בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי קדושים, ה' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך דאנק דיך פארן זיין אזא געטרייער שמש אין שטעטל שול; איך באקום כסדר גוטע גריסן ווי שיין דו באגייסט זיך מיט די מתפללים.
איך וויל דיר בעטן זאלסט פאררעכטן די אייזקרים מאשין און דאס לייגן אין פאליש, און דאס אנפילן מיט גוטע אייזקרים; ווייל אין שטעטל אז א אינגערמאן וויל אהיים ברענגען פאר די ווייב א גוטע אייזקרים, אז ער דארף פארן ביזן גראסערי און צוריק - איז שוין א גאנצע מהלך, און אז עס וועט זיין אין שול קען מען נאך מנחה מעריב אהיים ברענגען פאר די ווייב אן אייזקרים, עס קען אויפלעבן די גאנצע שטוב, אויפלעבן די שלום בית; ווייל אז די ווייב איז אפגעמאטערט פון די ארבעט מיט די קינדער, און אז דער מאן קומט אהיים, זי זעט ער האט געטראכט פון איר, ער האט איר געברענגט אן אייזקרים - לעבט עס אויף די שטוב.
אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר שרייבן די נעמען פון די בחורים און אינגעלייט וואס העלפן דיר אין שול, איך וויל זיך באדאנקען פאר זיי.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.