מכתב יומי
כט תשרי תשפ"ו
October 21 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דער אייבערשטער האט מיר געשאנקען נאך א קינד למזל טוב, עס איז ביי אונז געבוירן געווארן א בן זכר; איך בין א בעל שמחה, וויל איך דיר ווינטשן דו זאלסט אויך זען נאר נחת און פרייד ביי דיינע קינדער און קינד'ס קינדער.
איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט קוקן וואס דו האסט אין די האנט, קוק נישט וואס אנדערע זאגן, הער נישט אויס וכו', מאך זיך א חשבון 'ווער ברענגט מיך צו לערנען תורה? ווער ברענגט מיך צו גיין אין שול דאווענען? ווער ברענגט מיך צו טראכטן פון תכליתף אז עס קומט נאך א וועלט? - דער הייליגער רבי, וועל איך קיינמאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן, עס אינטערסירט מיר נישט וואס חאצקל זאגט, וואס גרונם זאגט און וואס תנחום האט צו זאגן'.
גלייב מיר, די שכל צו קוקן וואס מען האט אין האנט האט מיך אלע יארן געהאלטן ביי מוהרא"ש, אלע צייטן ווען מען האט געשפעט און געלאכט פון היכל הקודש האב איך זיך געמאכט א חשבון 'וואס וועל איך האבן אז איך וועל אויסהערן די געשפעט און דאס לאכן, און וואס וועל איך מרוויח זיין אז איך וועל ווייטער קומען צו די שיעורים?'
ביי גשמיות טוט מען נאר וואס איז גוט פאר זיך, מען מאכט נישט וואס איז גוט פארן שכן, ווען עס קומט צו עסן וועט מען נישט עסן וואס דער חבר זאגט און וואס מאכט אים זאט, מען וועט עסן וואס איז גוט פאר זיך אליין; איז דאך כל שכן וכל שכן ווען עס קומט צו זוכן א צדיק וואס זאל מיך שלעפן צום אייבערשטן, דערמאנען פונעם אייבערשטן; איז וואס האב איך צו קוקן אויף א צווייטן.
רבי נתן איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן, און ער האט געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס דער רבי וויינט, האט אים דער רבי געענפערט: "ווי קען מען אויסטראכטן אויף מיר אזעלכע שקרים וכו' וכו', מען זאגט אויף מיר אז איך געהער צו כת ... רחמנא לצלן", דער רבי האט זייער געוויינט, און רבי נתן איז ארויס פון צימער. רבי נתן האט דערציילט: "איך האב נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט, וואס זאל אנגיין פארן רבי'ן וואס יענער זאגט אויף אים? האט יענער געזאגט, איז וואס?!" אבער שפעטער ווען רבי נתן האט געהאט מחלוקת אויף זיך און מען האט אים נאר געוואלט הרג'ענען רחמנא לצלן, האט ער שוין פארשטאנען פארוואס דער רבי האט געוויינט; עס איז נישט אנגעגאנגען פארן רבי'ן אז מען רעדט אויף אים, עס האט וויי געטון פארן רבי'ן אז מענטשן וועלן נישט קענען מקורב ווערן, צוליב די לשון הרע.
דאס קענען מיר היינט אויך זען, ווען עלטערן זענען זיך מצער פאר גארנישט און פאר נישט אז זייער זון אדער איידעם דרייט זיך מיט דעם רבינ'ס מענטשן, ער האט שייכות מיטן הייליגן רבי'ן, עס ווערט ממש א הימל געשריי; די גאנצע משפחה דרייט זיך איבער, מען צעקריגט זיך איינער מיטן אנדערן, מען קומט נישט צו די אייגענע קינד'ס שמחות, פארן חטא אז ער דרייט זיך אין ברסלב...
דאס אלעס קומט פון די פילע לשון הרע'ס וואס מען לאזט ארויס אויף ברסלב, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף דעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אים קריג איך אויך. נאך האט דער רבי געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַה מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.
גיי התבודדות, גיי שמועס מיטן אייבערשטן, דערצייל דעם אייבערשטן וואס דער רבי האט דיר געגעבן ביז אהער, שמועס זיך אויס דיין הארץ, זאג: "רבונו של עולם איך ווייס אז דער רבי פארפירט מיך נישט, דער רבי ברענגט מיך נאנט צו דיר, דער רבי ברענגט מיך איך זאל דאווענען, איך זאל לערנען, איך זאל בענקען צו טון גוטע זאכן, איז מה כל הרעש, וואס וויל מען פון מיר?"
איך בין אביסל טרוד דארף איך מקצר זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.