בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך נישט אן חובות'ן פאר נארישע כבוד און נארישע עטענשן
חובות, חתונה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער מחותן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך שרייב דיר פון אונטערוועגנס קיין ארץ ישראל וואו איך פאר מיט אפאר תלמידים צו קברי צדיקים, אויך מיין זון דער חתן קומט מיט.


ברוך ה' מיר קומען שוין נענטער און נענטער צו די חתונה; מיר הערן נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס וואס ער האט מיט אונז געטון, אז מיר האבן זוכה געווען צו טרעפן אזא חשוב'ע כלה פון אזא חשוב'ע שטוב.


וואו טרעפט מען היינט א כלה מיט מחותנים וואס זענען צופרידן מיט וואס מען האט, מען דארף נישט קיין שום נארישקייטן. מען איז פרייליך אפילו די חתונה איז אין ישיבה אן בלומען, אן א שפילער, זינגער, בדחן; אן פיקטשערס און אן סארווערס וכו', וכו'; חתן כלה זענען פרייליך מיט די שידוך אליינס, דאס אלעס קומט פון א גוטע חינוך וואס די קינדער באקומען אין שטוב.


בנוגע די טליתים; די שבת טלית, די וואכן טלית און די קיטל, דאס וועל איך באצאלן, דער מחותן דארף דאס נישט באצאלן. אויך דער שטריימל וועל איך אים קויפן, דער מחותן דארף נישט דאגה'נען דערפאר.


דער גאנצער חשבון וואס קאסט מיר פאר'ן צד החתן וועט לכאורה אויסקומען ווייניגער ווי עס האט מיר געקאסט די תפילין רש"י ור"ת פאר'ן חתן ביי זיין בר מצוה.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן א צדיק מוהרא"ש וואס גראד אונז אויס אונזער קאפ, אונזער שכל אז מיר זאלן נישט פארשווארצט ווערן פאר אביסל כבוד המדומה. זיך נישט אן חובות'ן פאר נארישע כבוד, נארישע עטענשן. א רחמנות אויף אידישע קינדער וואס ווערן נעבעך בעלי חובות בעת שמחתם; אן שכל און אן קיין שום פשט פארשוועמט מען צענדליגער טויזנטער דאללער, אלץ מיט'ן תירוץ: "יענער טוט אזוי", "יענער וועט לאכן", יענער וועט זאגן", וכו', וכו'. פרעג איך דיר: איז נישט טויזנט מאל אשרינו?!


 א גריס פון דיין חתן; איך זיץ דא נעבן אים אויפ'ן פליגער, ער פירט זיך מיט יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז די חתן כלה זאלן גיין צו די חתונה בשעה טובה ומוצלחת און אויפשטעלן שיינע ערליכע ליכטיגע דורות.


...