מכתב יומי

כט תשרי תשע"ט

October 08 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


די וואך זעט מען אין די פרשה דאס הארבקייט פון גנב'נען; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קח.): "לֹא נֶחְתַּם גְזַר דִּינָם אֶלָּא עַל הַגֶּזֶל", די גזירה פונעם מבול איז גע'חתמ'ט געווארן נאר ווייל מען האט גע'גנב'ט. חז"ל דערציילן (בראשית רבה לא, ו) אז זיי האבן גע'גנב'ט מיט פשעטליך, דאס הייסט זיי האבן אויסגערעכנט עס זאל נישט הייסן קיין גניבה, זיי האבן גע'גנב'ט ווייניגער פון א שוה פרוטה, ביז דער אייבערשטער האט געברענגט דעם מבול.


דאס זעלבע דארפן מיר וויסן אז מען טאר נישט גנב'נען אפילו ווען עס איז דא פשעטליך און עס זעט נישט אויס ווי גניבה ממש; אז מען צאלט נישט קיין רענט איז מען א גנב. מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין: "רענט קומט פאר אלעס", נישט דא אזא זאך מען זאל נישט צאלן רענט; רענט קומט פאר עסן און פאר קליידער, אלעס קען מען זיך שאפן אבער אז דו וועסט נישט צאלן קיין רענט וועסטו נישט האבן קיין דירה.


אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה, סימן רנו) אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין קלייבן צדקה פאר זיך; עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, א בושה איז אז מען צאלט נישט קיין רענט, א בושה איז אז מען בארגט און מען באצאלט נישט, וואס דעמאלט ווערט מען אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם".


מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז מען קען צאלן צוביסלעך, צום ביישפיל, אז דו קומסט פארן פיש געשעפט טויזנט דאללער, ווארט נישט ביז ווען דו וועסט האבן טויזנט דאללער ווייל קיינער האט נישט קיין עקסטערע טויזנטער, אבער א פינפער האט מען יא, דעמאלט גיי אריין אין געשעפט און לייג אריין אויפן חשבון א פינפער, א צענער, א צוואנציגער - וויפיל דו האסט אין טאש. אז מען פאלגט א צדיק, מען צאלט צוביסלעך קומט אריין די ברכה און ביז א קורצע צייט מען קען אפצאלן אלע חובות.


דאס זעלבע איז מיט "שכר לימוד"; מען דארף צאלן 'שכר לימוד', אויב מען האט נישט קיין געלט קען מען ארויפגיין אויף די שטאטישע פראגראם פון "וואוטשערס" וואס זיי העלפן צאלן שכר לימוד; מענטשן מיינען אז שכר לימוד איז א נדבה זאך, מען קוקט דאס אן ווי געבן צדקה; אבער דאס איז אויסדריקליך נישט אזוי, שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד איז חוב פאר עלטערן צו צאלן, אויב מען צאלט דאס נישט איז עס גניבה וגזילה, חוץ פון דעם וואס בדרך כלל קענען מוסדות נישט באצאלן די מלמדים צייטליך ווייל די עלטערן מאכן זיך נישט וויסנדיג ווען מען בעט שכר לימוד.


ווער ליידט פון דעם? די קינדער; ווייל דער מלמד זיצט אין כתה און אנשטאט ער זאל זיין רואיג און וויסן ביי זיך אז ער גייט באקומען זיין געהאלט סוף וואך און ער גייט קענען דעקן זיינע הוצאות וכו' אזוי קען ער זיך אפגעבן מיט די קינדער אזוי ווי עס דארף צו זיין, אנשטאט דעם ווערט ער נעבעך נערוועז פון זיינע חובות און ער איז נישט רואיג אין כתה; הייבט ער אן שרייען, און אסאך מאל קען זיך אפילו מאכן אז ער פארשעמט קינדער וכו'.


עלטערן דארפן טראכטן עצות: 'ווי אזוי קענען מיר מאכן אז דער מלמד פון אונזערע קינדער זאל זיצן רואיג אין כתה אן קיין דאגות און אן קיין חובות'; פאר אלעס אויף דער וועלט געבן מענטשן אויס געלט, פאר הבל הבלים; פארוואס זאל מען נישט געבן עפעס פאר די מלמדים וואס לערנען מיט די קינדער און ליידן פון די קינדער וכו'?! מאך זיך א חשבון: 'מה דאך די פאר שעה ווען די קינדער זענען אין שטוב שפירט א מענטש ווי זיי נעמען אים ארויס פון די כלים וכו', וואס זאל דער מלמד זאגן ווען ער זיצט א גאנצן טאג מיט דעם קינד, און נישט נאר מיט איין קינד נאר מיט דרייסיג קינדער'... עלטערן וואלטן ווען געדארפט טון אלעס אויף דער וועלט אז דער מלמד זאל האבן ישוב הדעת.


אויב מען האט נישט קיין געלט איז דאס נישט קיין תירוץ אויף נישט צו צאלן, ווייל ווי דערמאנט קען מען היינט מאכן "וואוטשערס"; עלטערן וואס צאלן נישט קיין שכר לימוד און מאכן נישט קיין וואוטשערס זענען נישט גערעכט. אפילו מען איז א בעל חוב איז נישט קיין תירוץ נישט צו צאלן; אז דו האסט חובות באצאל צוביסלעך, ווארט נישט ווען דו וועסט האבן די גאנצע סכום. אז מען צאלט נישט קיין רענט איז מען א גנב, און אז מען גנב'ט קומט נאכדעם א מבול אויפן מענטש.


טייערער ..., לייג א פילטער אויף דיין סעלפאון, אז מען האט א סעלפאון וכו' אן א פילטער קומט א מבול. דער מבול געקומען ווייל זיי האבן געזינדיגט אין די עבירה פון ניאוף, אזוי ווי עס שטייט (בראשית ו, יב): "כִּי הִשְׁחִית כָּל בָּשָׂר אֶת דַּרְכּוֹ עַל הָאָרֶץ", אז מען טוט עבירות ווערט נאכדעם א מבול; בעט איך דיר זייער מיין טייערער ..., לייג א פילטער אויף דיין סעלפאון, מען טאר נישט האבן קיין סעלפאון וואס מען קען זען דארט גילוי עריות רחמנא לצלן, און אז מען האט א סעלפאון אן א פילטער פארלירט מען אלעס און עס קומט א מבול אויפן מענטש.


היינט נאכט וועט נישט פארקומען די וועכנטליכער שיעור, די וואך וועט דער שיעור זיין אם ירצה ה' דאנערשטאג נאכט; עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט קומען צום שיעור כאטש איין מאל א וואך זיך מחי' זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.