור וואס דו האסט אנגעפאנגען. דאס איז מיין גאנצע נחת, צו זען ווי מיינע תלמידים לערנען די הייליגע תורה און זענען זיך מחזק בעבודת השם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.