בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר זענט אזוי גליקליך, איר האט א מאן וואס לערנט תורה און דינט דעם אייבערשטן; עס איז טאקע שווער ווען מען זעט ווי די חבר'טעס פארברענגען מיט די מאן, זיי גייען און קומען וכו', און אייער מאן לערנט און לערנט, איר גייט אליין, איר קומט אליין, אבער אז מען טראכט פון תכלית, וואס בלייבט פונעם מענטש? נאר די תורה, נאר די עבודת השם, און דאס גרויסע שכר וואס די פרויען באקומען פארן העלפן דעם מאן לערנען תורה. אזוי ווי דער הייליגער רבי עקיבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (כתובות סג.): "שלי ושלכם שלה הוא", מיין גאנצע תורה און ענקער גאנצע תורה - איז אלעס בזכות מיין ווייב; זי האט מוותר געווען אויף אירע פארגעניגן אז איר מאן רבי עקיבא זאל לערנען תורה.
איך וועל מחזק זיין אייער מאן ער זאל מאכן צייט פאר אייך וכו', אבער אייך בעט איך איר זאלט זיך שטארקן און אוועק קוקן אויף די אייגענע פארגעניגן אבי אייער מאן זאל קענען לערנען תורה, וועט אייך גוט זיין בזה ובבא, איר וועט געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות, וימלא ה' כל משאלות ליבך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.