בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#138 - עסן ביים שווער, אפילו ווען ס'איז שווער
לימוד התורה, חתונה, שנה ראשונה, שווער, סעודות שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט יא גיין צו דיין שווער עסן די שבת סעודות; שנה ראשונה און אויך אין שנה שני' גייט מען עסן ביים שווער, און אפילו עס איז דיר שווער צו עסן ביי דיין שווער - זאלסטו בלייבן עסן ביי אים. און טאקע דערפאר רופט מען אן דעם 'שווער' מיטן נאמען 'שווער', אז אפילו עס איז 'שווער' צו מכבד זיין דעם 'שווער', עס איז 'שווער' צו רעדן מיטן 'שווער', עס איז 'שווער' צו זיצן ביים 'שווער' - דארף מען אים נאכאלץ מכבד זיין.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות; יעצט נאך די חתונה איז די שענסטע צייט אין לעבן, דו קענסט זוכה זיין צו ווערן זייער א גרויסער צדיק; ווייל פון איין זייט האסטו נאכנישט קיין טרדות פון פירן א שטוב, און פון די אנדערע זייט האסטו שוין א ווייב וואס היט דיך, דו קענסט לערנען תורה בטהרה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יומא עב:): אויפן פסוק (תהילים יט, י): "'יראת ה' טהורה עומדת לעד', אמר רבי חנינא, זה הלומד תורה בטהרה, נושא אשה ואחר כך לומד תורה", אז מען האט חתונה - קען מען לערנען די הייליגע תורה מיט א ריינעם מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#137 - חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן
שלום בית, מוהרא"ש, חתונה, שידוך, חתונה האבן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו זען דיינע בריוו, דיינע חידושי תורה וואס איז געבויט אויף התחזקות, מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן.


זיי מחזק דעם בחור ער זאל גיין צום שידוך וכו', ער זאל נישט קוקן אויף שיינקייט, "שֶׁקֶר הַחֵן וְהֶבֶל הַיֹּפִי", עס איז נאריש צו קוקן אויף דעם, "אִשָּׁה יִרְאַת ה' הִיא תִתְהַלָּל" (משלי לא, ל), דער עיקר איז טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן וואס זאגט אונז מיר זאלן חתונה האבן און ברענגען קינדער, און וויי און ביטער איז אז מען גייט מיט חכמות, מען ווארט צו באקומען לויט די דמיון; מען ווערט עלטער און עלטער, מען פאלט אין עבירות השם ישמרינו ויצלינו.


מען דארף חתונה האבן ווייל דער אייבערשטער זאגט חתונה האבן, מען דארף חתונה האבן ווייל די ערשטע מצוה איז פריה ורביה, ברענגען קינדער, און חס ושלום נישט נאכגיין די דמיון און חלומות און בלייבן מיט גארנישט.


בנוגע וואס דו פרעגסט אויב מען זאל באהאלטן די זאך וואס מוהרא"ש רעדט פון מלאך עזריא"ל, וואס איז געשטעלט אויף די בחורים און מיידלעך וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית וכו', ער איז מלמד זכות אויף זיי וכו' וכו', דער מלאך עזריא"ל לויפט אין פארנט פון יעדע נשמה וואס גייט אוועק פון די וועלט און שרייט צום שר הגיהנום: "מאך קאלט די גיהנום", אזוי ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אין זוהר חדש פרשת בלק; עס איז כדאי צו באהאלטן, מען דארף נישט רעדן איבריג וכו', מענטשן האבן נישט קיין השגה אין דעם; און אז דו וועסט גיין זאגן אז רבי נתן זכר צדיק לברכה און רבי נפתלי זכרונו לברכה זענען געווארן מלאכים - וועט דאס נישט מאכן מענטשן מער לערנען ליקוטי הלכות און זאגן ליקוטי תפילות; מענטשן האבן נישט קיין השגה אין דעם, און אזוי אויך אז דו וועסט רעדן פון דעם מלאך וואס איז געשטעלט אויף די נשמות וואס פאלן אין די ביטערע עבירות רחמנא לצלן, וואס, ווען און ווער - וועסטו נישט אויפטון, ביי דעם איז געזאגט געווארן (משלי יא, יג): "וְנֶאֱמַן רוּחַ מְכַסֶּה דָבָר".


אויך דארף מען אכטונג געבן נישט צו רעדן איבריג מיט אינגעלייט בדברים שבינה לבינו, מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען רעדט און וויפיל מען רעדט. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפח): "עַד שֶׁיִּדְרְשֶׁנּוּ אִם אֵינוֹ רַמַּאי וְשַׁקְרָן", איידער מען געבט צוריק וואס מען האט פארלוירן, וואס מען ווייסט נישט וכו' - דארף מען יענעם בודק זיין וכו'; רעד נאר בכלליות און ווארף רמזים, אבער חס ושלום רעדן איבריג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#136 - נעם די עצה און די סגולה פון הייליגן רבי'ן
שמחה, חתונה, משלי, שיר השירים, סגולה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס דו גייסט אריבער וכו', דו האלטסט שוין א האלב יאר נאך די חתונה - און נאכאלץ מוטשעסטו זיך וכו'; לדעתי ביסטו געזונט און שטארק, עס איז נאר דא ביי דיר אן אינערליכע אנגעצויגנקייט פון דעם ענין וכו', און דאס אנגעצויגנקייט און נערוועזקייט - האלט אפ וכו'.


הדבר הראשון, נעם די עצה און די סגולה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תס), די עצה פאר גבורת אנשים איז לערנען ספר משלי, ספר קהלת און ספר שיר השירים; מאך זיך א שיעור צו לערנען די ספרים באופן גירסא. אויך זאלסטו אוועקשטעלן א גלעזל אינדרויסן פון דיין שטוב ביים פענסטער, און ווען עס וועט גיין א רעגן און די גלעזל וועט פול ווערן מיט רעגן וואסער - זאלסטו דאס נעמען און אויסטרינקען, דער רבי זאגט אין ספר המדות (אות סגולה חלק ב, סימן ג): "מֵי גְּשָׁמִים מְסֻגָּלִין לְמִי שֶׁאֵין לוֹ גְּבוּרַת אֲנָשִׁים", רעגן וואסער איז מסוגל לגבורת אנשים.


דער עיקר זאלסטו זיין זייער פרייליך און דו זאלסט זיך נישט זארגן, ביי אסאך הערט מען אזוי ווי ביי דיר, און דער אייבערשטער וועט העלפן, עס וועט נישט נעמען לאנג און אלעס וועט זיין אין ארדענונג.


כל טוב.

#135 - נישט כדאי צו קויפן מתנות פאר'ן חתן
חובות, חתונה, חתן, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט גיין התבודדות יעדן טאג, מאך זיך א קביעות יעדן טאג א שטיק צייט צו רעדן צום אייבערשטן. דורך התבודדות קען מען זוכה זיין צו אלעס גוטס, דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס האט געבעטן דעם רבי'ן אן עצה צו ווערן אן ערליכער איד, אז ער זאל זיך מאכן שיעורים צו לערנען, האט יענער געזאגט פארן רבי'ן אז ער קען נישט לערנען, האט אים דער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיא): "עַל יְדֵי תְּפִלָּה יְכוֹלִין לָבוֹא לַכֹּל", דורך תפילה קען מען צוקומען צו אלעס; "לְכָל טוּב", צו אלעס גוטס, "לְתוֹרָה", צו לערנען תורה, "וַעֲבוֹדָה", צו דינען דעם אייבערשטן, "וּלְכָל הַקְּדֻשּׁוֹת", צו אלע הייליגקייטן, "וּלְכָל הָעֲבוֹדוֹת", צו אלע עבודות וואס איז נאר פארהאן, "וּלְכָל הַטּוֹבוֹת שֶׁבְּכָל הָעוֹלָמוֹת", און צו אלעס גוטס פון אלע וועלטן.


עס איז נישט כדאי צו קויפן מתנות פארן חתן, מערסטנס אז מען וויל קויפן א ש"ס קען מען עס קויפן. איך בעט זייער מען זאל נישט שיקן פארן חתן קיין מנורה, איך פרוביר זייער שטארק אכטונג צו געבן אויף אנשי שלומינו זיי זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות, און אויב א משפחה האט יא די מעגליכקייט צו געבן מתנות אן צו מאכן חובות - בעט איך זיי זאלן אויך נישט געבן מתנות, ווייל דאס מאכט אז אנדערע משפחות וואס האבן נישט די מעגליכקייט - זאלן דארפן בארגן געלט צו שטעלן א פנים ווי שיינע לייט וואס שיקן מתנות.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז מען מאכט חתונה - קען מען געבן נאך די חתונה וויפיל מתנות מען וויל, דאס וועט נישט שאדן מאכן פאר אנדערע, נאך די חתונה אז מען געבט מתנות - דאס איז נישט מחייב אנדערע דאס נאכצוטון, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז אזוי געווארן, אז חתן כלה ווען זיי באקומען מתנות - הייבט אן ווערן פון דעם א לחץ אויף אנדערע משפחות דאס נאכצוטון, דער מחותן זוכט צו געפעלן פאר די מחותנים, און די מחותנת'טע וויל געפעלן די , ברענגט דאס אז מען זאל אריינפאלן אין חובות.


איך האב געגעבן פאר מיין איידעם נאך זיין חתונה א שיינע זילבערנע מנורה, אויך האב איך געגעבן פאר מיינע חתונה געהאטע זין מנורות, און איך געב זיי נאכאלץ, דאס מאכט נישט קיין שאדן; עס ווייזט זיך ארויס אז דאס שטערט נישט און דאס טוט נישט שאדן מאכן פאר אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#134 - א שרעק פון די עכטע טאטע
פחדים, חתונה, גט, תפילה, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר שרייבט מיר אז איר האט א פחד, אז אייער עכטע טאטע גייט קומען צו אייער חתונה, איר טראכט אסאך פון דעם, איר דארפט אן עצה.


איך האב פאר אייך אן עצה, בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון מיין עכטע טאטע, הייליגער באשעפער העלף מיר אז איך זאל וועלן טרעפן מיין עכטע טאטע און אנהייבן מיט אים צו רעדן, הייליגער באשעפער העלף מיר אז אפילו איך וויל נישט טרעפן מיין עכטע טאטע, און אפילו עס זעט מיר אויס זייער שרעקעדיג - זאל איך נאכאלץ וועלן טון וואס איז ריכטיג און וויסן אז א טאטע און א מאמע איז זייער הייליג, און איך זאל וועלן האבן א שייכות מיט ביידע פון זיי".


טייערע תלמידה ... תחי', דאס וואס איר האט שרעק איז א נארמאלע זאך, ווייל ווען עלטערן גט'ן זיך און מען לעבט יארן מיט די מאמע, איז נארמאל פאר א קינד צו האבן א פחד צו טרעפן די טאטע, און איר האט אלע יארן נאר געזען אייער מאמע תחי', און איר האט קיינמאל נישט געזען אייער טאטע, איז נארמאל דאס וואס איר האט מורא און וואס איר טראכט: וואס גייט זיין אז איין טאג גייט אייער טאטע קומען? און וואס וועט זיין אז ער וועט קומען צו אייער חתונה? דאס מאכט אייך דערשראקן, און דאס מאכט אייך אומבאקוועם; אבער מיט תפילה, מיט בעטן דעם אייבערשטן - וועט אוועקגיין אלע אייערע שרעק, און אדרבה, איר וועט זיך וועלן טרעפן מיט אייער טאטע און לעבן בשלום מיט אים, און אויך מיט די מאמע.


שרייבט מיר נאך בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#133 - פירן א ריינע הייליגע שטוב
אידישע שטוב, חתונה, חתן, מזל טוב, הלכות

בעזרת ה' יתברך - חשוון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מזל טוב ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט בויען א שיינע שטוב, אן ערליכע שטוב, און מאכן נאר נחת פאר דיינע עלטערן.


לערן און חזר די הלכות, דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו פירן א ריינע הייליגע שטוב.


פון דיין ראש ישיבה, דיין פעטער.

#132 - א שאד דו האסט זיך געקויפט א סמארטפאון
סמארטפאון, אידישע שטוב, ישיבה, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


א שאד דו האסט זיך געקויפט א סמארטפאון, דיין כלה האט אזוי שטארק געוואלט א חתן פון ישיבה וואס וועט מיט איר אינאיינעם בויען אן ערליכע ווארעמע שטוב, און מיט א סמארטפאון איז אן אנדערע מעשה; מען דארף גרויס רחמים אז די שטוב זאל זיין געבויט ערליך און געזונט.


א שאד א שאד.

#131 - שוין צייט אראפצוגיין פון אלע גרופס
משניות, טעלעפאן, מוהרא"ש, חתונה, ח"י פרקים משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט לערנען די הייליגע תורה, זיי ממשיך מיטן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; מוהרנ"ת זאגט (שיחות הר"ן סימן קפה): "לכמה אנשים צוה לומר ח"י פרקים משניות בכל יום", דער רבי האט געהייסן אסאך פון אנשי שלומינו זאלן זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; זאגט מוהרא"ש, איז דאך גוט זיך אריין צו שטעקן דעם קאפ און זיין פון רבינ'ס לייט וואס טוען וואס דער רבי האט געזאגט.


איך וויל דיר בעטן עפעס, יעצט אז דו גייסט חתונה האבן זאלסטו זיך אפלאזן פון די נארישע זאכן פון כאפן בילדער און לייגן אויף גרופס, טו אויס די קינדערישע נארישע שיך, עס איז נישט גוט צו זיין אויף גרופס, אויך הער איך פון דיינע חברים אז דו ביסט אזוי אריינגעטון אין דעם אז דו ביסט ממש נישט ביי זיך, דיין קאפ איז מער אינעם טעלעפאן, און אז דו גייסט יעצט חתונה האבן - איז גוט דו זאלסט אפלאזן די גרופס; גיי אראפ פון יעדע גרופ, אנגעהויבן פון ישיבה גרופ, חברים גרופ, נאנטע חברים גרופ, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#130 - צוויי דריי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חתונה, מזל טוב, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


מזל טוב פאר ענקער חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו ענקער חתונה, איך וואונטש ענק א ברכה, דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט געזונטע ערליכע דורות, אמן.


לכבוד די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט מיט ענק געמאכט, ענק האבן חתונה געהאט אזוי שיין, זאלן ענק נעמען אויף זיך יעדן טאג פאר צוויי דריי מינוט צו דאנקען דעם אייבערשטן. ווייל מוהרנ"ת האט געזאגט, ווען א מענטש קרעכצט, ער רעדט זיך אפ, זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים געבן נאך מער אויף וואס צו קרעכצן, און ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, און אויף יעדע זאך זאגט ער: "ברוך השם", "געלויבט דער אייבערשטער" וכו', זאגט מען אין הימל: "קוקט דעם איד וואס האט גארנישט, ער האט צרות ויסורים, און דאך דאנקט ער דעם אייבערשטן, לאמיר אים געבן נאך גוטס", ווייל דורך דאנקען דעם אייבערשטן זעט מען וואונדערליכע ישועות און רפואות, מען זעט אפענע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#129 - ביידע עלטערן זאלן אינטערפירן, אפילו ס'איז זייער שווער
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, שלום, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ליבער טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט בויען א בית נאמן בישראל מיט הצלחה אין אלע ענינים.


איך וויל דיר בעטן זייער א הייקעלע (סענסיטיווע) זאך, אז יעצט ווען דו גייסט בויען דיין שטוב – זאלסטו מאכן א נחת רוח פאר די שכינה הקדושה, דו זאלסט לאדענען ביידע פון דיינע עלטערן זיי זאלן קומען צו די חתונה, און זאלסט יעדן מוחל זיין.


איך ווייס אז איך ווייס גארנישט וואס דו ביסט אלץ אריבער, ווי מען האט דיך געפייניגט ה' ישמרינו, דאך דאך דאך, יעצט ווען דו גייסט בויען דיין שטוב, א היים – דארפסטו פרייליך מאכן די שכינה הקדושה וואס בעט זיך דו זאלסט רופן דיינע עלטערן און זיי זאלן דיך אונטערפירן.


איך בעט דיר ווער נישט בייז אויף מיר און צערייס נישט די בריוו, און אפילו עס איז דיר שווער – זאלסטו עס טון. איך זאג דיר צו בהבטחה גמורה וחזקה, אז אויב דו וועסט טון די מסירות נפש, דו וועסט לאדענען ביידע עלטערן, טאטע און מאמע, און זיי בעטן זיי זאלן דיך אונטערפירן, אפילו זיי זענען גע'גט און שוין נאכאמאל חתונה געהאט, זאלסטו זיך עקשנ'ען אז דוקא זיי זאלן דיך אונטערפירן, זאג איך דיר צו אז דו וועסט זיין א גרויסער עושר און דו וועסט מצליח זיין און האבן די וועלט און יענע וועלט.


אויך זאלסטו מחזק זיין דיין כלה זי זאל אויך רופן אירע עלטערן, ווייל ענק גייען דאך יעצט ברענגען דורות, איז וואס עפעס זאלן ענקערע קינדער ענק מכבד זיין...?


איך בעט איבער, און איך בעט: טו עס פאר די שכינה הקדושה, טו עס פאר דיר, פאר דיין עתיד, טו עס פארן אייבערשטן. טראכט פון זיך מוסר נפש זיין פארן אייבערשטן; וואלט א גוי געסטראשעט מיט א מעסער אז אויב דו גלייבסט אין באשעפער שטעכט ער אריין אין הארץ – וואלסטו זיכער געשריגן שמע ישראל... און זיך געלאזט שטעכן, און יעצט ווען עס איז שווער גייסטיש צו רופן די עלטערן – דארף מען טון רצון ה', אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וּבְכָל נַפְשְׁךָ", זאגן די הייליגע חכמים (ברכות סא:): "אפילו נוטל את נפשך", טראומא וכו'.

#128 - אפשטופן א חתונה איז א גרויסע סכנה
חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


החתן ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין, איך קען נאר זאגן נאכאמאל אז מען טאר נישט אפשטופן א חתונה, עס איז א סכנה; זאלסט וואס שנעלער חתונה האבן, נעם א מנין אידן מיט אן ערליכער רב און האב חתונה.


אז דיין זיידע, באבע, פעטער, מומע און שווער שוויגער ווילן א שיינע חתונה און האבן ארויסגענומען א זאל פאר חדשים ארום - קענסט דעמאלט מאכן א שיינע מסיבה, אבער דאס האט נישט מיט די חתונה; ענק מוזן שוין חתונה האבן, און אז יעצט לאזט נישט די פאליציי מאכן א גרויסע חתונה צוליב זיכערהייט פון די מלחמה - זאלן ענק מאכן א קליינע חתונה.


איך מיש זיך נישט אין ענקער לעבן, אבער אז דו האסט געלערנט אין ישיבה און דו פרעגסט מיר - זאג איך דיר נאכאמאל: אפשטופן א חתונה איז א גרויסע סכנה, נישטא אזא זאך ווי אפשטופן א חתונה, זאל זיין וואס זאל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - פונדאסניי זיך אויפפרישן נאך די חתונה
חתונה, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האף אז אלעס ביי דיר איז גוט, און דו ביסט נאך שטארק מיט דיין עבודת השם, מיט לערנען און דאווענען.


ברודער, נאכדעם וואס מען האט חתונה דארף מען פריש מקורב ווערן, ווייל ווען מען איז א בחור, צעבראכן און צעריסן – דעמאלט לעבט מען דעם רבי'ן, די חיזוק און די עצות ווי זיך צו דערהאלטן, און ווען מען האט חתונה דארף מען זיך פונדאסניי אויפפרישן מיט ווערן מקורב צום רבי'ן.


אמאל פלעגסטו קומען ליל שישי צו די שיעורים; קום צום שיעור וועסטו האבן חיזוק צו לערנען און דאווענען.

#126 - ווען עס קומען אריין אנגעצויגענע מחשבות
תפילות אויף אידיש, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב צו דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט גיין מיט שמחה צו די חתונה און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


זיי נישט נערוועז, זיי נישט אנגעצויגן, געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט אלעס זיין גוט.


ווען עס קומען אריין די אנגעצויגענע מחשבות, זאלסטו גלייך זאגן די ווערטער: "הייליגער באשעפער איך געב זיך איבער צו דיר, הייליגער באשעפער העלף מיר אלעס זאל זיין גוט און פרייליך, אלעס זאל קלאפן הונדערט פראצענט, העלף מיר איך זאל זיין רואיג, איך זאל נישט זארגן".


טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר, נאר אז מען נעמט אריין אמונה איז מען רואיג, נאר מיט אמונה קען מען אנגיין אין לעבן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#125 - נעם א חשובער רב צו זיין מסדר קידושין
תודה והודאה, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


איך האב שוין לאנג געטראכט צו אויפהערן זיין מסדר קדושין צוליב כמה סיבות, און יעצט די יאר האב איך עס טאקע אפגעלאזט, במילא זאלסטו נעמען א רב; עס איז דא גענוג חשוב'ע רבנים וועם צו נעמען.


איך וועל בלי נדר קומען צו די חתונה; סיי לכבוד דער חתן, סיי לכבוד דיר, און אויך לכבוד דיינע חשוב'ע מחותנים.


העיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו מאכסט חתונה דיינע קינדער, אלע זענען ערליך, אלע גייען בדרך התורה, אלע זענען ליכטיג און טייער, אנגעהויבן ביי ... נרו יאיר, ... נרו יאיר, ... תחי', ... נרו יאיר, און יעצט די חתן ... און כמעט מאכסטו שוין נאך א שידוך; וויפיל ביסטו שולדיג פארן אייבערשטן? ווער איז דען רייכער פון דיר? דאס איז דאך די גרעסטע עשירות.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט נעמען אינגעלייט און לערנען מיט זיי, קורצע שיעורים פון צען מינוט, פופצן מינוט, הלכה ואגדה, סיי אינדערפרי און סיי פארנאכט.

#124 - זיך דערמאנען די חסדים פונעם אייבערשטן
תודה והודאה, טעלעפאן, אידישע שטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען עס איז דיין יום החתונה דארפסטו זיך דערמאנען די חסדים פונעם אייבערשטן. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג), ווי די חתן כלה האבן זיך דערמאנט די חסדים פונעם אייבערשטן, ווי זיי זענען געווען א בחור און מיידל פארלוירן אין וואלד און נישט געהאט עסן, און ווי דער אייבערשטער האט אויף זיי רחמנות געהאט און זיי געשיקט די בעטלערס וכו'; אזוי אויך זאלסטו זיך דערמאנען די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ביסט געווען איינער אליין אין א טונקעלע וואלד, היימלאז וכו', און היינט האסטו א משפחה, א ווייב מיט קינדער.


מוהרא"ש האט געזאגט פאר די אינגעלייט זאלן זאגן הלל אן א ברכה אין די טאג פון די חתונה, ווייל יעדע יאר וואס גייט אריבער און עס קומט אן די טאג פון ווען מען האט חתונה געהאט דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים.


מיין יום החתונה איז ראש חודש כסליו, קען איך זאגן הלל בשם ומלכות אויף די גרויסע חסדים.


איך פריי זיך זייער אז דו ברענגסט נישט אהיים די טעלעפאן, טעבלעט וכו', אויך נישט אין קאר, דו לאזט עס אין אפיס.

#123 - א שאד מען מאכט נישט נאך די חתונות בחנם אין ישיבה
שלום בית, ישיבה, חתונה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה, די חתונות אין ישיבה איז בחינם, עס קאסט נישט פאר די מחותנים קיין איין פרוטה. נישט נאר די חתונה איז בחינם, אויך איז צוגעשטעלט ביי די ווייבער צו מאכן די האר פאר די געשוויסטער פון די חתן כלה בחינם, און אויך אלעס ארום און ארום. אלעס איז די כח הצדיק מוהרא"ש, וואס האט אלע יארן געשריבן און גערעדט און מתפלל געווען מען זאל קענען חתונה מאכן די קינדער, עס זאל נישט קאסטן קיין געלט, מען זאל נישט דארפן ווערן בעלי חובות און נישט דארפן צוריק האלטן די קינדער פון חתונה האבן צוליב געלט.


שוין איבער ניינציג חתונות איז געווען אין ישיבה, וואס אנשי שלומינו האבן חתונה געמאכט בחינם. א שאד אז אנדערע קהילות מאכן דאס נישט נאך, א שאד אז מען האט מורא פון די עשירים, מען האט מורא צו זאגן דעם אמת פאר די עשירים וואס טרעטן אויף עם ישראל און זענען גורם אז מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט זאלן אויך דארפן מאכן ווי זיי און ווערן בעלי חובות השם ישמרינו.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אכטונג געבן אין שטוב אויף דיין שלום בית צו רעדן שיין מיט דרך ארץ. שלום בית מיינט נישט זיין א קנעכט פאר די ווייב, נאכגיין יעדע זאך וואס זי זאגט, שלום בית מיינט רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, רעדן מיט כבוד, רעדן מיט ליבשאפט, און רחמנות האבן אויף די ווייב. דאס לערנט אונז דער רבי, און דאס האבן מיר געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש, אז שלום בית איז הייליג און וויכטיג.


געב דיין ווייב געלט, נישטא אזא זאך 'איך האב נישט'; האסט אונטערגעשריבן די כתובה אז דו גייסט איר אויסהאלטן - דארפסטו איר געבן עסן, און געבן אירע געברויכן, אויך געלט פאר א רוימערקע, זיי נישט קארג אין שטוב.


מארגן וועט זיין א פרויען פארברענג. א שאד אז דיין ווייב קומט נישט, מיט די חיזוק פון רבי'ן ווערט אזוי גוט דאס לעבן, עס ווערט אזוי גרינג אלעס, זע זי זאל קענען קומען צו די פרויען פארברענג, זיך אנפילן מיט פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - מצוה טאנץ איז נישט קיין שפיל
חתונה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זיכער כדאי ענק זאלן האבן ביי די חתונה מצוה טאנץ, און אפילו אז דיין כלה קומט פון א שטוב וואס מען מאכט נישט קיין מצוה טאנץ - זאל מען נאכאלץ מאכן מצוה טאנץ, ווייל אין דעם ליגט זייער גרויסע סודות, עס ברענגט ערליכע דורות און נאך אסאך הייליגקייטן.


מצוה טאנץ איז נישט קיין שפיל, מוהרא"ש האט מקפיד געווען מען זאל נישט אויסרופן טאנצן אבי וועם, דאס איז נאר פאר די עלטערן, זיידעס און אז עס איז דא א צדיק, אבער פעטערס און חברים, ברידער וכו' - נישט.


בנוגע סידור קידושין; זאלסט בעטן דיינע עלטערן זיי זאלן ברענגען זייער רב וועם זיי פרעגן זייערע שאלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - טאטע און מאמע זאלן קומען צו די חתונה
כיבוד אב ואם, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער, החתן ... נרו יאיר


דיין טאטע וויל זייער שטארק מיט האלטן דיין חתונה; ער שרייבט מיר, ער בעט מיר - איך זאל רעדן צו דיר וכו'.


איך וויל דיר בעטן זאלסט טון וואס דו האסט געלערנט און לאדענען דיין טאטע צו דיין חתונה, דו קענסט נישט און טארסט נישט נעמען קיין שום שטעלונג אין די מחלוקת צווישן טאטע מאמע, דו דארפסט לאדענען סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע, ביידע זאלן קומען צו די חתונה, און דו זאלסט זאגן פאר דיין מאמע זי דארף פארשטיין אז זי קען נישט טון זאכן אפצושטעלן דיין טאטע זאל זיין ביי דיין שמחה.


איך בעט דיר זייער, דיין טאטע האט נישט גארנישט אין לעבן, נאר דו רעדסט מיט אים, און אלעס בזכות דיין התקרבות צום רבי'ן וואס לערנט אונז ווי זיך צו פירן, טון וואס די הייליגע תורה זאגט. זאלסטו לאדענען דיין טאטע און ער זאל דיך אונטערפירן אונטער די חופה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - הכנסת כלה וואס איז ריין צדקה
תודה והודאה, שלום בית, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דער אייבערשטער מאכט מיט דיר אזעלכע גרויסע חסדים, דארפסטו אים נאר לויבן און דאנקען אז דו האלסט שוין ביים יונגסטן קינד. אלע קינדער האסטו אזוי שיין חתונה געמאכט און אלע פירן זיך בדרך התורה והיראה, אלע זענען מקורב ומקושר צום הייליגן רבי'ן, דארפסטו אים נאר דאנקען און לויבן.


יעצט אז דו גייסט חתונה מאכן דיין קינד און דיין ווייב בעט דיר געלט איינצוקויפן פאר די כלה שטאפיר - זאלסטו זיך נישט שעמען צו בעטן פון אנשי שלומינו ווער עס וויל דיר העלפן מיט הכנסת כלה. ביי אונז אין די קהלה מאכט מען נישט קיין נארישקייטן, דאס צאמנעמען הכנסת כלה איז ריין צדקה, הכל בכל מכל כל דארף מען צען טויזנט דאלער צו קענען איינרישן, איינקויפן פאר די כלה - אלעס וואס זי דארף; זאלסטו בעטן פון אנשי שלומינו ווער עס וויל דיר העלפן.


געב דיין ווייב כבוד, עס קומט איר גרויס כבוד, זי איז דיר געטריי דיין גאנץ לעבן מיט מסירות נפש, זי איז אן אשת חיל, רעד צו איר ווי מען רעדט צו א קעניג.


אז דו ווילסט ניצן דעם בריוו פאר המלצה קענסטו ווייזן דעם בריוו פאר אנשי שלומינו, זיי זאלן דיר העלפן מיט הכנסת כלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - זען נאר גוטס ביי די קינדער, אויך די חתונה געהאטע
קינדער, חתונה, הדרכות, א גוט אויג

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מקרב דיינע קינדער, און אויך דיינע חתונה געהאטע קינדער, און אז זיי פירן זיך אנדערש, און זיי מאכן אנדערש וכו' וכו' - זאלסטו חס ושלום זיי מרחק זיין, קינדער דארף מען זייער מקרב זיין, בפרט נאך די חתונה, דעמאלט מוז מען זיי זייער מקרב זיין.


דיין זון ... נרו יאיר איז אזוי טייער, און אויך זיין ווייב תחי', זאל דיך נישט באדערן זייער קטנות הדעת, זיין סוועדער מיט זיינע שמאלע הויזן וכו'; דאס איז קטנות הדעת, מען וואקסט דאס אויס. לויט ווי איך האב געהערט ביסטו אויך דאס אריבער אין די יונגע יארן, יעצט האלסטו ביי אנדערע מוחין וכו', און אז דו וועסט זיי מקרב זיין מיט ווארעמקייט און ליבשאפט, וועלן זיי דאס אויך אפלאזן.


אז דיין זון רופט דיך זאלסטו אויפהייבן די טעלעפאן, און אז ער רופט דיך נישט - זאלסטו אים רופן, געב אים די גוטע געפיל, אז ער האט א טאטע וואס ליבט אים, געב אים די גוטע געפיל אז זיין טאטע האלט פון אים; נאר אז מען האלט און ביז וויפיל מען האלט פון די קינדער - אזוי קענען זיי וואקסן און מצליח זיין.


ביי התבודדות זאלסטו דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, און בעטן פאר דיר דו זאלסט האבן גוטע אויגן און א גוט הארץ, נאר זען גוטס ביי דיינע קינדער און ביי אלע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל חתונה מאכן די קינדער יונג
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, אמונת חכמים, חתונה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט שובבי"ם ווען מען קען אלעס פאררעכטן, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן זאלסט חתונה מאכן דיינע קינדער יונג, זאלסט טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט צו אונז און וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט צום אייבערשטן אויף בחורים און מיידלעך, וואס זיי גייען אריבער און קיינער ווייסט נישט וואס זיי ליידן, ווי שטארק זיי ווילן זיין גוט און ווי שווער עס איז זיי.


איך געדענק אין אומאן ראש השנה האט מוהרא"ש איין יאר נישט געהאט די כוחות צו געבן א תקיעת שופר דרשה, איך בין געשטאנען אויפן בימה נעבן מוהרא"ש, מוהרא"ש האט מיך גערופן שטיין נעבן אים, צו יוצא זיין די ברכה פאר די תקיעות דמעומד, און אויך צו זיין גרייט אויב מוהרא"ש וועט נישט האבן כח צו בלאזן די תקיעות דמיושב. אין די צייט וואס דער עולם האט געזאגט זיבן מאל למנצח האט מוהרא"ש זייער געוויינט אויפן קול, בכיות נוראות, און מוהרא"ש זאגט מיר: "איך וויל יעצט זאגן א תקיעת שופר דרשה פאר בית דין של מעלה, בחורים זענען נישט שולדיג אז זיי פאלן אין עבירות, מיידלעך זענען נישט שולדיג, ווייל זיי ווילן חתונה האבן און מען לאזט נישט חתונה האבן ביז מען איז אלט, און דאס איז די סיבה פארוואס זיי פאלן אין עבירות".


עס איז געווען זייער שרעקעדיג, עס האט געגאסן בלוט פון מוהרא"ש פון די נאז, די ווייסע בעקיטשע, די טלית; אלעס איז געווען בלוטיג, מוהרא"ש זאגט ווייטער: "איך וועל נישט לאזן מען זאל דן זיין אויף שלעכטס קיין איין בחור און מיידל, ווייל אלע ווילן זיין גוט, מען לאזט נישט חתונה האבן יונג, מען לאזט די קינדער ווארטן ביז זיי זענען שוין פארפאלן".


מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן גיין בתמימות ופשיטות, פאלגן די תורה, פאלגן די צדיקים, מאכן שידוכים מיט די קינדער יונג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין עו:): "האוהב את אשתו כגופו", ווער עס האט ליב זיין ווייב אזוי ווי זיך אליין, "והמכבדה יותר מגופו", און ער איז איר מכבד נאך מער ווי ער איז זיך אליין מכבד, "והמדריך בניו ובנותיו בדרך ישרה", און דער וואס לערנט אויס די קינדער צו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, "והמשיאן סמוך לפירקן", און ער מאכט חתונה די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, אויף אים זאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ וּפָקַדְתָּ נָוְךָ וְלֹא תֶחֱטָא", ווער רעדט נאך די טעכטער... אויף זיי דארף מען נאך מער אכטונג געבן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "בתך בגרה", אויב דיין טאכטער ווערט דרייצן יאר, "שחרר עבדך ותן לה", זאלסטו אפילו באפרייען דיין קנעכט און איר געבן דעם קנעכט פאר א מאן, ווייל אז נישט - וועט זי חס ושלום אראפפאלן אין עבירות; זעט מען ווי שטארק מען דארף היטן די טעכטער.


נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו חתונה מאכן די קינדער בקדושה ובטהרה, מען דארף שוין יעצט בעטן ווען די קינדער זענען נאך קליין: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אלע מיינע קינדער חתונה מאכן יונג, זיי זאלן נישט אריבער גיין די צער און יסורים וואס איך האב געליטן ווען איך האב געווארט אויף מיין שידוך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - ווען מען האט חתונה, דארף מען פריש מקורב ווערן צום צדיק
התחזקות, חתונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו זען דיין נאמען ביי די נדבנים וואס העלפן חודש'ליך צאלן רענט פאר די ישיבה, איך האב שוין א לאנגע צייט נישט געהערט פון דיר, איך האף אז אלעס איז גוט ביי דיר, און דו לעבסט מיט שלום און אהבה מיט דיין ווייב.


ווען מען האט חתונה – דארף מען פון פריש מקורב ווערן צום צדיק, בפרט ביי זיווג שני; פריש אנהויבן לערנען שיעורים כסדרן, פריש אנהויבן זיך מתבודד זיין און טון די זיסע עצות פון רבי'ן.


שרייב מיר דיינע סיומים, וועסטו מיך מחי' זיין.

#116 - ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, באקומט שוין אויך א גוט לעבן
תפילות אויף אידיש, התחזקות, ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געדענק, אפילו מען איז בבחינת הידים ידי עשיו, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות, מען האט מקלקל געווען רחמנא לצלן - דארף מען ניצן דעם קול, עס זאלן ווערן קול יעקב, רעדן צום אייבערשטן, דעמאלט איז מען זוכה צו באקומען אלע ברכות. מען דארף שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נישט מיין לעבן זאל מיר אריבערגיין מיט אזעלכע נארישקייטן". 


זונטאג און אויך מאנטאג וועט זיין חתונות אין ישיבה, מען זעט די כח הצדיק, די כח פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אזויפיל גערעדט און געשריבן פון די זאך, און יעצט ווערט דאס אויסגעפירט דורך אנשי שלומינו; מען מאכט פשוט'ע שמחות, מען געבט נישט אויס געלט פאר די פאר שעה פון די חתונה, מען לעבט מיט א חשבון, מען לעבט מיט שכל, דער צדיק געבט שכל; עס איז כדאי זאלסט קומען זען מיט די אויגן די שמחות, ווי פרייליך די מחותנים זענען, ווי פרייליך חתן כלה זענען, די חתונה האט א אידישע טעם, מען שפירט א טעם, מען שפירט אן עכטע שמחה, נישט קיין געמאכטע, נישט קיין געבארגטע, נישט קיין פאלשע. מיר האבן פאלשע בלומען מיט עכטע שמחה, נישט עכטע בלומען וואס מען צאלט אזויפיל געלט און ביז אפאר שעה ווארפט מען דאס אוועק אין די מיסט, בשעת מען האט נארוואס געבארגט געלט און מען האט נישט פון וואו צו באצאלן, השם ישמרינו.


דאס איז פון די קליינע זאכן וואס דער רבי געבט אונז; דאס איז אויסער די שכל, חיזוק און עצות פאר עבודת השם וואס דער רבי געבט אונז, די קלארע ריינע אמונה, די דביקות בשם, די שמחה פון טון מצוות און די תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן לנצח נצחים – אויסער דעם געבט אונז דער רבי אויל צו שמירן די רעדער, שכל צו מאכן פשוט'ע שמחות, שכל ווי אזוי צו לעבן, נישט לעבן פאר אנדערע, נישט נאכמאכן אנדערע.


דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען א סוחר וואס האט פארקויפט דיאמאנטן און טייערע שטיינער, אמאל קומט איינער צו אים און בעט צו קויפן נייע רעדער פאר זיין וואגן, זאגט אים דער סוחר: "איך פארקויף דיאמאנטן נישט קיין רעדער", זאגט אים דער איד: "איך האב געהערט פון מיין חבר ער האט באקומען דא נייע גוטע שטארקע רעדער", זאגט דער סוחר: "יענער האט איינגעקויפט ביי מיר טייערע צירונג, האב איך אים געגעבן אויך גוטע רעדער אויף אהיים צו פארן, איך בין נישט קיין סוחר פאר רעדער, איך פארקויף דיאמאנטן", און דער רבי האט אויסגעפירט: "איך פארקויף תורה, תפילה און תכלית, אויב איינער קומט צו מיר און פאלגט מיר, געב איך אים שוין אויך גוטע רעדער - בני חיי ומזוני, ער זאל קענען לעבן א שיין לעבן".


היינט זאגט מען יום כיפור קטן.


די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#115 - א זכי' אהערצושטעלן די חתונות אין ישיבה בחינם
ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


בשם די גאנצע קהילה טוען מיר זיך באדאנקען פאר ענק פארן אהערשטעלן די חתונות אין ישיבה, אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן פאר בחינם, זיי זאלן זיך קענען פרייען מיט אמת'ע פרייד, עס זאל זיי נישט דרוקן חובות השם ישמרינו.


געב איבער פאר דיין ווייב זי זאל וויסן די גרויסע זכי' פון העלפן משמש זיין דעם רבי'ן, יעדע זאך וואס מען העלפט די קהילה וואס טראגט דעם רבינ'ס נאמען – איז זייער חשוב, ובפרט אז מען העלפט אנשי שלומינו צוקענען לעבן אן חובות, לעבן אן ווערן צעדרוקט און צעקוועטשט פון לעבן פאר אנדערע, אויסגעבן און בארגן געלט – פאר אנדערע, ה' ישמרינו.


קומענדיגע וואך וועט זיין נאך צוויי חתונות, און דעם ווינטער קומט נאך חתונות. די יאר וועט זיין די אכציגסטע חתונה אין שול; אכציג חתונות מיינט הונדערט זעכציג מחותנים, זיי געהאלפן גיין צו זייער קינד'ס חתונה אן קיין חובות, אן קיין דאגות, נאר מיט שמחה.


דאס דארף ענק געבן כח און מוט – ווייטער ממשיך זיין מיט די גרויסע מצוה.



 

#114 - מען דארף נעמען די תהילים ווען אלעס איז נאך גוט
תהלים, חתונה, חתן, הכנה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער, החתן ... נרו יאיר


זע זיך צו גרייטן צו דיין חתונה מיט גוטע זאכן, בעיקר מיט זאגן יעדן טאג תהילים, פרוביר צו ענדיגן יעדע וואך ספר תהילים. בעט פאר דיר און בעט פאר ערליכע געזונטע דורות.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, די וועלט מאכט א טעות, מען נעמט דעם תהילים ווען מען האט שוין די צרה, מען דארף נעמען די תהילים ווען אלעס איז גוט און דאס וועט צוריק האלטן עס זאל נישט זיין קיין צרות.


באקומסט א גאר חשוב'ע כלה מיט גאר חשוב'ע שווער און שוויגער, דארפסט דאנקען יעדן טאג פאר דעם, זאג: "שכוח אייבערשטער פארן מיך א חתן מאכן צו אזא וואוילע משפחה וכו'".


בעט דעם אייבערשטן נאך דיין חתונה זאלסטו בלייבן העלפן דעם רבי'ן.