בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#86 - אריינקוקן אין די חשבונות, אוועקשטעלן די מוסד אויפ'ן ריכטיגן וועג
מוסדות, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


רפאל רופט מיך פון אפיס אז ער האט נישט קיין פרוטה צו באצאלן די איינגעשטעלטע, און ווען איך הער אז די קאסע איז ליידיג, עס איז נישטא קיין געלט צו באצאלן די איינגעשטעלטע - ווער איך זייער צעבראכן, איך שפיר ווי א בארג פאלט ארויף אויף מיר.


וואס טוט מען דא ווייטער? ווי גייט מען ווייטער מיט די מוסד? אנהויב יאר האסטו מיר געזאגט אז עס איז דא א לאך פון דריי הונדערט טויזנט דאלער, האב איך דעמאלט אראפגענומען פון די מוסד צו דעקן די ארץ ישראל'דיגע מוסד, דאס אליין איז א חשבון פון דריי הונדערט טויזנט דאלער, נאכדעם האב איך אראפגענומען דאס באצאלן ..., אויך האב איך אוועק געגעבן די געלט פון די ... פראגרעם וואס פלעגט גיין אין א פריוואטע קאסע צו קויפן שטחים, יעצט גייט די געלט צו די מוסד, אויך די הכנסה פון קאנטרי אילן החיים גייט פאר די מוסד, און נאכאלץ איז דא אזא לאך...


איך וויל זאלסט אריינקוקן אין די חשבונות, זען וואס גייט פאר, און וואס מען טוט דא ווייטער.


העלף מיר אוועק שטעלן די חדר און בית פיגא אויף די ריכטיגע וועג, מען זאל קענען באצאלן יעדע צוויי וואכן די געהאלט פאר אלע איינגעשטעלטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#85 - איך מאך נישט קיין סידור קידושין
אידיש געלט, חתונה, ראש ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין מחותן איז געווען ביי מיר, ער וויל מיך מכבד זיין מיט סידור קידושין. איך האב אים אפגעזאגט; איך מאך נישט קיין סידור קידושין, איך בין נישט קיין רבי און נישט קיין רב, אין טו נישט די זאכן. נאר אין ישיבה - דארט טו איך אלעס, ווייל איך וויל אריינברענגען אין מיינע תלמידים זאלן לעבן ווי אידן, זיך פירן ווי ערליכע אידן, נישט נאכמאכן די גוים, נישט אויסגעבן געלט פאר זאכן וואס פעלט נישט אויס; דעריבער אז מען מאכט חתונה אין ישיבה - גיי איך ארויס פון מיין וועג.


אויך איז מיר שווער צו גיין צו שמחות, איך בין זייער פארנומען; איך גיי נאר צו משפחה שמחות וואו איך דארף גיין, און אויך אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#84 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#83 - נישט בעטן פון אונזערע עלטערן געשוואלענע פרייזן פאר קעמפ
מוסדות, קעמפ, אידיש געלט, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, אדמיניסטראטאר מוסדות היכל הקודש


איך וויל דיר בעטן, מהיום והלאה זאל מען נישט בעטן פון אונזערע עלטערן פאר קעמפ-געלט די געשוואלענע פרייזן פון דריי טויזנט דאלער א קינד. אלע אנשי שלומינו, אלע וואס זענען א טייל פון אונזער קהילה, זיי שיקן די קינדער אין אונזערע מוסדות - קענען שיקן די קינדער אין קעמפ אן צאלן די געשוואלענע פרייזן, עס האט נישט קיין זין, מען טאר דאס נישט טון.


נעכטן רופן מיר עלטערן, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; די קינדער קומען אהיים זייער פרייליך און אנגערייצט, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך, זיי ווילן גיין אין קעמפ. די עלטערן וויינען אז זיי האבן נישט די געלט פאר דעם, זיי פרעגן מיר אויב זיי זענען מחויב צו בארגן געלט אז די קינדער זאלן גיין אין קעמפ? איז דאס א וויכטיגע זאך? איז דאס אן איבריגע זאך? איך קען נישט לאזן אונזערע מוסדות שינדן די הויט פאר אונזערע קינדער.


ברוך ה' מיר האבן אייגענע פלעצער, עס איז אויסגעצאלטע קעמפס. אין די פריערדיגע יארן האבן מיר געדארפט גיין יעדע יאר גלות ליידן, דינגען קעמפס, דינגען קאנטריס - האבן מיר נישט געהאט קיין ברירה. יעצט אז מיר האבן אייגענע קעמפס - וועלן די עלטערן קענען שיקן די קינדער אן דארפן ווערן בעלי חובות.


א פרייליכן שבת.


 

#82 - קענסט נישט ארויפצווינגען אויף דיין ווייב זאכן וואס זי האלט נישט ביי דעם
שמחה, שלום בית, אידיש געלט, היכל הקודש, סיפורי צדיקים, שמחות, קליידער, בילדער, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מאכן א גאנצע פרשה פון יעדע קליינע זאך? אז דיין ווייב וויל מאכן שיינע בילדער פונעם אפשערן פון דיין זון נרו יאיר - וואס דארפסטו זיך מיט איר קריגן? אמת עס איז א נארישקייט, אמת עס איז נישט קיין שכל אויסצוגעבן געלט פאר די זאכן, אבער זיך קריגן מיט די ווייב איז א גרעסערע נארישקייט און אסאך מער נישט שכל.


אז דיין ווייב וויל מאכן בילדער און זי וויל זיך קויפן שיינע קליידער פאר שמחות, און וויל זיך אנטון אייניג מיט די משפחה - וואס דארף מען מאכן א גאנצע מלחמה? וואס איז מיט דיר? דאס איז היכל הקודש?!


איך בעט דיר זייער, געב איר נאך די אלע זאכן; די בילדער מיט די קליידער וכו' וכו'. קוק ווי די צדיקים האבן געלעבט, רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו זאגט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", איך האב געזען ביי מיין רבי'ן דער הייליגער אריז"ל, ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס מען קען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון; קוק ווי די הייליגע צדיקים האבן געלעבט, איז דאך זיכער אונז מענטשעלעך וואס מיר זענען ניטאמאל מענטשעלעך, "אם ראשונים כבני אדם אנו כחמורים וכו'" (שבת קיב:).


עס זענען דא פרישע מקורבים וואס זיי טוען זיך אליינס גורם זיין אז די ווייב זאל זיי דערקוטשען מיט היכל הקודש. ווייל אז מען הויבט אן ארויפלייגן אויף די ווייב זאכן וואס מען רעדט ביי אונז, ווי למשל מאכן חתונה יונג, מאכן שיינע פשוט'ע שמחות פאר ביליג, לעבן מיט זיך, נישט אנגיין וואס אנדערע טון, און ווען די ווייב וויל נישט הערן די זאכן, איר מח קען דאס נאכנישט נעמען, זי וויל נאך יא טייערע שמחות, זי וויל יא אויסגעבן געלט פאר שטותים פאר אפאר שעה, זי איז נאך אין גלות ביי חברט'עס - צווינגט מען דאס ארויף אויף איר מיט כח - איז דאך אודאי אז זי וועט נישט וועלן היכל הקודש.


איך בעט דיר זייער, זיי איר מכבד, מאך איר פרייליך - דעמאלט וועט זי דיך פרייליך מאכן. אז דו וועסט איר געבן די גאנצע כבוד, דו וועסט איר נישט דערקוטשען מיט היכל הקודש - וועט זי דיך נישט דערקוטשען וועגן היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#81 - הערליך שיינע חתונה אין ישיבה, א גרויסע הפצה
אמונה, הפצה, פרנסה, אידיש געלט, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן איז געווען נאך א חתונה אין ישיבה, עס איז געווען הערליך שיין, עס איז געווען א גרויסע הפצה. ביי חתונות קומען משפחה וואס וואלטן קיינמאל נישט ארויפגעקומען אין ברסלב, און אלע לשון הרע'ס צעפאלט; אלע דמיונות וואס מען דמיונ'ט אויף ברסלב, אלעס צעפאלט, מען ווערט געכאפט אין שאק, מען זעט א ריינע הייליגע פלאץ.


איך געדענק ביי די חתונה פון מיין זון הרב שלמה נרו יאיר, מיין זיידע קארלסבורג'ער רב זכרונו לברכה האט זיך באטייליגט און ער איז געווען אזוי פרייליך, ער האט מיך צוגערופן אינמיטן טאנצן זאגן: "מען שפירט דא א ריח טהרה", ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל.


איך בעט דיך זייער, רעד זיך נישט איין פאר איין רגע אז דיין פרנסה איז געוואנדן אין פלוני אלמוני; דיין פרנסה ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט. דעריבער איז א שאד צו זיין דערשראקן און פארלוירן, פארלאז זיך אויפן אייבערשטן, און מיט שמחה וועסטו האבן גרויס שפע.


מארגן נאכט וועט זיין א סעודה אין ישיבה לכבוד די יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. די סעודה וועט זיין פינקטליך אכט אזייגער, איך וועל אם ירצה ה' רעדן פינקטליך ניין אזייגער, ווייל מיין שוואגער מאכט חתונה, וועל איך מוזן אוועק גיין צען אזייגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - די חתונות אין ישיבה זאלן בלייבן אויף א פשוט'ער סטאנדארט
ניגונים, צדקה, מוסדות, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, ובפרט מיט'ן אראפנעמען פון מיר די עול החתונות, דו האסט אראפגענומען פון מיר די גאנצע עול. דאס איז א גרויסע זכות פאר דיר, צו העלפן אנשי שלומינו קענען חתונה מאכן די קינדער בחנם ממש, אן קיין איין פרוטה. אלע קהילות העלפן זייערע מענטשן בעת שמחתם מיט בארגן געלט, און אויך מיט געבן געלט, אבער מיר געבן דעם גאנצן ליל החתונה בחנם ממש.


איך וויל פון היינט און ווייטער זאלסטו מער נישט נעמען געלט פאר די חתונה פון די מוסד קאסע, די מוסד איז יעצט זייער געדרוקט, עס איז נישטא צו באצאלן די איינגעשטעלטע; זאלסטו מער נישט נעמען קיין געלט פון די קאסע, איך וועל אויפשטעלן א קאסע פאר די צוועק.


אויך בעט איך דיר, געב אכטונג אז די חתונות זאלן בלייבן אויף א פשוט'ער סטאנדארד כדי עס זאל האבן א קיום, מיר זאלן דאס קענען ווייטער אנהאלטן.


געב אכטונג אז די בחורים וואס מאכן די מוזיק זאלן מאכן נאר היימישע ניגונים מיט טעם, ווייל די היינטיגע ניגונים מאכן נאושעס און עס נעמט אוועק די גאנצע חן פון א אידישע חתונה.


עסצייג קענסטו נעמען פון ישיבה, מען דארף נישט קויפן קיין דורכזיכטיגע.

#79 - געלט פון טייערע שמחות, געב ענדערש פאר צדקה, צו פארדינען זכותים
כולל, צדקה, מוסדות, הדפסה, אידיש געלט, היכל הקודש, זכותים, חתונה, שמחות, בר מצוה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך געהאט א משפחה חתונה, איך האב געהאט נחת צו זען ווי די בחורים פון ישיבה גייען נאך געלט. עס האט מיך ממש פרייליך געמאכט צו זען תלמידי היכל הקודש זענען עוסק אין די גרויסע מצוה פון גיין נאך געלט, הלואי וואלסטו אויך עוסק געווען אין גיין נאך געלט. מאך זיך א צייט איינמאל א וואך אדער איינמאל אין צוויי וואכן וואס דו וועסט עוסק זיין אין גיין נאך געלט, און ברענג די געלט פאר די מוסד. מיר פלאגן זיך זייער; ווי עס זעט אויס וועלן מיר נישט קענען צאלן די וואך די איינגעשטעלטע, די קאסע איז אין א לאך.


עס האט נישט קיין פשט די אלע וואס מאכן טייערע שמחות, ענדערש זאלסטו נעמען די געלט וואס דו ווילסט אויסגעבן פאר די שמחה און טון צדקה מיט דעם. אז דו מאכסט בר מצוה זאלסטו פרעגן דיין זון: "וואו זאלן מיר געבן די געלט וואס מיר וואלטן ווען אויסגעגעבן פאר א זאל, פאר א שפילער, פאר א וועיטער וכו' וכו'? וואו זאלן מיר געבן די געלט לכבוד דיין בר מצוה - אז דו זאלסט אויסוואקסן א צדיק?


אז דו מאכסט חתונה זאלסטו זיך אראפזעצן מיט דיין מחותן און ביידע אינאיינעם זאלט איר פרעגן די חתן כלה, וואס פאר א צדקה זאלן מיר טון מיט די געלט וואס מיר וואלטן ווען אויסגעגעבן, זאלן מיר אויסצאלן די מלמדים די וואך פון די חתונה?


עס קאסט אונז כהיום דרייסיג טויזנט דאלער א וואך צו צאלן אלע איינגעשטעלטע, ביז דערווייל האבן מיר איין גרויסע שיסל פאר די מלמדים פון אלע תלמוד תורה'ס: וויליאמסבורג, מאנרא, שטעטל, טברי' און ירושלים.


אדער א וואך פאר אונזער כולל? כהיום דארפן מיר א וואך פינף טויזנט דאלער פאר די טייערע אינגעלייט.


אדער אזוי ווי מען טוט אין חב"ד; זייערע רביים האבן איינגעפירט אז דער בר מצוה בחור און חתן דרוקט א ספר לכבוד די שמחה. אפשר נעם די געלט פון דיין שמחה צו דרוקן ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן און ווייזן א וועג צו לעבן.


פארוואס אויסגעבן געלט פאר א וואך נאכט? מען איז מפרסם אין די בלעטער אז מען קען האבן א וואך נאכט פאר בלויז ניינצן הונדערט דאלער; גיוואלד און געשריגן, ניינצן הונדערט דאלער קען מען צאלן צוויי מלמדים פאר א וואך, פארוואס זאל מען אויסגעבן געלט פאר אפאר שעה פאר גארנישט און פאר נישט? פארוואס מאכן טייערע שמחות? העלף מיט דיין געלט אידישע קינדער.


היינט האבן מיר געטאנצן אין ישיבה מיט די בחורים וואס האבן שוין מסיים געווען ספר בראשית. די בחורים האבן געטאנצן מיט א שטארקע שמחה: "חזק, חזק ונתחזק!" מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסד אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, מיר זענען אין חדר היכל הקודש, דאס איז דאך די גרעסטע מופת; נעמען א מענטש וואס איז ווייט פון לערנען - און אים מאכן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט
מוסדות, שטעטל, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, חתונה, ראש ישיבה, שמחות, וועג

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, טראג מיט זיך א זעקל ספרים צדה לדרך; א חומש'ל מיט א משניות'ל, א תהילימ'ל מיט א גמרא; עס איז דא אזויפיל צייט אין טאג.


היינט בין איך געפארן קיין שטעטל אהין און צוריק, מיר האבן געהאט א מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין התלמוד תורה מיט די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן קויפן דעם בנין, עס זענען געווען א צוויי מנינים אינגעלייט. אויפ'ן וועג האב איך זיך איינגעפאקט אפאר ספרים, האב איך געקענט לערנען מיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים מיט א יום תהילים. אזוי זאלסטו אויך טון, נעם זיך מיט דיין זעקל ספרים - וועסטו אנקומען צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "וְאַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה, שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", זאג נישט ווען איך וועל האבן צייט דעמאלט וועל איך לערנען, קען זיין דו וועסט נישט אנקומען צו האבן צייט; נאר אז מען גנב'עט אראפ צייט, מען כאפט אריין דא אביסל לערנען און דארט אביסל לערנען - אזוי קען מען לערנען.


היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, דער חתן א תלמיד הישיבה און די כלה א תלמידה, ביידע זענען צופרידן חתונה צו האבן אין בית המדרש. עס איז גוט דו זאלסט קומען קוקן מיט דיינע אויגן די חתונות אין ישיבה - וועסטו זען און זיך איבערצייגן אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונות; די חתונות זענען מלא טעם, א אידישע טעם, א אידישע שמחה. ווען מען הערט עס פון שמועסן קען זיך דאכטן אז עס איז א נעבעכדיגע זאך, אבער ווען מען זעט עס מיט די אויגן - זעט מען אז מאכן טייערע שמחות איז א נעבעכדיגע זאך. א שאד אויסגעבן געלט פאר די פאר שעה, און ווער רעדט נאך אז עס איז נישטא קיין געלט, מען מאכט חובות פאר אפאר שעה, איז עס ממש א נעבעכדיגע זאך.


עלטערן פאלן פון די כחות, עלטערן ווערן קראנק פון חובות, און אפילו די וואס האבן יא געלט - קענען דאס נוצן צו העלפן די קינדער מיט א הויז, וכדומה.


פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט - וועסטו קענען אנקומען מיט דיינע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - גרייט זיך צו די חתונה מיט אסאך תורה ותפילה
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, תודה והודאה, בזיונות, אידיש געלט, לימוד התורה, חתונה, שמחות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט באקומען א גאר חשוב'ע כלה און א גאר חשוב'ע משפחה; די גאנצע שידוך דיינע איז א גרויסע נס מן השמים.


בנוגע אז די חתונה זאל זיין אין ישיבה; אז דיינע עלטערן ווילן מאכן די חתונה אין א זאל - זאלסטו זיך נישט מתחצף זיין צו זיי, דו זאלסט זיי נאר דאנקען פאר אלעס וואס זיי טוען פאר דיר. פיר זיך מיט גרויס דרך ארץ צו זיי, עס איז נישט דיין געשעפט, מן הסתם שעמען זיי זיך מיט ברסלב, פון די משפחה און פון די ארומיגע.


גרייט זיך צו די חתונה מיט אסאך תורה ותפילה, זע צו ענדיגן ש"ס לכבוד די חתונה און נאך אסאך ספרים.


בעט דעם אייבערשטן אז דו און דיינע דורות זאלן אלע זיין ערליכע אידן, אלע זאלן גיין אין די וועג פון די תורה, בעט יעדן טאג עס זאל זיין ביי דיר אין שטוב נאר שלום און נאר ליבשאפט.

#76 - הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, סגולות, שטעטל, סיום, אידיש געלט, נסיונות, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, ספרים, בר מצוה, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל צו א בר מצוה ביי א חשוב'ע משפחה ביי אונז אין די קהילה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, דאס איז געווען במקום זיין פשעטל.


ביי די בר מצוה האב איך געזאגט אז עס איז מיר נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך בין איך ארויסגעקומען צו די בר מצוה, היות די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט'ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און איך האף אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל וכו' וכו'.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. מיר זעען אין די וואכעדיגע סדרה, אויפ'ן פסוק (בראשית כג, א): "שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה", זאגט רש"י: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", ווי צדיקים טייטשן: עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה.


ווייטער זאגט רש"י הקדוש (שם, ב): "נִסְמְכָה מִּיתַת שָׂרָה לַעֲקֵדַת יִצְחָק, לְפִי שֶׁעַל יְדֵי בְּשׂוֹרַת הָעֲקֵדָה שֶׁנִּזְדַּמֵּן בְּנָהּ לַשְּׁחִיטָה וְכִמְעַט שֶׁלֹּא נִשְׁחָט, פָּרְחָה נִשְׁמָתָהּ מִמֶּנָּהּ וָמֵתָה", שטייט פון ספרים, וואס איז די כִּמְעַט 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט', אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, אז זי האט געהערט כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט'?! זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ'ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה', ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט'ן יצחק, נאר געזאגט (שם כב, ב): "וְהַעֲלֵהוּ שָׁם לְעֹלָה".


דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו' וכו', נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די לערערינס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען וכו' וכו' וכו', נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט.


נאך די בר מצוה בין איך צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מיך מכבד געווען צו קלאפן מזוזה. עס איז מיר זייער געפאָלן דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ"ך - הערליכע סעטס נ"ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב"ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; איך האב זיך געקויפט א סעט מדרש, איינע פון די מדרשים וואס האט מיר געפעלט. הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, אלע דעם רבינ'ס ספרים.


אויך האט ער אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס אגב, איך האב אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, ווייל איך האב געזען אז אנשי שלומינו ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה.


איך בין אריין צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון מיין זון יצחק דוד נרו יאיר, איך האב געפרעגט מוהרא"ש וואס איך דארף טון, צי איך דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט".


פון דארט בין איך געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב'ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש.


איך האב איבערגענעכטיגט ביי מיר אין שטוב. היינט פארטאגס האב איך געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, זען אברכים זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה.


איין פראבלעם האב איך יעדעס מאל וואס איך קום אין שטעטל, עפעס וואס שטערט מיר זייער שטארק; פארוואס איך וואוין נאכנישט דא. ווען איך קום אין שטעטל זאג איך פאר מיין ווייב: "פארוואס קען איך נישט דא וואוינען, פארוואס דארף איך זיין אין שטאט?"


איך האב זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן אונזער דיין שליט"א, ער האט מיר איבערגעגבן זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, איך האב מיט אים גערעדט זייער וויכטיגע זאכן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנגרייטן א פלאץ, אז די ישיבה הקדושה זאל זיך קענען ארויסציען, אזוי וועל איך קענען קומען און זיין אין די שיינע ליכטיגע שטעטל.


איך האב געטראפן הרב רבי יצחק שליט"א, און איך פריי זיך זייער צו קענען ארייננעמען אין מיין שטוב אזא גאסט, ווי עס זעט אויס וועט הרב רבי יצחק שליט"א איינשטיין ביי מיר אין שטוב דעם שבת הבא עלינו לטובה. די תפילות, די באטע און די שלש סעודות וועלן געפראוועט ווערן אין האשקי שול, דאס וועט זיין א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו.


יעדער מענטש האט עפעס א שפילצייג וואס מיט דעם שפילט ער זיך, אזוי אויך האט יעדער מענטש עפעס א זאך וואס דאס איז ביי אים זייער באליבט, א זאך וואס מען דרוקט זיך אויס: "דאס איז מיין בעבי"; מיין זאך איז "אונזערע קינדער".


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס דרייווער, ארומפארן אינדערפרי און אויפנעמען די ליכטיגע קינדערלעך, זיי באגרוסן מיט "א גוט מארגן", זיי אויפנעמען מיט א ריזיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס רבי און אפווארטן די טייערע קינדערלעך, אראפגיין פון באס און זיי אויפנעמען מיט א הויכע געשריי מיט'ן קינד'ס נאמען: "א גוט מארגן", מיט א זאפטיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד, זיצן מיט די קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און אריינלייגן אין זיי לעבן, מוט, ווייזן פאר יעדן איינציגן קינד 'דו קענסט אויך זיין א גרויסער צדיק', און אזוי יעדע זאך וואס האט מיט קינדער.


ווען איך זע דעם קעכער וואס גרייט צו עסן פאר די קינדערלעך, טראכט איך, הלוואי וואלט איך געקענט שניידן ירקות, קאכן אייער און שמירן ברויט פאר קינדער וואס קומען לערנען די הייליגע תורה, און ווען איך זע דעם לאנטש מלמד טראכט איך, הלוואי וואלט דאס געווען מיין זאך; יעדן טאג נעמען די קינדער ביי הפסקה שפילן מיט זיי באלי און מאכן יעדע קינד שפירן אז ער קען די בעסטע די שפיל וכו' וכו'.


גלייך אינדערפרי האב איך גערופן איינער פון די חשוב'ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: "איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל"; וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח. ביי יעדע שטוב וואו די באס שטעלט זיך אפ בין איך אראפגעקומען פון באס, איך האב געגעבן א שריי: "א גוט מארגן! שלום עליכם!" און אויך א גאנצע וועג אויפ'ן באס האב איך פרייליך געמאכט די קינדער. די שטעטל איז שוין גרעסער, עס זענען שוין דא צוויי באסעס וואס נעמען אויף די קינדער, איך בין נאר געווען מיט איין באס.


ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען בין איך געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, וואס ער טוט מיט די בחורים - איז נישט צום באגרייפן.


איך האב אנגעטון תפילין פאר'ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים.


איך האב געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און לערערינס; איך האב זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה' האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דאס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן.


יעצט בין איך אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.


איך דארף מקצר זיין, איך בעט דיר זייער, היינט נאכט גייט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך בעט דיר זייער זאלסט קומען.


א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אנעם לערנען דעם בלאט גמרא פונעם טאג, נעם דו אויך א גמרא און לערן דעם בלאט גמרא. היינט איז די דף מסכת נדרים דף כג. דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, ווי שווער איז צו נעמען א גמרא און לערנען דעם דף? מסכת נדרים איז קליינע בלעטער, עס וועט דיר נעמען אינגאנצן אפאר מינוט צו דורכלערנען דעם בלאט.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט געציילטע בחורים וואס גייען ארום צאמשטעלן געלט אז איך זאל קענען ארויסגיין פון מיינע חובות וואס איך האב פאר אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - ווער קען חתונה מאכן אין ישיבה פאר אומזיסט?
כיבוד אב ואם, תהלים, משניות, אידיש געלט, ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב, מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע חתונה האבן אין ישיבה וכו'; איך פריי זיך זייער צו יעדע חתונה אין ישיבה פון א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא, אבער דאס קען זיין נאר מיט צוויי תנאים.


ערשטנס, נאר אז די עלטערן פון ביידע צדדים זענען מסכים.


איך האב געמאכט מען זאל קענען חתונה האבן אין ישיבה - גרינגער צו מאכן פאר די עלטערן, זיי זאלן נישט דארפן ווערן בעלי חובות, נאר גרינגער צו מאכן; אבער אויב די עלטערן שעמען זיך חתונה צו מאכן אין א שול - וויל איך נישט דו זאלסט זיך מתחצף זיין צו זיי.


איך האב דאס אויך געזאגט פאר דיין כלה תחי'; זי פרעגט וואס זי קען טון חתונה צו האבן אין ישיבה, איך האב איר געזאגט אז זי האט איין עצה, בעטן דעם אייבערשטן און רעדן שיין צו אירע עלטערן, זי זאל זיי זאגן אז פאר איר מיינט עס זייער אסאך, פאר איר איז דאס איר לעבן.


דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דו ווילסט חתונה האבן אין ישיבה, זאלסטו זיי בעטן שיין מיט דרך ארץ, זאג זיי אז דו ווילסט דיין ראש ישיבה זאל זיך באטייליגן ביי די חתונה, דיין ראש ישיבה גייט נישט צו קיין חתונות נאר אין ישיבה.


חס ושלום רעדן מיט חוצפה, חס ושלום זאגן איין שלעכט ווארט פאר טאטע מאמע, עס לוינט נישט חתונה צו האבן אין ישיבה - אויב מען רעדט צו די עלטערן מיט חוצפה; צו עלטערן דארף מען רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


די צווייטע תנאי, נאר ווער עס מאכט א פשוט'ע באווארפן, מען עסט אין שטוב אזוי ווי א געהעריגע שבת, און אויך די שבת שבע ברכות איז פשוט אן קיין זאל, אן קיין קעטערינג און אן קיין אויסגעבן געלט; נאר דעמאלט קען מען חתונה האבן אין ישיבה, אויב מען מאכט א טייערע באווארפן, א טייערע שבת שבע ברכות - האט נישט קיין פשט צו חתונה האבן אין ישיבה.


ברוך ה' עס איז שוין געווען פערציג חתונות אין ישיבה אזוי ווי מען פלעגט חתונה מאכן אין אלע דורות ביי אידישע קינדער, און עס וועלן נאך זיין הונדערטער און טויזנטער אזעלכע חתונות, פשוט, מיט א אידישן טעם.


די חתונות אין ישיבה קאסט נישט קיין געלט, עס איז גענצליך בחנם, אנשי שלומינו קאכן די עסן. די סעודה איז אויסדרוקליך נאר פאר חתן כלה, פאר די מחותנים, זיידעס און באבעס, און נאר די חתן כלה'ס געשוויסטער. די איבריגע משפחה קענען עסן א פיינע מאלצייט אין שטוב, און אויב זיי ווילן זיך פרייען - קענען זיי קומען ביים טאנצן ווינטשן מזל טוב.


נאכאמאל בעט איך דיר טייערער חתן, האסט געלערנט די פאר יאר אין ישיבה, זאלסטו געדענקען וואס דו האסט געלערנט די אלע יארן. דאס גרויסקייט פון כיבוד אב ואם; רעד צו דיינע עלטערן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, עס לוינט זיך נישט די צרות און ביטערניש וואס מען גייט אריבער אויב מען איז מזלזל אין די כבוד פון עלטערן.


לערן יעדן טאג משניות, פארלייג זיך אויף לערנען ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אויף זאגן תהילים; די צוויי שיעורים זאלסטו זאגן מיט מסירות נפש - וועסטו ווערן בטל צום אייבערשטן, עס וועט שיינען אויף דיר אור אין סוף ברוך הוא.

#74 - געענדיגט מיט די חובות
תפילות אויף אידיש, צדקה, תשובה, אידיש געלט, חובות, ראש ישיבה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די ערשטע זאך - זאלסטו אפשטעלן די זאך פון בארגן, געענדיגט מיט בארגן געלט. אז דו דארפסט האבן זייער וויכטיג געלט און דו האסט נישט - זאלסטו צאמנעמען צדקה; אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אז מען האט נישט קיין געלט - קען מען צאמנעמען געלט; אבער געענדיגט מיט בארגן.


אזוי אויך בעט איך דיר זייער זאלסט מער נישט צוזאגן קיין געלט - אפילו פאר צדקה. אז דו האסט געלט - זאלסטו געבן צדקה, אבער דאס זיך מחייב זיין און נוצן קרעדיט קארדס - איז א גרויסע פראבלעם, ווייל דאס וועט דיר אריינשלעפן אין חובות - וועסטו שוין נישט קענען זיין אן ערליכע איד (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו); איך רעד אפילו פון זאכן וואס מען בעט דיר פון אונזער קהילה - זאלסטו בשום אין אופן בארגן געלט, און אז מען רעדט צו דיר בשם מיין נאמען - זאלסטו דאס נישט אפקויפן; נאר וואס דו זעסט אין די בריוו - דאס זאג איך, וואס דער זאגט דיר און וואס יענער זאגט דיר בשם מיר - נעם איך נישט קיין אחריות. קוק די בריוו וועסטו זען זיך אכטונג צו געבן פון בארגן, געענדיגט מיט בארגן, פון יעצט גיי איך זיין אן ערליכער איד.


אז דו קענסט נישט דעקן דיינע הוצאות איז כדאי זיך מאכן א חשבון, אפשר געבסטו אויס געלט פאר נארישקייטן? איך זע אין ישיבה, עס איז דא געציילטע בחורים וואס לעבן מיט א שרעקליכע הפקירות, מיט א פרעכקייט; זיי קויפן זיך עסן, פרישטאג, מיטאג וכדומה - פאר טייער געלט. זיי קענען עסן אין ישיבה בחינם, דאך לעבן זיי הפקר, זיי קויפן זיך טייערע מאלצייטן. איך רעד צו זיי אסאך זיי זאלן זיך נישט צוגעוואוינען לעבן אזא הפקר לעבן; עס קומט אויס אז מען רעכנט צאם אלע סעודות צו הונדערטער דאלער א חודש, אן קיין גוזמא, דאס איז הפקירות. אזוי אויך זאג איך זיי, קענסט טרינקען וואסער אין ישיבה בחינם, אנשטאט דעם געבן זיי אויס געלט פאר סאדע, ביז מען פאלט אריין אין חובות.


מאך זיך א חשבון, אפשר לעבסטו הפקירות'דיג? איך זאג נישט דו זאלסט ווערן א קארגער, א קמצן; מען רעדט פון אויסגעבן געלט, לעבן אומאויסגערעכנט. און אז דו לעבסט יא אויסגערעכנט און דאך קענסטו זיך נישט דעקן - זאלסטו גיין ביי די הייזער נאך צדקה. קיינער דארף נישט וויסן וואו דו גייסט, דארפסט נישט קיינעם דערציילן. גיי פארנאכטס פאר א שעה, און ביים גיין ביי די הייזער זאלסטו זיך מתבודד זיין, און געב אביסל פאר צדקה און אביסל פאר דיין משפחה - וועסטו ארויסגיין פון אלע חובות.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס ווארפט אריין דעם מענטש אין חובות; מוהרא"ש זאגט, דאס איז די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דאס מאכט דעם מענטש ארעם. דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט - וועט ער זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


ארויסצוגיין פון די עבירה איז נאר דורך שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, הייליגער באשעפער נעם מיך ארויס פון מיינע עבירות; וואס זאל איך טון, איך פאל אראפ, איך זינדיג, איך קען זיך נישט מתגבר זיין; העלף מיר, איך וויל אלעס פאררעכטן".


ליין איבער דעם בריוו אפאר מאל, ביז דו וועסט טאקע אפמאכן 'געענדיגט מיט די חובות'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - א הערליכע שבת בראשית אין ישיבה מיט אנשי שלומינו
הפצה, צדקה, הדפסה, שבת קודש, פרנסה, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, ישיבה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, חסידות, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א הערליכע שבת איז געווען אין ישיבה מיט אנשי שלומינו. אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג צו נאכטס, די תפילות איז געווען זייער שיין, נאכן דאווענען זענען מיר ארויס אין א ריקוד כמנהג אנשי שלומינו.


שבת אינדערפרי איז געווען א שיינע שמועס וועגן חתונה מאכן אין ישיבה און נישט מאכן טייערע שמחות. איינער האט נישט פארשטאנען וואס פעלט אויס אזוי סאך צו רעדן פון דעם, האב איך אים געזאגט: "גיי ברענג מיר איינעם וואס האלט שוין נאכן חתונה מאכן צוויי דריי קינדער וואס האט נישט קיין איין דאלער חובות... איך רעד נישט פון גרויסע עשירים, איך רעד פון דורכשניטליכע אינגעלייט, ברוך ה' איך האלט נאכן חתונה מאכן דריי קינדער און איך קום נישט קיין איין פרוטה פאר קיינעם, נאר ווייל איך פאלג מוהרא"ש, איך מאך פשוט'ע שמחות, איך מאך זיך נישט נאריש. דעריבער רעד איך צו מיינע תלמידים אזוי סאך פון דעם, ווייל איך וויל ענק זאלן אויך קענען לעבן אן קיין איין פרוטה חובות".


עס איז א שאד מען שרייבט נישט אפ די שיינע שמועסן; אזוי וואלטן אלע געקענט מיטהאלטן די שיינע זאכן.


שחרית האב איך געדאווענט פאר'ן עמוד, איך האב עולה געווען די זיבעטע עלי', שביעי. ביי מיין עלי', בשעת דער בעל קורא האט געליינט דעם פסוק (בראשית ה, כט): "זֶה יְנַחֲמֵנוּ מִמַּעֲשֵֹנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ" - האב איך געוואלט אנהויבן טאנצן פאר שמחה, ווייל דא איז דאך מרומז דער הייליגער רבי'ן; די תורה זאגט זֶה יְ'נַחֲמֵנ'וּ, דער רבי וועט אונז טרייסטן און אונז ארויסנעמען פון אונזער עצבות.


שבת אינדערפרי ביי ספורי מעשיות האבן מיר גערעדט נאכאמאל פון זיך אכטונג געבן פון חובות, מיר האלטן ביי די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג). דער רבי זאגט: "די פארלוירענע קינדער האבן זיך געמאכט גרויסע טארבעס, און געגאנגען אין די הייזער בעטן עסן"; דא זעט מען די עצה, אז אויב מען האט נישט קיין געלט - זאל מען גיין אין די הייזער קלייבן געלט צו קענען לעבן, און חס ושלום מאכן חובות.


מיר האבן גערעדט אז מען קען דאס טון אינאיינעם מיט הפצה. מען גייט ביי די הייזער, מען בעט צדקה פאר "א משפחה וואס האט נישט צו לעבן", און מען געבט א שיינע מתנה; אזוי איז מען א משפיע.


איך האב דערציילט פאר די אינגעלייט, א בחור איז צו מיר צוגעקומען פאריאר ראש השנה אין אומאן און מיר געזאגט אז ער וויל מנדב זיין דעם שער הבנין פונעם נייעם בית הדפוס. דער אינגערמאן וואס העלפט צאמנעמען די געלט פאר'ן נייעם בנין האט מיך געפרעגט אויב ער זאל דאס יענעם אוועקגעבן, האב איך אים געזאגט: "דו קענסט דא נישט גארנישט דערלייגן, אדער וועט ער דיר ברענגען געלט - אדער נישט". למעשה איז אריבער א יאר, און דער בחור נרו יאיר האט געברענגט במשך די יאר פאר'ן בית הדפוס פופציג טויזנט דאלער. דאס האט ער געטון אין די צייט פון נאך ישיבה, נאך זיבן אזייגער - פאר אפאר שעה.


איך האב אויפגעוויזן פאר די אינגעלייט, דו קענסט זיין אן ארבעטער, קענסט זיין אין כולל; אז דו גייסט הפצה אפאר שעה, אדער נאכמיטאג אדער פארנאכטס - קענסט פארדינען מער וואס א צווייטער פארדינט דורך ארבעטן א גאנצן טאג.


א צווייטע מעשה האב איך דערציילט, איך רוף אן א אינגערמאן אין שטעטל: "אפשר זוכסטו אן ארבעט? איינער זוכט אן ארבעטער", זאגט ער מיר: "איך דארף גיין ארבעטן? אויב דער ראש ישיבה הייסט מיר ארבעטן - גיי איך ארבעטן, איך וויל אבער זאגן פאר'ן ראש ישיבה, איך פאר ארויס פון שטעטל יעדן טאג דריי אזייגער - הפצה, איך גיי פאר צוויי שעה און איך ברענג אהיים איבער צוויי הונדערט דאלער א טאג, וואס פעלט מיר אויס ארבעטן?" זעט מען אז ווען מען גייט אין די הייזער מיט ספרים קען מען לעבן א שיינע ברייטע לעבן אן חובות.


נאכמיטאג אויפ'ן וועג צום שול האבן מיך קינדער נאכגעשריגן, אזוי ווי כסדר, איך האב דאס יעדן טאג, מען שפעט פון מיר. איך בין זייער פרייליך, אז מען שפעט פון מיר נישט ווייל איך האב איינעם בא'גנב'ט, נאר ווייל איך ברענג אריין דעם רבינ'ס עצות אין אידישע קינדער.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט, עס שטייט די וואך אין די פרשה (בראשית ג, כד): "וַיְגָרֶשׁ אֶת הָאָדָם וַיַּשְׁכֵּן מִקֶּדֶם", מען האט פארטריבן אדם הראשון פון גן עדן, מען האט אים געלייגט מקדם. זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה כא, ט): 'מִקֶּדֶם' דאס איז דער 'גֵּיהִנֹם', דער אייבערשטער האט אים געוויזן דעם גיהנום, זאגן די הייליגע חכמים, אדם הראשון האט זיך זייער דערשראקן, ער האט געפרעגט דעם אייבערשטן: "מִי מַצִּיל אֶת בָּנַי מֵאֵשׁ לוֹהֶטֶת זוֹ", ווי אזוי וועלן מיינע קינדער זיך ראטעווען פון דעם שרעקליכן גיהנום? האט אים דער אייבערשטער געזאגט, דורך "חֶרֶב תּוֹרָה", דורך די שווערד פון לערנען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה איז מען זוכה זיך צו ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


אזוי אויך, ווער עס לערנט תורה - ראטעוועט זיך פון די ברענעדיגע יצר הרע וואס ברענט מיט אלע תאוות און אלע שלעכטס. ווייל מען קען נישט פארלעשן די פייער - נאר דורך לערנען תורה, אז מען מאכט זיך א שיעור אין חומש רש"י, משניות און גמרא וכו' - קען מען אויסלעשן די גיהנום.


אויך האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט דרייען ביינאכט אינדרויסן פון שטוב, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער אביסל העלפן, אביסל שמועסן און אסאך לערנען.


נאך מעריב האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, און שפעטער איז געווען א שיינע מלוה מלכה ביי מיר אין שטוב מיט א מנין בחורים, יעדער האט דערציילט זיינע מעשיות פון הפצה און זיינע מעשיות פון תפילה.


ישיבה הויבט זיך אן ראש חודש חשון, זאג דיינע בחורים זאלן ברענגען א מסכת נדרים; ראש חודש הויבן מיר אן א פרישע מסכתא, מסכת נדרים, יעדן טאג לערנען מיר א בלאט גמרא. און דיין ישיבה קטנה בחור זאל אויך ברענגען א מסכת סוכה, מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאר נאך פרישטאג מסכת סוכה. איך וועל אם ירצה ה' פארלערנען יעדן טאג איינס דרייסיג דעם בלאט גמרא, און נאכמיטאג נאך מנחה לערנט דער מגיד שיעור פאר שלחן ערוך הלכות שבת, דיין זון זאל ברענגען א שולחן ערוך הלכות שבת, דעם זמן וועלן זיי לערנען די הלכות פון בישול בשבת, סימן שי"ח.


מארגן ערב ראש חודש זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - מען טוט מיר נישט קיין טובה מיט'ן חתונה מאכן אין ישיבה
אידיש געלט, ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס מען האט געטון ביי דיין שוואגער'ס חתונה אין ישיבה - איז נישט גערעכט; איך האף עס וועט נישט פאסירן נאכאמאל.


מיר ארבעטן זייער שווער אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן פאר בחינם אין בית המדרש, און געלויבט דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא, אז עס איז שוין נישט קיין בושה פאר אנשי שלומינו; אלע תלמידים און אלע תלמידות ווילן נאר חתונה האבן אין בית המדרש.


מיר מוטשען זיך אזוי שטארק אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה האבן ביליג, עס שטייען פרויען וואס קאכן און באקן, עס איז זיי בכלל נישט גרינג; מיין ווייב תחי' קאכט ביי יעדע חתונה די פלייש, קומסטו אן מיט באשטעלטע עסן פאר דיין משפחה?! מען האט זיך קלאר אויסגענומען אז מען קען גארנישט ברענגען, פארוואס טוסטו דאס צו מיר?!


איך וועל זיך נישט באליידיגן אז קומענדיגע קינדער וועט איר חתונה מאכן אין א זאל; מען טוט מיר נישט קיין טובה מיט'ן חתונה מאכן אין ישיבה, עס איז מיר בכלל נישט גרינג די שמחות אין ישיבה, איך טו דאס נאר צו העלפן אנשי שלומינו זאלן קענען לעבן אן קיין גנבות און אן קיין חובות.


די חתונות אין ישיבה איז נאר פאר ווער עס וויל גארנישט, ער וויל נאר חתונה מאכן די קינדער אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן.

#71 - צאמנעמען צדקה פאר אונזערע מוסדות אין ירושלים על טהרת הקודש
צדקה, מוסדות, אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיר דארפן דו זאלסט זיך נעמען צו די עבודה, צאמנעמען צדקה פאר אונזערע מוסדות אין ירושלים על טהרת הקודש.


היינט האט זיך געעפנט די סקול "בית פיגא" אין ירושלים, דארפן מיר צאלן סיי מלמדים און סיי טיטשערס; בעט איך דיר זייער דו זאלסט צאמנעמען צדקה מען זאל קענען צאלן צייטליך די איינגעשטעלטע.


איך ווייס אז דו מאכסט חתונה אין צוויי וואכן ארום, דו ביסט טרוד מיט דיין שמחה, אבער געב א טראכט וויפיל וואלט דיר געקאסט חתונה צו מאכן דיין קינד אן מוהרא"ש און וויפיל קאסט דאס דיר יעצט...? די גאנצע שמחה, הכל בכל מכל כל - קאסט דיר נישט קיין צען טויזנט דאלער; האסטו דאך כח און צייט צו העלפן דעם רבינ'ס מוסדות.


מיר נעמען נישט קיין געלט פון די ערב רב, מיר האבן נישט קיין שטיצע פון קיינעם; אונזער גאנצע הכנסה איז פון אנשי שלומינו וואס האבן א געפיל אין בויען נאך מוסדות היכל הקודש ארום און ארום די וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#70 - דרייוון די קינדער ווי עס דארף צו זיין
צניעות, מוסדות, אידיש געלט, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב באקומען צוויי קאמפלעינס, איינס אויף דיר, אז דו פארסט צו שנעל; די קינדער און די טיטשערס זאגן עס איז סכנת נפשות, זיי קומען אן אינגאנצן אויפגעשאקלט.


די צווייטע איז אויף איינער פון די דרייווערס, אז ער פירט זיך אויף אביסל צו העפליך שקורין היימיש - מיט די מיידלעך. וויל איך דיר בעטן, סיי דו געב אכטונג צו פארן פארזיכטיג, און אויך זאלסטו רעדן מיט אלע דרייווערס זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ און מיט יראת שמים.


אויך זאלסטו רעדן מיט די בחורים וואס דרייווען, זיי זאלן אכטונג געבן אויף דעם רבינ'ס געלט; אז מען איז מפסיד די ישיבה'ס געלט - טשעפעט מען דעם רבינ'ס געלט.


דער רבי האט אמאל פארטריבן זיין תלמיד רבי שמעון זכרונו לברכה ווייל ער האט מזלזל געווען אין זיין געלט.

#69 - זיך האלטן אינאיינעם אין קאנטרי "אילן החיים"
מוסדות, הכרת הטוב, ריינקייט, אידיש געלט, אחדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן א גאנץ יאר אין חדר, און אויך יעצט זומער העלפסטו די נייע קאנטרי "אילן החיים", אויך וועסטו אהערשטעלן די שיינע פלעי וואס די תלמידות פון בית פיגא שטעלן אהער אין די זומער וואכן.


געב אכטונג אין קאנטרי אויפ'ן רבינ'ס געלט, זיי מודיע די משפחות זיי זאלן נישט לאזן ברענען לעקטער, עירקאנדישן - ווען מען נוצט נישט די באנגעלאו.


אויך זאל די פלאץ זיין ריין; א ברסלב'ע קאנטרי, א ברסלב'ע פלאץ - מוז זיין ריין.


און אויך זע עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.

#68 - געב אכטונג אויף יעדע פרוטה פון די מוסדות
חינוך הילדים, מוסדות, אידיש געלט, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט די מוסד; זייט דו ביסט אריינגעקומען אין אפיס - קען מען מיט'ן באשעפער'ס הילף צאלן די איינגעשטעלטע אין צייט, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.


איך בעט דיר ברחמים, זע די אפיס זאל זיך פירן אזוי ווי ווען איך האב עס געפירט. היינט בין איך שוין נישט אזוי באקאנט אין יעדע פרט אין אפיס, דאך וויל איך עס זאל זיך פירן אזוי ווי אלע יארן.


געב אכטונג אויף יעדע פרוטה, לאז נישט אויסגעבן קיין איין פרוטה אויב עס פעלט נישט אויס. ביי אונז זאל נישט זיין קיין הפקירות פון צושטעלן, קויפן און אויסגעבן; ענדערש זאלן די קינדער זיצן אויף מילך קעסטלעך און נישט זינקען און חובות, ווי איידער גיסן געלט און זיין שולדיג.


אונזערע קינדער דארפן גארנישט, אונזער חינוך איז נישט מתנות מיט שוואוילטאג, אונזער חינוך איז מלמדים און טיטשערס וואס רעכענען זיך מיט יעדן קינד; ביי דיר אין ביזנעס קענסטו טון וואס דו ווילסט מיט דיין געלט, ביי די מוסד זאלסטו ציטערן פון אויסגעבן איין איבריגע דאלער, קיינער אין די מוסד קען נישט זאגן אויסצוגעבן געלט אן רשות.


געדענק וואס איך בעט דיר, מיר קען מען נישט סטראשען, איך ווייס ברוך ה' פינקטליך וואס איך וויל; זאל די גאנצע אפיס אוועק גיין - וועט די מוסד נישט צעפאלן. ווער עס וויל מיר העלפן, ווער עס וויל ארבעטן פאר די מוסד - איז דאס זיין זכות.


נעם דעם בריוו, ווייז עס פאר ... און פאר אלע איינגעשטעלטע.


 

#67 - קינדער איז א ברכה, עס איז בכלל נישט יאנטשי
קינדער, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידיש געלט, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר דארפט זיך זייער פרייען אז איר האט זיך דערוויסט אז עס קומט א שמחה וכו', דאס דארף אייך נישט מאכן דעפרעסט; וויפיל פרויען שטייען און ווארטן צו קענען זוכה זיין צו א קינד, קינדער איז א ברכה.


פארוואס זאלט איר זאגן אז קינדער איז א יאנטשי זאך? פארוואס זאלט איר זאגן "איך וויל נישט קיין קינדער ווייל מענטשן וועלן לאכן און רעדן אויף מיר"? קינדער איז א ברכה, קינדער איז מתנות פונעם אייבערשטן אליינס, עס איז בכלל נישט יאנטשי.


איך וועל אייך זאגן וואס יאנטשי איז, יאנטשי איז לעבן פאר אנדערע, יאנטשי איז טראכטן וואס מענטשן וועלן זאגן, יאנטשי איז לעבן א פאלשע לעבן פאר חבר'טעס, יאנטשי איז איינקויפן טייערע קליידער, א טייערע קערידזש, אויסשוועמען דעם מאן'ס געלט פאר נארישע פרענדס וואס שמייכלען און פארנט און לאכן אונטערן רוקן...


יאנטשי איז גיין אנגעטון אויסגעשניטן צו וועלן אויסזען ווי דער גוי טמא שקץ ומשוקץ, יאנטשי איז זיך צאמנעמען קאפלס לאכן אינאיינעם, זוכן צו קוקן אויף פרעמדע מענער, לאכן צו פרעמדע מענער, גיין שפילן מיט פרעמדע מענער.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר זענט נישט יאנטשי, איר זענט אן ערליכע, בא'חן'טע, אידישע, איידעלע, באשיידענע פרוי, און דאנקט דעם אייבערשטן אז נאך אביסל קומט שמחות.

#66 - איך דארף האבן געלט פאר די לומדי הכולל אויף פסח
כולל, צדקה, אידיש געלט, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז מיט דיר? ... נרו יאיר זאגט מיר אז ער געבט דיר יעדע חודש א טשעק פאר'ן כולל און דו דעפאזיטסט עס נישט, ער פרעגט מיר 'וואס גייט דא פאר, מען דארף יא געלט אדער נישט? איך געב געלט און עס גייט נישט ארויס פון מיין אקאונט'; וויל איך פארשטיין וואס גייט פאר. יעצט קומט יום טוב פסח, איך דארף האבן געלט צו קענען געבן פאר די לומדי הכולל, דאס ביסל געלט וואס זיי באקומען - זאלן זיי כאטשיג באקומען.


זיי נישט קיין בטלן, זיי נישט בקטנות; אז איינער וויל דיר העלפן - זאלסטו זיך לאזן, נישט סתם מאכן חוזק; נעמען טשעקס און דאס נישט דעפאזיטן.


געב איבער א גרויסן יישר כח פאר דיין ווייב תחי', פאר'ן מקרב זיין אלע געסט דעם שבת, זי האט גוט געטון וכו'.

#65 - עס איז נישט כדאי צו בארגן געלט
שלום בית, אידיש געלט, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע בארגן געלט וכו'; עס איז נישט כדאי צו בארגן געלט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכב): "וּמוּטָב שֶׁיִּהְיֶה בַּעַל חוֹב לְעַצְמוֹ אוֹ לִבְנֵי בֵּיתוֹ בְּמַלְבּוּשִׁים מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב לְהַחֶנְוָנִי אוֹ לַאֲחֵרִים", א מענטש זאל ענדערש זיין א בעל חוב פאר זיך אליין - ווי צו זיין א בעל חוב פאר א צווייטן, ענדערש בלייב שולדיג פאר דיר די מעבל, לייג אוועק געלט צו קענען קויפן שיינע מעבל - ווי איידער צו גיין בארגן, זיין יענעמ'ס קנעכט.


וואלט ווען געווען די מעשה פארקערט, דיין ווייב וואלט געוויינט און געשריגן אז זי דארף מעבל וכו' - וואלט ריכטיג געווען איר צו בארואיגן, און אז זי לאזט זיך נישט - קען זיין מען דארף בארגן, אבער אין דיין פאל, אז זי איז גאר די וואס זאגט בארגט נישט - איז דאך גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - די ברסלב'ער חתונה פלאן
הפצה, אידיש געלט, טעלעפאן, חתונה, חתונה פלאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטריאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק טאג און נאכט אין די הייליגסטע זאך - דו ביסט מפיץ דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, די הייליגע ליכטיגע עצות - פאר אידישע קינדער; ביים אייבערשטן איז די חשוב'סטע זאך ווער עס טוט פאר זיינע קינדער.


מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל דעם לשון הזוהר (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט האבן אויפ'ן טעלעפאן טעקסט מעסידזש; דאס ווענדט זיך אינעם מענטש, יעדער מענטש איז אנדערש. אויב דאס נעמט אוועק די קאפ און מח - דעמאלט איז בעסער דאס נישט צו האבן, אויב עס מאכט נאר גרינגער - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


בנוגע די חתונה פלאן וכו'; גיי אוועק פון די דמיונות, א שאד צו ווערן אריינגעדרייט אין א פלאנטער. נעם די ברסלב'ער חתונה פלאן, מען דארף גארנישט אוועקלייגן קיין געלט, און ווען מען מאכט חתונה - קאסט עס גארנישט, אלעס איז בחינם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - גיין צו די חתונה אן אויסקוועטשן צענדליגער טויזנטער דאלער פון די עלטערן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, שלום בית, אידיש געלט, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


אייער חתן ... נרו יאיר לערנט זייער פלייסיג אין ישיבה, אויך פירט ער זיך מיט זייער גוטע מידות, ער גרויסט זיך נישט אויף אנדערע, ער רעדט שיין צו אלעמען. איך פריי זיך פאר ענק, איר וועט אינאיינעם האבן א גוטע זיסע לעבן.


קלוג זענט איר אז איר גייט צו אייער חתונה אן אויסקוועטשן צענדליגער טויזנטער דאלער פון אייער טייערער טאטע נרו יאיר, הלואי אלע כלות זאלן זיך אזוי פירן. עלטערן וואלטן זיך געווינטשן צו האבן א כלה א תלמידה בית פיגא וואס דארף גארנישט; וואס איז צופרידן מיט א קלייד פון גמ"ח, פאלשע בלומען, חתונה אין בית המדרש; די עלטערן קענען זיך מיט פרייען מיט די גאנצע הארץ.


אייערע ליפן זאלן נישט אויפהערן זאגן: "שכוח אייבערשטער פאר מיין שיינע לעבן".

#62 - מען מוז אפשטעלן דאס בויען, עס שלעפט אריין אין חובות
שטעטל, אומאן, אידיש געלט, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, חבר הנהלת קרית ברסלב ליבערטי


איך האב נישט קיין ברירה, איך וויל דיר בעטן אפצושטעלן די ארבעט - סיי ביים מצה בעקעריי און סיי די מקוה טהרה. עס שלעפט מיר אריין אין חובות, איך האב נישט די געלטער; עס וועט גארנישט פאסירן אז מיר וועלן אפשטעלן די ארבעט, מען וועט עסן ביז דערווייל מצות פון אנדערע ערליכע מצה בעקערייען, און אזוי אויך מיט די מקוה.


פארליר זיך נישט, בלייב שטארק; איך וועל דיר באצאלן אלע געלטער וואס דו האסט אויסגעלייגט, אבער יעצט לעת עתה מוז מען אלעס אפשטעלן, איך לאז נישט ווייטער בויען.


אזוי אויך בנוגע אומאן; איך האב נישט געבויט דעם בנין צו מאכן דאס פאר אן האטעל, איך וויל נישט אריינלייגן קיין איין איבריגע דאלער עס זאל אויסקוקן ווי אן האטעל. איך האב געבעטן ... זאל ענדיגן די טרעפ, נישט דאס מאכן ווי אן האטעל, נאר באקוועם צו קענען גיין; לעת עתה איז דאס א סכנה, מען קען פאלן. איך האב נישט קיין געלט פאר די זאכן, און אפילו עס איז דא געלט - טאר מען נישט אויסגעבן געלט פאר די זאכן.


זע צו פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.