בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מ'זאגט עס מיט ליבשאפט, ווערט עס אנגענומען
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ד' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט זייער שיין חתונה געהאט, אייער מאן איז א טייערער אינגערמאן; איך קען אים זייער גוט, ער איז ערליך און וואויל, ער האט גוטע מידות, ער איז באמת א וואוילער אינגערמאן.


דאס וואס איר זאגט אז אייער מאן קען נישט קיין הלכות, ער איז א גרויסער עם הארץ; איר ציטערט וואס וועט זיין מיט אייערע דורות, איר ווילט נישט אייערע קינדער זאלן זיין עמי הארצים, און ווען איר זאגט אים הלכות ווי אזוי זיך צו פירן ווערט ער נערוועז וכו'; וואס זאל איך אייך זאגן, עס זעט מיר אויס אז עס איז נישטא קיין ליבשאפט צווישן אייך, וואלט ווען געווען ליבשאפט וואלט ער דאס שיין אנגענומען, שיינע ווערטער האבן אלע ליב, שיינע ווערטער נעמט מען אן; אז מען זאגט דאס מיט האס, מיט פיינטשאפט, - דעמאלט גייט עס נישט אריין אין יענעם, דעמאלט איז א שאד צו זאגן, ווייל מען מאכט נאר ערגער.


איך בעט אייך זייער, קוקט גוט אויף אייער מאן; ער איז א טייערער מענטש, ער איז נישט אזא עם הארץ ווי איר לייגט אים אראפ. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות מז ע"ב; סוטה כב.) ווער איז אן עם הארץ? "כָּל שֶׁאֵינוֹ קוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע שַׁחֲרִית וְעַרְבִית בְּבִרְכוֹתֶיהָ, דִּבְרֵי רֶבִּי מֵאִיר", רבי מאיר זאגט, דער וואס ליינט נישט קיין קריאת שמע אינדערפרי און ביינאכט; די חכמים זאגן: "כָּל שֶׁאֵינוֹ מֵנִיחַ תְּפִילִין", דער וואס לייגט נישט קיין תפילין, בן עזאי זאגט: "כָּל שֶׁאֵין לוֹ צִיצִית בְּבִגְדוֹ", דער וואס גייט נישט קיין ציצית, רבי יונתן בר יוסף זאגט: "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בָּנִים וְאֵינוֹ מְגַדְּלָן לְתַלְמוּד תּוֹרָה", דער וואס האט קינדער און שיקט זיי נישט לערנען די הייליגע תורה, "אֲחֵרִים אוֹמְרִים", אחרים זאגט: "אֲפִילוּ קָרָא וְשָׁנָה וְלֹא שִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", דער וואס לערנט נישט גמרא; דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן ליינט קריאת שמע, ער לייגט תפילין יעדן טאג, ער גייט מיט ציצית, ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וועט ער זיי שיקן אין תלמוד תורה; מאכט אים נישט אזוי שלעכט.


קוקט א ביישפיל פון א פרוי א צדקת, א קלוגע פרוי; לערנט אייך אפ פון דבורה הנביאה, זי האט באקומען א מאן אן עם הארץ, ער האט נישט געקענט לערנען, ווען זי האט געזען אז ער קען גארנישט; ער לערנט נישט, ער קען נישט לערנען, ער קען גארנישט טון, האט זי אים נישט צעקלאפט, זי האט נישט געוויינט אויף איר מזל, זי האט נישט געבלאזן אויף די וועלט, עס איז איר נישט נמאס געווארן דאס לעבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שופטים פרק ד, רמז מב) זי האט אים מחזק געווען, זי האט אים געפרעגט: "אפשר ווילסטו מאכן קנויטן פאר'ן בית המקדש?" אבער דאס האט ער אויך נישט געקענט, האט זי אים געזאגט: "איך וועל מאכן די קנויטן און דו וועסט עס טראגן צום בית המקדש"; דערפאר הייסט זי "אשת לפידות - די פרוי פון לפידות", מען רופט איר מאן "לפידות", ווייל ער האט געברענגט שיינע דיקע קנויטן צום בית המקדש, וואס זיין ווייב האט געמאכט.


וואס איז נאכדעם געווארן פון איר מאן דעם עם הארץ? ער האט זוכה געווען צו חיי עולם הבא! אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שם): "מִי זָכָה לוֹ לְלַפִּידוֹת שֶׁיְּהֵא חֶלְקוֹ עִם הַכְּשֵׁרִים", אין וועמענס זכות האט לפידות זוכה געווען אז זיין נאמען ווערט גערעכנט צווישן די ערליכע אידן? "וְיָבֹא לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא", אין וועמענס זכות האט לפידות זוכה געווען צו עולם הבא? "הֱוֵי אוֹמֵר דְּבוֹרָה אִשְׁתּוֹ", דורך זיין ווייב דבורה, וואס אויף איר איז געזאגט געווארן דעם פסוק (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב.


איך שפיר ווי דער סמ"ך מ"ם האט געטראפן א פלאץ וואו ער קען צעברעכן די ליבשאפט צווישן ענק; ער האט מצליח געווען, ער האט געטראפן א וועג ווי אזוי ער וועט קענען אפקילן דאס ליבשאפט און נאכדעם וועט ער חרוב מאכן די גאנצע שטוב, איך וויל דאס נישט און איך וועל דאס נישט לאזן פאסירן.


איך בעט אייך זייער, איר זאלט זיך מאכן צייט, שרייבט אייך א ליסטע פון אלעס וואס גייט אייך גוט, שרייבט אראפ אלע גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך און איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן מיט די ליסט; רעכנט אויס אלע גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך וועט איר אנהייבן זען אן אנדערע בילד אין לעבן, איר וועט אנהייבן זען ווי גוט דער אייבערשטער איז, ווי גוט עס איז צו פאלגן דעם אייבערשטן.


ווער עס דאנקט דעם אייבערשטן לעבט אן אנדערע לעבן; אן דאנקען איז מען אומגליקליך, אז מען דאנקט נישט דעם אייבערשטן הייבט מען אן טראכטן נאר פון פראבלעמען. דער סמ"ך מ"ם וויל אויסרייסן דעם מענטש, ער פארגינט נישט דעם מענטש אז ער לעבט א זיסע לעבן, דערפאר מאכט ער גרויס די פראבלעמען; אנשטאט מיר זאלן זען די ניסים, די חסדים און די ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט צו אונז, וואס ער טוט אלץ פאר אונז - טראכט מען פון שלעכטס.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין אהבה, אחוה, שלום און פריינטשאפט צווישן אייך - וועט אלעס זיין גוט, איר וועט לעבן די שיינע זיסע לעבן וואס אלע ערליכע אידן לעבן.


איך שיק אייך נישט דעם בריוו אהיים; איך וויל נישט אייער מאן זאל זען אז איר האט טענות, איך לייג דעם בריוו אין ספר איש אמונות, דארט וועט איר עס קענען ליינען און האבן חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.