מכתב יומי

כט תשרי תשפ

October 28 2019

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסע רבי, א רבי וואס איז אונז מחזק און מעודד אין אלע אונזערע שווערע מצבים; א רבי וואס לערנט אונז אויס אז מיר זאלן שטענדיג געדענקען פונעם אייבערשטן און וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט.


גיי א טענצל אויפ'ן ניגון: "בך רבינו נגילה, בך רבינו ונשמחה!" דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהייסן פאר איינעם פון אנשי שלומינו ער זאל טאנצן יעדן טאג (מקור השמחה, שיחות וסיפורים, סימן לט), אזוי אויך האט רבי נתן געזאגט: "ווער עס איז פרייליך וועט נישט זען דעם פנים פון גיהנום (שם, שם, סימן לח)".


רבי נתן שרייבט זייער אסאך אין די בריוו: "אשרינו און פארט אשרינו!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גוטן חודש.