בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#281 - עס שווינדלט די קאפ
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


דאס וואס איר שפירט ווי עס שווינדלט אייך די קאפ, איר שפירט ווי איר קענט זיך נישט באלאנצירן, איר דארפט אן עצה.


די עצה פאר דעם איז תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, ווייל דאס פארגעסן פונעם אייבערשטן מאכט דיזי, עס הייבט אן שווינדלען די קאפ, איז די עצה צו חזר'ן די ווערטער: "ברוך השם", "כי טוב השם", "חסדי השם"; דאס געבט כח און מח.


זארגט נישט, זייט פרייליך, צינדט אן לעבעדיגע ניגוני אמונה, מאכט זיך א פלע"י ליס"ט פון ניגוני אמונה, דאס זאל גיין אין שטוב אויף הויכע ספיקערס; וועט איר זיין געזונט און שטארק.

#280 - דאנקען און דאנקען, נישט אויפהערן צו דאנקען
תודה והודאה, חנוכה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, דזשערזי סיטי


מזל טוב פאר די צוויי שמחות, פאר דיין נייע געבוירענע אינגל למזל טוב, און פאר די אפשערן פון דיין זון, אים מאכן פיאות; דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט און דו זאלסט מגדל זיין דיינע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים, מיט פיל נחת, אינאיינעם מיט דיין ווייב.


יעצט קומט די חנוכה טעג, זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר. נישט לאנג צוריק ביסטו געווען א צעבראכענער בחור, האסט געמיינט אז דו וועסט שוין אזוי בלייבן, אליין, און בזכות דיין התקרבות צום רבי'ן האסטו זוכה געווען צו א שידוך, און צו א שטוב מיט ליכטיגע קינדער; דארפסטו דאנקען און דאנקען, נישט אויפהערן צו דאנקען דעם אייבערשטן.


חנוכה איז א צייט וואס די אור הגנוז ווערט נתגלה, וואו ווערט עס נתגלה? אין די הייליגע תורה; זאלסטו זיך אויפוועקן פון שלאף, הייב אן צוריק לערנען חומש – איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, שנים מקרא ואחד תרגום, אויך זאלסטו לערנען משניות און זאגן תהילים, ווייל די פאר יאר וואס מען טויגט צו מאכן געשעפטן איז נאר אביסל, און וואס וועט זיין נאכדעם? עס בלייבט גארנישט איבער, נאר תורה.

#279 - א גרוס פון ענקערע טייערע קינדער
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


 משפחת ... שיחיו


איך וויל אייך געבן א גרוס פון ענקערע טייערע קינדער, אלע זענען אזוי ליכטיג און טייער, די זין און די טעכטער, אויך די חתונה געהאטע קינדער, אלע זענען אזוי טייער; בלייבט איבער נאר צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, בפרט יעצט ווען עס קומען די ליכטיגע חנוכה טעג, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "ימי חנוכה", די טעג פון חנוכה זענען טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען ווייטער נחת ביי די קינדער און אייניקלעך, געזונטע ליכטיגע דורות.

#278 - די קונץ איז אויפצוזוכן דאס גוטס
תודה והודאה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך ווייס אז עס גייט איבער אויף דיר; וויסן זאלסטו, עס גייט איבער אויף יעדן באזונדער, נישטא קיינער וואס עס זאל נישט אריבערגיין אויף אים, די קונץ איז – אויפזוכן דאס גוטס, אויפזוכן די חסדים וואס דער אייבערשטער מאכט.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין לעבן, דיינע טעג, דיינע יארן – גייען אריבער מיט גוטע זאכן, מיט פארשפרייטן די אמונה אויף די וועלט. עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט זען דאס גרויסקייט פון רבי'ן און פון מזכה זיין נשמות ישראל מיט זיי ברענגען צום רבי'ן, דעמאלט וועט מען זען, דעמאלט וועט מען זיך כאפן וואס פאר אן אוצר מיר האבן געהאט.


יעדן טאג זאלסטו טאנצן אז דו האסט די זכי' צו טון פארן רבי'ן, צו זיין א שמש פארן רבי'ן.

#277 - ענק וועלן זוכה זיין צו זרע של קיימא
קינדער, תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מעקסיקא


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער וועט ענק העלפן, ענק וועלן זוכה זיין צו זרע של קיימא.


נאר איין זאך בעט איך ענק, פארלירט אייך נישט, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק, דאס וועט עפענען די הימל, עס וועט פאסירן ניסים. אזוי ווי מוהרנ"ת פלעגט זאגן, ווען מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער כביכול אין הימל פאר די מלאכים: "קוקט דעם מענטש, ער דאנקט מיר און ער לויבט מיר, איך וועל אים געבן אזויפיל גוטס, אסאך מער וויפיל ער האט, אסאך מער וויפיל עס קומט אים, ער זאל מיר נאך מער דאנקען".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#276 - דאנק דעם אייבערשטן אויף א געזונט קינד
תודה והודאה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מזל טוב פאר די גרויסע שמחה פון די געבורט פון דיין טאכטער, דער אייבערשטער זאל דיר געבן נחת אינאיינעם מיט דיין ווייב געזונטערהייט.


הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים, אז דיין ווייב איז געזונט, און אז דו האסט א געזונט קינד, און אלעס ארום זאל דיר נישט אנגיין. דער סמ"ך מ"ם קען נישט סובל זיין א אידישע שמחה, טוט ער אויסדרייען די קאפ פון די עלטערן, זיי זאלן זיין פארנומען מיט זייטיגע נישטיגע זאכן, אבי נישט זיין פרייליך און אבי נישט געדענקען פון דאנקען דעם אייבערשטן.


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און האלט אן דיין גוטע אויפפירונג פון נישט רעדן אין שול ביים דאווענען.

#275 - נעם א חשובער רב צו זיין מסדר קידושין
תודה והודאה, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


איך האב שוין לאנג געטראכט צו אויפהערן זיין מסדר קדושין צוליב כמה סיבות, און יעצט די יאר האב איך עס טאקע אפגעלאזט, במילא זאלסטו נעמען א רב; עס איז דא גענוג חשוב'ע רבנים וועם צו נעמען.


איך וועל בלי נדר קומען צו די חתונה; סיי לכבוד דער חתן, סיי לכבוד דיר, און אויך לכבוד דיינע חשוב'ע מחותנים.


העיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו מאכסט חתונה דיינע קינדער, אלע זענען ערליך, אלע גייען בדרך התורה, אלע זענען ליכטיג און טייער, אנגעהויבן ביי ... נרו יאיר, ... נרו יאיר, ... תחי', ... נרו יאיר, און יעצט די חתן ... און כמעט מאכסטו שוין נאך א שידוך; וויפיל ביסטו שולדיג פארן אייבערשטן? ווער איז דען רייכער פון דיר? דאס איז דאך די גרעסטע עשירות.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט נעמען אינגעלייט און לערנען מיט זיי, קורצע שיעורים פון צען מינוט, פופצן מינוט, הלכה ואגדה, סיי אינדערפרי און סיי פארנאכט.

#274 - ווי אזוי ווערט מען פרייליך?
תפילות אויף אידיש, שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר האט געבעטן אן עצה צו זיין פרייליך, צו זיין א פרייליכע ווייב, א פרייליכע מאמע, איר ווילט אזוי שטארק זיין פרייליך, און אלץ ווערט איר אראפגעשלעפט אין עצבות און מרה שחורה, און דאס קלאפט אויס אויף די קינדער און נאכדעם אויף אייער מאן און אויף אייך אליינס; איר דארפט אן עצה.


די עצה איז: דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך. דער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון זוכן דאס גוטס, און טראכטן נאר פון דעם, און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם. דער רבי איז מגלה א סוד ווי אזוי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר הרחבת לי"; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט, "יִרְאֶה", וועט מען זען, "שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען מען האט שווערע צייטן, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", איז אויך דארט באהאלטן דער אייבערשטער און מאכט מיטן מענטש גרויסע חסדים, און אז מען קוקט גוט, זעט מען אז עס איז מיט גרויסע חסדים, און אז מען דאנקט אויף די חסדים ווערט מען פרייליך.


דא האט איר א קליינע תפילה אויף שמחה, בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, העלף מיך האבן א שטארקע אמונה איך זאל דיך שפירן שטענדיג, איך זאל האבן אזא שטארקע אמונה ביז איך וועל ווערן זייער פרייליך, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#273 - די צניעות וועט ברענגען אלע ברכות
צניעות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט אנגעטון מער איידעלע טייץ, וואס איז נישט דורכזיכטיג; אזוי וועט איר צוריק ברענגען די שכינה אין שטוב, און אז די שכינה איז אין שטוב קומען אלע ברכות, עס ווערט פרייליך.


בנוגע אייער פראגע ווי דיק די טייץ זאל זיין; פרעגט אייער חבר'טע, די פרוי פון וועם איר שרייבט אין די בריוו, זי איז א גוטע חבר'טע, זי ווייסט, זי איז איידל, זי וועט אייך זאגן.


דער עיקר זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער און פאר אייער טייערער מאן און פאר אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך. מוהרא"ש זאגט, רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט אים און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: 'קוקטס אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט', און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט נישט אויף זיך אפצורעדן זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט'"; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער גוטס קומט אויפן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#272 - א שטילע געבעט ביי די מזוזה
מזוזה, תודה והודאה, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


הגומל לחייבים טובות, געלויבט דעם אייבערשטן אז דו ביסט געבליבן לעבן, דו ביסט געראטעוועט געווארן פון טויט צו לעבן, דער אייבערשטער זאל דיך ווייטער היטן און מאכן מיט דיר ניסים.


ווען דו גייסט ארויס פון שטוב – לייג די האנט אויף די מזוזה און בעט א שטילע געבעט: "הייליגער באשעפער העלף מיר אהיים קומען געזונטערהייט, מיך מיין ווייב און קינדער". די קורצע תפילה נעמט אפאר סעקונדעס און דאס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


אויך ווען דו פארסט אין א קאר זאלסטו נישט פארן נאר נאכן זאגן תפילת הדרך, און געב א פרוטה לצדקה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ", ווען דו גייסט אויף א וועג, ווען מען פארט – "תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", זאלסטו ערשט געבן צדקה; וועסטו זיין ארומגענומען מיט א שמירה עליונה.

#271 - אידישע מאמעס דארפן האבן אסאך כח
שלאפן, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר קומט צו די כוחות, דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן נאך מער כח און שעפן נחת פון אייערע קינדערלעך.


נעמט ווייטער די מעדעצין צו קענען איינשלאפן, קלאפט זיך נישט אראפ, אלע נעמען מעדעצין, אלע נעמען ווייטאמין, אידישע מאמעס דארפן האבן אסאך כח צו קענען פירן די שטוב ווירטשאפט.


אז איר ווילט עפעס טון אין עבודת השם, זאלן אייערע ליפן שעפשען תודה והודאה, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס איר האט, פאר אייער טייערע מאן, פאר אייערע ליכטיגע קינדער און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#270 - די סגולה פון מזמור לתודה
קינדער, תודה והודאה, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויב אייך איז מער איינגענעם צו גיין האבן דעם קינד מיט אייער מאמע – איז אוודאי גוט צו גיין מיט די מאמע, ווייל עס ווערט גע'פסק'נט אזוי אין הלכה, אז מען מעג אפילו מחלל שבת זיין אויב די פרוי זאגט אז זי דארף האבן מיט זיך געוויסע מענטשן.


גייט מיט אייער מאמע, און דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


מזמור לתודה איז די סגולה צו האבן גרינג, אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן – העלפט געבוירן, עס נעמט אוועק די מקטריגים, אלע טויערן עפענען זיך.


וואויל איז דעם מענטש וואס לעבט מיט דאנקען דעם אייבערשטן, מען איז זוכה צו אלע ישועות.

#269 - לערנען יעדן טאג א שיעור מיט דיין טאטע
תודה והודאה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, און אז ענק ווארטן שוין א שמחה, ווייל מוהרא"ש זאגט פון רבי נתן, ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן – אלץ מער ישועות קומט צום מענטש.


מאך זיך א קביעות, יעדן אינדערפרי זאלסט גיין א שפאציר צווישן די גראז ביי דיין שטוב, דאנק דעם אייבערשטן פאר דיין לעבן, פאר אלעס גוטס וואס דו האסט.


מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג מיט דיין טאטע אדער גמרא אדער הלכה, דאס זאל זיין אויסער דיינע שיעורים כסדרן.

#268 - הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיינע געפילן נעמען מיך אזוי איבער פון די נעכטיגע סיום ביי דיר אין שטוב, ווי דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה; ווי קען זיין עפעס שענערס פון דעם, פון לערנען און ענדיגן אזויפיל מאל משניות, דאס איז די גרעסטע עשירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ט:) אויפן פסוק (מלאכי ג, יח): "'וְשַׁבְתֶּם וּרְאִיתֶם בֵּין צַדִּיק לְרָשָׁע, בֵּין עֹבֵד אֱלֹקִים לַאֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ', אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", עס איז נישט גלייך דאס גרויסקייט פון דער וואס לערנט א פרק הונדערט מאל צו דער וואס לערנט א פרק הונדערט און איין מאל; דעמאלט וועט מען זען די גרויסקייט פון לערנען הונדערט און איין מאל משניות.


איך בין געווארן זייער איבערגענומען ווען דו האסט גערעדט און דו האסט דערציילט די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ווי אזוי דיין משפחה האט זיך אזוי שיין אויפגעשטעלט וכו' וכו', בלייבט נאר איבער די איין זאך, תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים. גיי יעדן טאג התבודדות, דיינע ליפן זאלן נאר לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים, וועסטו זוכה זיין צו ישועות און צו ניסים.


אויך בין איך זייער איבערגענומען פון דיין כיבוד אב ואם, ווי שיין דו לעבסט מיט דיינע עלטערן, ווי דו האסט זיי אין שטוב מיט אזא דרך ארץ, זיי לעבן ביי דיר אין שטוב מיט די גרעסטע כבוד.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט נאר זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך, ערליכע אידישע דורות.

#267 - איר קענט איבערדרייען אייער מאן צום גוטן
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וויסן זאלט איר, אייער מאן איז אריבער פון זיין טאטע שרעקליכע פיין, זיין טאטע איז א רוצח, ער האט אים אזוי געפייניגט ביז ער האט אים פארברענט זיין מח, און יעדע מאל איר וועט רעדן צו אייער מאן, אויב וועט ער שפירן ווי איר האלט אים פאר – וועט ער גלייך אנהויבן מיט ליגנט וכו', אזוי ווי אלס קינד און אלס בחור; דאס טוט ער נישט פאר שלעכטס, ער טוט דאס נישט אייך אויסצושפילן, דאס פאסירט פון זיך אליין, פון געוואוינהייט וכו'.


איר וויינט, איר דארפט א מאן, איר שפירט ווי איר לעבט אן א מאן, איר שפירט ווי איר האט נאך א קינד אין שטוב, איר זענט אויס מענטש, איר זאגט איר קענט נישט ווייטער אזוי אנגיין; טייערע מרת ..., איר זאגט דאך אזוי גוט, איר אליין זאגט די עצה, איר שפירט ווי איר לעבט מיט נאך א קינד, איז וואס טוט איר ווען אייער קינד פירט זיך אזוי אויף, זאגט ליגנט, דרייט ארום? וואלט איר נישט אוועק געווארפן די קינד, נאר געקוקט אויף די מעלות און געזוכט די פינטלעך גוטס, און ערווארטעט אז זיין ווייב זאל לעבן שיין מיט אים, אזוי אויך מיט אייער מאן, זוכט דאס גוטס, און דאנקט דעם אייבערשטן אז ער איז א גוטער, א ווייכער, א גוט הארץ, ער האט טאקע נישט די שטארקקייט וכו', אבער ער איז דאך פול מיט מעלות; אז איר וועט אזוי טון – וועט זיך אלעס איבער דרייען לטובה.

#266 - נעגל וואסער נעמט אראפ אלע פחדים
פחדים, תודה והודאה, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בין זייער צופרידן צו הערן אז איר האט זיך מקבל געווען אפצוגיסן נעגל וואסער ביים בעט און דאס האט אוועק גענומען די פחדים, פאניק אטאקעס און ענקזייעטי; איר זענט שוין רואיג און פרייליך.


עס איז ממש אזוי, נעגל וואסער נעמט אראפ אלע פחדים; אזוי שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן ד', סעיף יט), אז די אלע צייטן וואס מען דארף וואשן די הענט, אויב מען וואשט נישט – האט מען אומזיסטע שרעק, מען ווייסט נישט פון וואס די שרעק קומט.


אויך דורך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן גייען אוועק די רוחות רעות; דורך זאגן טעגליך: "שכוח אייבערשטער פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, פאר אזויפיל גוטס, פאר אזויפיל חסדים".

#265 - וואס בלייבט דען פונעם מענטש?
תודה והודאה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב הנאה אז דו העלפסט די מוסדות, איך פריי זיך אז דו האסט א געפיל, דו לייגסט אריין דיינע כוחות אין זאכן וואס בלייבט; ווייל אז מען טראכט נאר אביסל אריין, וואס בלייבט דען פונעם מענטש? די יארן גייען אריבער און עס בלייבט גארנישט איבער, נאר תורה תפילה און גוטע מעשים, און דאס ביסל וואס מען איז משמש דעם רבי'ן, דאס ביסל וואס מען טוט אויפצושטעלן אידישקייט, שול'ן, מקוואות, ישיבות, חדר און מיידל שולע, כוללים וכו'.


דאנק דעם אייבערשטן פאר די חסדים, גיי א שפאציר און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, דאווענען דריי תפילות מיט מנין, און לערנען און דאווענען.

#264 - מזמור לתודה וועט עפענען די טויערן פון הימל
תודה והודאה, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעמט זיך פאר צו זאגן יעדן טאג קאפיטל ק', מזמור לתודה, און ביי די ווערטער 'כי טוב ה' זאלט איר זיך טייטשן די ווערטער "ווייל דער אייבערשטער איז גוט", 'לעולם חסדו', "אויף אייביג זענען זיינע גענאדע", 'ועד דור ודור אמונתו', "און אין אלע דורות איז זיין באגלייבטקייט".


דאס וועט עפענען די טויערן פון הימל, אייך ברענגען א ישועה, איר וועט זיין געזונט און שטארק, איר וועט זען ניסים.


אויך זאלט איר זיך שטארקן און היטן די הלכות טהרה, ווייל טהרת המשפחה היט די קערפער פון אלע שרעקעדיגע קרענק, השם ישמרינו.

#263 - נעם ארויס דיינע קליינע קינדער אויף א שפאציר מיט'ן אייבערשטן
תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


ווען דו קומסט אהיים זאלסטו העלפן אין שטוב, נעם ארויס די קליינע קינדער, גיי א שפאציר מיט זיי און דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, קענסט מיט איין גוטע טון אויפטון צוויי זאכן; איינס, דיין ווייב וועט האבן אפאר מינוט צו אטעמען, זי איז איבערגעשטרענגט מיט די פיצלעך קינדער, זי וועט קענען כאפן איר אטעם און אין די זעלבע צייט וועסטו זיך מתבודד זיין. ערשט וועסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז דו ביסט געזונט, דיין ווייב און די קינדער זענען געזונט, און אויף די נס אז דו ביסט חתונה געהאט מיט ליכטיגע קינדער, און אויך וועסטו זיך קענען אביסל אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן אויף שמחה, אויף שלוות הנפש, אויף שלום בית, אויף פרנסה בריווח, אויף נחת פון די קינדער, ועל כולם זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן, לעבן מיט אים.


וואויל איז דעם מענטש וואס האט רחמנות און געפיל צו זיין ווייב, וואויל איז דעם אינגערמאן וואס פארשטייט די פלאג און די מיה פון זיין ווייב, ער איז איר מחזק, ער העלפט מיט וואס ער קען נאר.


איך האב דיך זייער ליב, איך ווייס עס וועט דיר גרינגער ווערן, יעצט איז אלעס איבערגעשטרענגט, יעצט איז א צייט צו העלפן אין שטוב.

#262 - זיך דערמאנען די חסדים פונעם אייבערשטן
תודה והודאה, טעלעפאן, אידישע שטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען עס איז דיין יום החתונה דארפסטו זיך דערמאנען די חסדים פונעם אייבערשטן. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג), ווי די חתן כלה האבן זיך דערמאנט די חסדים פונעם אייבערשטן, ווי זיי זענען געווען א בחור און מיידל פארלוירן אין וואלד און נישט געהאט עסן, און ווי דער אייבערשטער האט אויף זיי רחמנות געהאט און זיי געשיקט די בעטלערס וכו'; אזוי אויך זאלסטו זיך דערמאנען די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ביסט געווען איינער אליין אין א טונקעלע וואלד, היימלאז וכו', און היינט האסטו א משפחה, א ווייב מיט קינדער.


מוהרא"ש האט געזאגט פאר די אינגעלייט זאלן זאגן הלל אן א ברכה אין די טאג פון די חתונה, ווייל יעדע יאר וואס גייט אריבער און עס קומט אן די טאג פון ווען מען האט חתונה געהאט דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים.


מיין יום החתונה איז ראש חודש כסליו, קען איך זאגן הלל בשם ומלכות אויף די גרויסע חסדים.


איך פריי זיך זייער אז דו ברענגסט נישט אהיים די טעלעפאן, טעבלעט וכו', אויך נישט אין קאר, דו לאזט עס אין אפיס.

#261 - דאנק, וועסטו באקומען מער
קינדער, תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק האבן פארלוירן וכו' זאלן ענק זיך זייער שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן, גלייבן באמונה שלימה אז אלעס איז נאר לטובה פאר ענקער גוטס. ענק זאלן זיך שטארקן און דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, אז ענק זענען געזונט, און פאר ענקער קינד, און דאס וועט ברענגען פאר ענק ישועות.


דער הייליגער רבי נתן זאגט: "ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן זאגט מען אין הימל מען זאל אים געבן מער גוטס און מער גענאדע, ער זאל האבן מער אויף וואס צו דאנקען".

#260 - דריי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן וועט ברענגען א נס
תודה והודאה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דיין ווייב זאל האבן א רפואה שלימה, די זאכן וואס מען האט ביי איר געטראפן זאלן זיך אויסדרייען לטובה, זי זאל זיין געזונט און שטארק.


נעם זיך פאר א גוטע קבלה אז זי זאל האבן א רפואה, די בעסטע קבלה וואס מען קען זיך פארנעמען איז יעדן טאג פאר דריי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן. זוך א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און פארמאך דיין טעלעפאן, פלאג זיך אויס פון אלעמען און דאנק דעם אייבערשטן פאר דריי מינוט, אז דו ביסט א איד, אז דו ביסט חתונה געהאט, פאר די קינדער און פאר די געזונט, רעכן אויס וואס מער זאכן און זאג אויף יעדע זאך שכוח, רעד דאס אויס אויף דיין מאמע לשון וועסטו זען א גרויסע נס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#259 - יעצט קענסטו נישט בעטן, זאלסטו נאר דאנקען
תודה והודאה, ישועות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך מאך מיט דיר א געשעפט, דו זאלסט זיך פארנעמען יעדן טאג פאר א מינוט צו דאנקען דעם אייבערשטן, וועל איך אוועק געבן א מינוט יעדן טאג צו בעטן פאר דיר, און איך בין זיכער אז נאך א קורצע צייט וועט זיין א גרויסע נס. ווייל ווי איך פארשטיי איז נישט שייך ביי דיר יעצט די זאך פון בעטן, ביסט אזוי אין א יאוש, דו גלייבסט נישט אז עס איז דא ביי דיין צרה א וועג ארויס, וועל איך פאר דיר בעטן. איך גלייב אז דער אייבערשטער קען דיר העלפן, עס וועט דיר ליכטיג ווערן אין לעבן וכו' וכו', אבער דו דארפסט זיך אונטערנעמען צו דאנקען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#258 - געב מיר שפע, איך זאל קענען מפרנס זיין מיין פאמיליע
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען מען קוועטשט דיך צום אייבערשטן, די פרנסה ווערט ווייניגער – זאלסטו גיין שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר אלעס, שכח פאר אלע יארן ווען די פרנסה איז געפארן גאר גוט, יעצט גייט שוין נישט ווי אמאל, עס ווערט מער און מער טרוקן, העלף מיר איך זאל קענען מפרנס זיין מיין משפחה".


טייערער ברודער, יעצט ווען עס דרוקט איז גאר אן אנדערע התבודדות, דער רבי זאגט, ווען א מענטש איז בצער ובדוחק שרייט ער גאר אנדערש, ער שרייט מעומקא דלבא, פון טיפעניש פון הארץ. זאלסטו אזוי טון, גיין אין א ליידיגע ארט, אדער אין דיין קאר, אדער א שפאציר אין פעלד, און שריי: "רבונו של עולם, דו ביסט הזן ומפרנס לכל, די געלט קומט פון דיר, איך בעט דיר ברחמים ובתחנונים א מתנת חנם, געב מיר שפע, איך זאל קענען מפרנס זיין מיין פאמיליע בנחת ולא בצער וכו'".


איך בין אין מירון, איך בעט פאר דיר.

#257 - אויסנוצן דעם יום החופה
תודה והודאה, יום החופה

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת שמיני, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר גייט חתונה האבן און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע געזונטע דורות.


יום החופה איז זייער א גרויסע טאג. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן צדיק דער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו (קונטרס יום הנישואין, סימן א), יום החופה איז אזא הייליגע טאג, חתן כלה וואלטן געקענט אויסבעטן גרויסע זאכן פאר זיך און פאר אלעמען, נאר א שאד מען האט דאס געגעבן פאר קליינע קינדער; חתן כלה קענען ברענגען די גאולה, און ליידער איז דער שטן געקומען און גענומען די הייליגע טאג פון חתן כלה זיי צו פארמישן מיט נארישקייטן, מיט בילדער און ווידיאוס; געוואלד און געשריגן, אין די מינוטן קענען חתן כלה אויסבעטן אז משיח זאל קומען, ווי קען מען זיי נעמען פאר נארישקייטן, אוועק נעמען זייערע הייליגע מינוטן.


אלע כלות פרעגן די זעלבע זאך, 'אויף וואס דארף מען דער עיקר בעטן ביום החופה?' אסאך כלות גייען אריין אין א לחץ פון 'אויסנוצן דעם יום החופה', מען שפירט שלעכט טעג און וואכן פאר די חתונה אז אפשר וועל איך נישט 'אויסנוצן' מיין יום החופה, וואס קען איך טון 'אויסצונוצן' מיין יום החופה?


דער עיקר זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן, וואס מער דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, און אויך בעטן דעם אייבערשטן אז איר, אייער מאן און אייערע דורות - זאלן אלע זיין ערליך, לעבן מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, לעבן מיט דעם הייליגן רבינ'ס לימודים, לעבן מיט אמונה וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.