בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויב באקומט מען נישט קיין ענטפער, קען מען איבערפרעגן
בריוו

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט שרייבן אלע אייערע פראגעס; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך ענטפערן ווי אזוי איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש - די שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


אסאך מאל ווערט פארגעסן די בריוו, פון די פיל טרדות וכו' וכו'; זאל מען נישט ווערן באליידיגט, נאר מען קען נאכאמאל איבערפרעגן.


איר זאלט האבן א פרייליכער שבת.