בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#96 - משיח קען נישט קומען צוליב די מחלוקת צווישן אונז
שלום בית, מחלוקת, בריוו, משיח, ספרי ברסלב, חסידות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


קודם כל וויל איך איבער בעטן פארן נישט ענטפערן גלייך, איך בין אזוי פארנומען אז איך קום ניטאמאל אן צו ליינען די בריוו; רוב בריוו וואס קומען אן צו מיר קום איך ניטאמאל אן צו ליינען, און אז איך ליין יא - דארף מען נאך האבן צייט צו קענען ענטפערן, דעריבער פארשלעפט זיך עס.


איך האב געליינט דיינע בריוו מיט גרויסע צער און ווייטאג, מיר רייסט ביים הארץ די מחלוקת וואס האט אויסגעבראכן ביי ענקער חסידות; עס איז געווען אזוי שיין, אזוי באחדות - ביז דער שטן האט זיך אריינגעמישט און עס האט אויסגעפלאצט אזא פיינטשאפט. וואס זאל איך דיר זאגן, די מחלוקת צווישן אידישע קינדער, צווישן חסידים און צווישן קרייזן - דאס איז מעכב די גאולה, משיח קען נישט קומען צוליב די מחלוקת צווישן אונז; וואלט מען זיך נישט פיינט געהאט - וואלט משיח שוין לאנג געקומען.


עס זיך נישט אויף, און באשולדיג נישט קיינעם, און זיכער נישט דיין ווייב, און אז מען רודפ'ט דיר זאלסטו נישט ווארפן די שולד אויף קיינעם, געב אכטונג דיין שטוב זאל נישט צעבראכן ווערן, ווארף נישט די שולד אויף דיין ווייב, זיי זיך מסדר אין א שול וואו מען לאזט דיך יא דאווענען, און גיי נאר אין פלעצער וואו מען רודפ'ט דיר נישט.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים, וועסטו זיך גוט אויסלאכן פון אלעס אנדערש. אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספר ליקוטי מוהר"ן זעט מען אז עס איז דא אמת, עס איז דא עפעס העכערס פון די אלע סארט שטותים והבלים. דער רבי וועט דיך פירן חוץ לישוב, ער וועט דיר געבן אנדערע מוחין, טראכטן פונעם אייבערשטן, זיך בענקען צום אייבערשטן און לעבן מיט תכלית, מיט עלמא דאתי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד
עבודת השם, היכל הקודש, בריוו, ספרי ברסלב, לקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב זיך זייער געפרייט צו דיין בריוו.


עס איז טאקע אזוי, עס איז זייער וויכטיג צו שרייבן בריוו; עס איז א וועג ווי מען קען אנהאלטן א קשר, זיין פארבינדן אין היכל הקודש.


ווי דו ווייסט אודאי לאקערט דער סמ"ך מ"ם זייער שטארק אויף יעדן תלמיד היכל הקודש, ער וויל אים אויסרייסן און אוועקנעמען פון די פלאץ; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו בלייבן אין היכל רבינו, סיי בזה העולם און אויף יענע וועלט.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר העלפן מיט אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד; מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, וואס זאל איך דיר זאגן, דו האסט דעם רבינ'ס ספרים; מאך זיך שיעורים אין זיי - וועסטו זוכה זיין צו קומען צו שיינע זאכן. לערן יעדן טאג ליקוטי מוהר"ן - וועסטו אנהויבן אזוי שטארק בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אויך לערן די שיחות פון הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - נעם נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען
תפילה והתבודדות, שבת קודש, בריוו, עצתו אמונה, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז כדאי זאלסט צאמנעמען אלע בריוו וואס איך האב דיר געשריבן במשך אלע יארן פון ווען מיר קענען זיך און גיי דאס איבער. אין די בריוו איז דא אסאך עצות, חיזוק און שכל פארן לעבן, סיי פארן טאג טעגליכן לעבן און סיי אויף שפעטער.


נעם נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען, און אז מען דארף אמאל קוקן - איז זיכער נישט שבת קודש, די הייליגע טאג; שבת איז א צייט צו לערנען און דאווענען און זיך מחזק זיין ביראת שמים. קענסט איבערקוקן די בריוו שבת, זיך מחזק זיין ביראת שמים.


עצתו אמונה איז גוט צו לערנען, בפרט שבת. די בריוו איז זייער מחזק ליראת שמים, און עס ברענגט דעם מענטש צוריק צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, הויב אן דיין טאג מיט תפילה והתבודדות. גיי הינטער דיין שטוב, צווישן די גראז, בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מידות און די שלעכטע תאוות, ביז דו וועסט זוכה זיין זיי צו מבטל זיין.

#93 - ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן מכבד צו זיין די ווייב
שלום בית, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען. פארציילט די גמרא, רב האט געפרעגט פון רבי חייא: "הָא קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ לְמַר", זי איז דאך דיר מצער, פארוואס ברענגסטו איר די גוטע זאכן? האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


לייג דיר אוועק דעם קליינעם בריוו, און ווען עס ווערט דיר שווער אין שטוב זאלסטו איבערגיין וואס שטייט דא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.


 

#92 - האלט אייך פריש, און רעדט נאר פון פשוטע זאכן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חברים, קדושה, שלום בית, התחזקות, הפצה, דרך ארץ, חסידות ברסלב, דרשות, מדות טובות, התחדשות, בית המדרש, נסיונות, בריוו, עצתו אמונה, ראש ישיבה, מורה דרך, אשר בנחל, דאווענען, מנין, לצנות, עקשנות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת בהר בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין ארץ ישראל, זיך טרעפן נאכאמאל מיט אייך און זיך קענען מחזק זיין מיט די שיינע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל איבערבעטן די אלע חברים וואס איך האב נישט באגרוסט, די אלע וואס האבן געווארט אין ירושלים נאכן שיעור צו קענען געבן שלום; וואלט איך געגעבן נאך איינעם שלום - וואלט איך פארפאסט די פליגער. איך האב געמיינט די פליגער פארט אהיים אום איינס אזייגער, איך האב אויסגערעכנט אנצוקומען אין צייט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד ווייזט מען מיר: "פארמאכט!" זיי זאגן איך האב געמאכט א טעות, די פליגער פארט שוין צוועלף דרייסיג. מיר זענען שיעור געווארן פארלוירן, מיר האבן זיך שנעל דערמאנט פון די עצה פון תפילה, אלע האבן געבעטן: "רבונו של עולם העלף מען זאל אונז עפענען און מיר זאלן אנקומען בשלום", און ניסים איז געשען, מען האט אונז גענומען און דורכגעפירט אלע ווארטעס.


איך וויל איבערבעטן די גבאים, זיי זאלן נישט זיין וויי געטון אז איך בין נישט געקומען צו זיי אין שול; איך באקום בריוו אז עס טוט וויי פארוואס איך גיי נאר אין ירושלים און איך בין נישט געקומען צו זיי. וויסן זאלט איר, מיין פלאן איז געווען צו קומען צו אלע שול'ן; צפת, בית שמש, יבנאל, בראכפעלד און אלעד, אבער איך האב געהאט די מצוה פון מכבד זיין מיין שווער און מיין טאטע, בין איך געבליבן זיצן אין מירון מיט זיי, איך האב געוואלט קומען און איך וועל נאך קומען.


די פראגע איז נאר, אויב איך וועל קומען - צי וועל איך אייך נאך טרעפן; ווייל מען דארף רחמי שמים צו זיין פריש ביים רבי'ן. איך האב געזען אין ארץ ישראל אינגעלייט וואס זענען שוין נישט ווי אמאל, איך האב זיי געפרעגט, זאגט מיר דעם אמת, איר הערט נאך די שיעורים וואס מען שמועסט אין ישיבה? זאגן זיי, ניין, היינט דארפן זיי דאס שוין נישט, היינט זענען זיי שוין ביי מוחין דגדלות. האב איך געזען אז מען דארף האבן א זכיה צו קענען בלייבן פריש מקורב ביים רבי'ן.


איך וועל קומען צו אייך, און איך וויל אייך אלע טרעפן. געבט אכטונג זיך נישט דרייען צווישן לצים. געבט אכטונג פון די וואס רופן זיך ברסלב נייטראל, די וואס שפעטן פון צדיקי אמת, די וואס מאכן א געשפעט; ווייל נאכדעם ווערט מען אפגעקילט. מען קען שוין נישט הערן די שיינע זיסע עצות פונעם צדיק, ביז מען הערט אויף לערנען, מען הערט אויף דאווענען, ביז מען הערט אויף בענקען צום אייבערשטן און מען פארלירט אלעס.


איך וויל בעטן אונזערע טייערע גבאים, די אלע וואס לערנען פאר אין אונזערע שטיבלעך; לערנט פשוט'ע ווערטער, לערנט נישט קיין טיפע תורות און משלים, קיינער האט נישט כח פאר די מעשיות מיט משלים, מיטן נמשל וואס שטימט זייער שיין מיטן משל, אבער מיטן מענטש שטימט עס נישט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) אויף די איז געזאגט געווארן: "'הַמְּעַט מִכֶּם הַלְאוֹת אֲנָשִׁים כִּי תַלְאוּ גַּם אֱלֹקִים', כִּי מְיַגְּעִים אֲנָשִׁים שֶׁבָּאִים לִשְׁמֹעַ דְּרוּשָׁם וְתוֹרָתָם, וַאֲנָשִׁים חוֹשְׁבִים שֶׁיָּבוֹאוּ לְאֵיזֶהוּ תּוֹעֶלֶת עַל יָדָם, הַיְנוּ שֶׁיָּבוֹאוּ לָדַעַת אֶת ה' אֵיךְ לַעֲבֹד, וְהֵם הָאֲנָשִׁים אֵין מַשִּׂיגִים שׁוּם תּוֹעֶלֶת, כִּי תּוֹרָתָם שֶׁל אֵלּוּ הַתַּלְמִידֵי חֲכָמִים אֵין לָהּ כֹּחַ לְהַדְרִיךְ אֶת הָאָדָם בְּדֶרֶךְ הַטּוֹב כִּי מִבִּישָׁא לָא הֲוֵי טָבָא, וְלֹא עוֹד, כִּי תַלְאוּ גַּם אֱלֹקִים כְּאִלּוּ לוֹאֶה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִלַּעֲזר לָעוֹבְדִים אוֹתוֹ, נִמְצָא שֶׁעַל יְדֵי זֶה אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם נוֹפְלִים בִּכְפִירוֹת גְּדוֹלוֹת וְחוֹשְׁבִים, חַס וְשָׁלוֹם, 'לֹא יִרְאֶה וְלא יָבִין אֱלֹקִים בְּמַעֲשֵׂה בְּנֵי אָדָם' עַל יְדֵי זֶה 'אֶת יִרְאֵי ה' לֹא יְכַבְּדוּ'".


וואס יא? רעדט פון זיך אויפפירן מיט דרך ארץ צו די עלטערן, רעדן מיט דרך ארץ צו טאטע מאמע, שווער און שוויגער. רעדן מיט דרך ארץ צו די ווייב, מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין צו די ווייב. פארוואס פאר חברים האט מען כח זיי צו טון טובות און ווען די ווייב בעט זיך פאר א טובה דריידט מען זיך ארויס? און אפילו די וואס טוען שוין יא - טוען דאס מיט א גאנצע טובה, פארוואס? פארוואס איז די ווייב נישט אינטערעסאנט?! נאר אז מען איז מכבד די ווייב, מען קוקט אויף איר ווי זי איז א מתנה פונעם אייבערשטן, מען ערווארט גארנישט פון איר - דאס איז אן ערליכער איד.


איך בעט די גבאים וואס לערנען פאר, לערנט פאר בריוו פון מוהרא"ש; חיזוק אויף אמונה, חיזוק אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, חיזוק אויף זיין פרייליך, אויך זאל מען זיך ליב האבן.


טייערע ליבע ברידער, ווערט נישט אלט און ווערט נישט מיד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "צְרִיכִין לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה'", ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד, דארף וויסן אז מען קען נישט זיין אן ערליכער איד נאר אז מען איז א גרויסער עקשן, עס זאל נישט אינטערעסירן דעם מענטש צי ער פאלט צי נישט, ווייל דער יצר הרע האלט אין איין אראפווארפן דעם מענטש, ער ברענגט אריין אין אים חלישות הדעת, דער מענטש זאל טראכטן כאילו דער אייבערשטער דארף אים נישט, ער וויל דער מענטש זאל אפלאזן זיין ווילן; אבער ווען א מענטש איז אן עקשן און ער לאזט נישט נאך, אפילו ער האלט אין איין פאלן, ער איז פוגם בברית רחמנא לצלן דאך גייט ער שטענדיג צוריק צום אייבערשטן - וועט ער זוכה זיין סוף כל סוף צו אלע מדריגות.


איך בעט ענק זייער, זייט שטארק ביי זיך, געבט נישט נאך, געבט נישט אויף; אזוי גייט עס מיט יעדן איינעם, ווען מען וויל זיין גוט - הויבט מען אן פאלן, ווען מען הויבט אן תשובה טון - הויבט מען אן האבן ביטערע נסיונות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד רַחֲמָנָא לִצְלָן", דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא, ווען זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין אט אט זיין אן ערליכער איד, זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין כמעט אריין אין די טיר פון קדושה, דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויפן מענטש מיט א מורא'דיגע שטארקייט רחמנא לצלן, און ווען דער מענטש ווייסט נישט אז דאס איז נאר אים אוועק צו שלעפן און אים צו צעברעכן - געבט ער אויף און לאזט אלעס אפ.


דאס איז די שיינקייט פון א איד און דאס האט דער אייבערשטער ליב; צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים שמוץ און נארישקייטן, מיט דעם אלעם דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם, איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


טייערע ליבע ברידער, יעדער איינער פון ענק זאל עפעס טון פאר הפצה.


א גוט שבת.


 

#91 - די איינציגסטע וועג איז צו רעדן צו די קינדער נאכאמאל און נאכאמאל
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן א בילד אז מען האט פארבויט הינטער די טרעפ אין תלמוד תורה. עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפן אז הינטער די טרעפ וועלן קינדער זיך נישט קענען באהאלטן, ווייל אויב דו וועסט נישט רעדן צו די קינדער פון קדושה, אויב מען וועט נישט רעדן נאכאמאל און נאכאמאל פון קדושת הברית - וועלן זיי נכשל ווערן אויף די טרעפ און אין די כתה רחמנא לצלן.


פאלג וואס אונזערע צדיקים האבן אונז געלערנט, מען זאל רעדן צו די קינדער, זיי אנגרייטן, סיי פאר זיך אליינס; זיי זאלן וויסן נישט אנצורירן, און סיי אויב חס ושלום א צווייטער וויל אנרירן - זאל מען טון דריי זאכן: אנטלויפן, שרייען און דערציילן.


טייערער ברודער, זוך נישט קיין פוילע וועגן, רעד צו די קינדער; נאר דאס איז די וועג.


נאך א זאך, איך האב דיר שוין געשריבן גאר אסאך בריוו; עס איז כדאי זאלסט דאס צאמנעמען און דאס דורכגיין כאטש איין מאל א חודש און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טון אלעס וואס שטייט דארט.


 

#90 - אז מען איז זיך מחי' מיט די בריוו, געבט דאס חיזוק צו שרייבן ווייטער
אמונה, הכרת הטוב, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די בריוו פון עצתו אמונה, ווייל פון איין זייט זאגן מענטשן איך זאל אויפהערן שרייבן און מען זאגט דעות, שרייב אזוי שרייב נישט אזוי, און ווען איך באקום גרוסן פון מענטשן ווי זיי זענען זיך פשוט מחי' מיט די בריוו - געבט דאס חיזוק ווייטער צו שרייבן.


שטארק זיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר. דאס לעבן איז ווי אזוי מען נעמט דאס און ווי אזוי מען קוקט אויף דעם; אז מען ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, און אלעס איז פאר מיין טובה' - איז דאס לעבן א זיסע זאך, און אז מען לעבט נישט מיט אמונה - איז זייער ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#89 - מאך זיך א שיעור אין די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה"
חסידות ברסלב, התחדשות, בריוו, עצתו אמונה, יענער, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מאך זיך א שיעור אין די וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", עס איז דא דערין אזויפיל חיזוק און עצות ווי אזוי צו לעבן; א לעבן מיט שלום בית, א לעבן מיט א גוטע געזונטע חינוך, א לעבן מיט יראת שמים, אויך איז דא אסאך התחזקות. אלעס איז גענומען פון ספר הקדוש "אשר בנחל" פון אונזער רבי ומנהיג מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט גענומען דעם רבינ'ס תורות און דאס אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן.


איך רעד צו אינגעלייט מקורבים, אנשי שלומינו, און איך הער אז זיי קומען נישט אן צו לערנען די בריוו; אזא שאד, מען איז שוין מקורב און מען האלט זיך נישט פריש.


פארשטייט זיך אז מען קען ליינען די בריוו אויף צוויי וועגן, אדער צו ווערן א צדיק, אדער (דניאל יב, ב): "לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קעא). די וואס ליינען די בריוו צו אויסגעפונען וואס טוט זיך ביי דעם, וואס טוט זיך ביי יענעם – די נעבעך איז ענדערש זיי זאלן דאס נישט ליינען, ענדערש זאלן זיי תשובה טון, אבער מען רעדט דאך פון דער וואס וויל זיין אן ערליכער איד, ער וויל חיזוק און התחדשות; איז זייער וויכטיג צו לערנען די בריוו, און אויך אשר בנחל.


אשרינו און פארט אשרינו.

#88 - יעצט ביסטו יונג, קענסטו נישט באגרייפן וואס מיינט עלטערן
עבודת השם, בריוו, חתונה, ראש ישיבה, היטן די צייט, סדר היום, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר


יעצט אין טעג און וואכן וואס דו גרייסט זיך צו דיין חתונה - זאלסטו אויסנוצן די צייט מיט תורה ותפילה. האסט באקומען א טייערע כלה, דארפסטו זיך גרייטן אזוי ווי עס דארף צו זיין מיט דיינע שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און דפים גמרא מיט התבודדות ותפילה; שפיל זיך נישט ווי א קליין קינד וכו'.


ביינאכט גיי נאך געלט, העלף דיין טאטע זאל נישט ווערן א בעל חוב פון דיך חתונה מאכן.


יעצט ביסטו יונג, קענסטו נישט באגרייפן וואס מיינט עלטערן, שפעטער ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו זיך כאפן וואס מיינט עלטערן. מענטשן רייסן זיך די האר פון קאפ ווען זיי טראכטן פון זייערע יונגע יארן, זייער כיבוד אב ואם.


איך האב דיך זייער ליב, איך האב דיר געברענגט א גאר חשוב'ע כלה, איך ווארט צו זען ווי שיין דו וועסט לעבן מיט די עצות פון רבי'ן.


פאלג מיך, נוץ אויס דיין צייט פאר תורה ותפילה און אין די איבריגע צייט גיי נאך געלט פאר דיינע עלטערן.


אויך זאלסטו מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו, ווייל איך וויל ווייטער האבן מיט דיר א נאנטע קשר. יעצט אין ישיבה זע איך דיר יעדן טאג און מיר רעדן יעדן טאג, אבער נאך דיין חתונה הויבט זיך אן א נייע פרשה, דו וועסט שוין נישט קומען אין ישיבה יעדן טאג, איך וויל נישט אונזער שייכות זאל ווערן דערווייטערט, וויל איך דו זאלסט מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו, און איך וועל דיר ענטפערן אם ירצה ה'.


דא האסטו אפאר יסודות פאר דיין לעבן. נעגל וואסער, מקוה, די דריי תפילות דאווענען מיט מנין, תיקון הכללי, התבודדות, מעביר סדרה זיין יעדן טאג, משניות, א בלאט גמרא, שמחה און יעדן טאג אהיים רופן דיינע עלטערן.


דיין ראש ישיבה

#87 - עפעס שטימט נישט מיט די מעשיות וואס דו דערציילסט מיר
חינוך הילדים, שאלות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, איך האב נאך אזוינס נישט געהערט, א זיידע זאל שלאגן די אייניקל פון אכט חדשים אלט?! עפעס פארפעלסטו פון די מעשה, עפעס שטימט נישט; ווי קען זיין מען שלאגט א קינד פון אכט חדשים אלט?


שרייב מיר מער פונקטליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - ליין איבער די פילע בריוון וואס איך האב דיר שוין געשריבן
תפילה והתבודדות, חברים, זיכוי הרבים, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען דו נעמסט צאם אלע בריוון וואס איך האב דיר געשריבן פערזענליך, און דו חזר'סט עס איבער מזמן לזמן.


אזוי סאך שיינע זאכן האב איך דיר געשריבן; עס איז א שאד עס זאל ליגן פארשטויבט אין שאפע, און א שאד פאר מיר איך זאל דיר דארפן איבערשרייבן, די זעלבע נקודות, איבערשרייבן נאכאמאל און נאכאמאל.


מאך דיר א פאלדער פון אלע בריוון וואס איך האב דיר געשריבן; אזויפיל שיינע זאכן פאר דיין פריוואטע לעבן און איבער ווי אזוי זיך צו פירן מיט אנדערע.


גיי זיך מתבודד זיין, דו האסט א שיינע פעלד ארום דיין שטוב, גיי שפאצירן מיט'ן אייבערשטן. קוק ארויף צום הימל, דאנק און לויב דעם אייבערשטן און בעט אים אלעס וואס דו דארפסט.


זיי מחזק אנשי שלומינו, עס איז א גרויסע מצוה צו מחזק זיין אנשי שלומינו. הפצה איז זייער א גרויסע מצוה, און מחזק זיין אנשי שלומינו איז נאך א גרעסערע מצוה.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#85 - איר זאלט גיין צו אייער חתונה בשעה טובה ומוצלחת
בריוו, חתונה, ראש ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב געזען די בריוו.


איך זע אלע אייערע בריוו; איך קום פשוט נישט אן צוריק צו שרייבן.


זעט נישט אויס אז איך וועל קענען זיין ביי אייער חתונה, ווי עס זעט אויס וועל איך נישט קומען קיין ארץ ישראל ביז דעם קומענדיגן ווינטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט גיין צו אייער חתונה בשעה טובה ומוצלחת, איר זאלט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב, מען זאל לעבן בשלום ובשלוה.

#84 - שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט צו מתרגם זיין די בריוו
זיכוי הרבים, הדפסה, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטארקט אייך מיט אייערע הייליגע ארבעט, מיט'ן מתרגם זיין די בריוו.


אזויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט די בריוו, עס געבט זיי כח צו אנגיין אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת ביי אייערע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#83 - וואו עס איז דא שלום, איז די שכינה דארט
שלום בית, דרשות, שלום, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז די שכינה רוט צווישן ענק, עס איז דא שלום; דארט וואו עס איז דא שלום - איז די שכינה דארט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת י.) דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום'.


נאכן הערן טאג און נאכט יעדנ'ס קרעכצן איז גוט צו ליינען א פאזעטיווע בריוו און זען אז עס גייט צוביסלעך אריין די דיבורים אין די הערצער; מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען לעבט בשלום ובשלוה.


 

#82 - מען דארף דאווענען מיט הכנעה און דרך ארץ
תודה והודאה, ישועות, בית המדרש, בריוו, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דיין קינד איז געזונט, פארגעס נישט די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר; פארגעס נישט ווי פארלוירן דו און דיין ווייב זענען געווען, ווי שטארק איר האט זיך געמוטשעט און ווי דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען דאווענען די דריי תפילות, שחרית, מנחה און מעריב מיט דרך ארץ; ווען מען קומט אין שול דארף מען קומען מיט דרך ארץ, אנגעטון מיט א הוט און רעקל, אביסל רעספעקט פאר'ן אייבערשטנ'ס הויז. ביי די ארבעט און ווען דו ביסט באשעפטיגט אין דיינע זאכן, דעמאלט קענסטו גיין ווי אזוי דו גייסט, אבער ווען מען קומט אין שול, דארף מען קומען מיט דרך ארץ.


אויך זאלסטו זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען; מען דארף דאך אזויפיל רחמי שמים אויף טריט און שריט, מען ווייסט דען וואס גייט זיין די קומענדיגע סעקונדע מיט זיך, מיט די ווייב און קינדער? דארף מען דאווענען מיט הכנעה, מיט דרך ארץ.


איך האף דו וועסט דאס אלעס מקיים זיין.


ליין איבער דעם בריוו יעדע וואך.

#81 - פארוואס דרוקט מען נישט פרישע חלקים פון ספר עצתו אמונה?
הדפסה, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז געשען אז מען דרוקט מער נישט פרישע חלקים פון ספר עצתו אמונה? אזויפיל מענטשן ווארטן אויף דעם, אזויפיל מענטשן זאגן אז דאס איז זייער גאנצע חיות, דאס איז זייער שכל פאר'ן לעבן.


באמת איז נישטא קיין חידושים אין די בריוו; עס איז ווערטער פון הייליגן רבי'ן, פון הייליגן רבי נתן, אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז דאס געלערנט; עס איז נאר געשריבן אויף א וועג אז מענטשן זאלן דאס מקבל זיין, עס זאל זיי מחזק זיין.


איך האף דו וועסט זיך שטארקן ביתר שאת וביתר עוז ווייטער ארבעטן אין די הייליגע ארבעט, וועסטו האבן א חלק אין די גאולה וואס וועט זיין במהרה בימינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#79 - אז מען איז מקרב אידן, באקומט מען שכר אויף אלע זייערע גוטע מעשים
הפצה, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מענטשן זענען זיך זייער מחי' מיט די בריוו וואס איר טייטשט איבער, די אלע וואס פארשטייען נישט אידיש - זענען זיך זייער מחי' מיט די איבערגעטייטשטע בריוו.


איך בין מתפלל פאר אייך איר זאלט האבן כח ווייטער צו טון די הייליגע ארבעט, איר זאלט באקומען א ברכה אין די צייט, איר זאלט האבן כח צו די קינדער, און נאר זען נחת פון זיי.


ווער עס טוט אין הפצה, אין קירוב - דער באקומט שכר אויף אלע גוטע מעשים וואס די אלע אידן טוען; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט וואס ווארט אפ.


א גרוס פון אייערע ליכטיגע קינדער, זיי זענען אזוי טייער, זיי האבן א ספעציעלע חן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - נעם א חברותא צו לערנען יעדן טאג
חברים, לימוד התורה, בריוו, יונגע יארן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת אמור, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דו לערנסט, איך וויל דו זאלסט נעמען א חברותא, לערנען יעדן טאג. א שאד די יונגע יארן זאלן אריבערגיין מיט זאכן וואס בלייבט נישט, יעצט איז דיין שענסטע צייט פון לעבן, פארוואס זאלסטו נישט אויסנוצן דיינע שענסטע יארן.


זעץ זיך צו צום שיעור וואס דער דיין שליט"א לערנט פאר. אפילו דו פארשטייסט נישט די שיעור אזוי גוט, דאך איז גוט צו זיצן ביים שיעור. אנהויב איז שווער, ביז מען געוואוינט זיך צו מער און מער, ביים סוף פארשטייט מען.


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר שרייבן דיינע שיעורים, דיינע חברותות – און אזוי ווייטער.


איך האף דו לייגסט אוועק די אלע בריוו וואס איך שרייב דיר, און דו לערנסט עס נאכאמאל און נאכאמאל.

#77 - איך וועל אם ירצה ה' ענטפערן אלעס וואס איז נוגע פאר אייך
כיבוד אב ואם, סקול, בריוו, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי ב', כ"ד ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


אויף אייער פראגע ווען צו קובע זיין די חתונה; דאס האט מיט אייערע חשוב'ע עלטערן און מיט די חתן'ס עלטערן, דאס האט נישט מיט אייך.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אייערע חשוב'ע עלטערן און אויך פאר אייער חתן מיט זיינע חשוב'ע עלטערן. איר קענט מיר פרעגן פראגעס וואס האט מיט אייך; אם ירצה ה', יארן ארום ווען אייערע קינדער וועלן האלטן ביים חתונה האבן, דעמאלט וועט איר מיר פרעגן ווען עס איז גוט צו קובע זיין דעם יום החתונה.


בנוגע ארבעטן אין בית פיגא; דאס ווייסט איר אוודאי, אז וואס די מנהלת תחי' טוט – איז געווארן דורכגערעדט מיט מיר, אז זי בעט אייך צו קומען ארבעטן פאר בית פיגא – איז דאס אזוי ווי איך בעט אייך דאס, עס פעלט נישט אויס צו איבערפרעגן פריוואט אדער ווארטן אויף אויפמערקזאמקייט; תלמידות בית פיגא דארפן זיין אזוי געטריי פאר בית פיגא, העלפן בית פיגא - אפילו אן באקומען א באזונדערע פארציע אטענשן.


פרעגט מיר אלע אייערע פראגעס, איך וועל אם ירצה ה' ענטפערן אלעס וואס איז נוגע פאר אייך.

#76 - האלט זיך נישט צוריק פון מיר שרייבן בריוו
בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייב מיר ווייטער יעדע זאך; די בריוו פאר יענעם מיינט נישט צו זאגן מען זאל נישט שרייבן בריוו, יענער שיקט מיר סתם נייעס וכדומה, שטותים והבלים; איינער וואס וויל שרייבן פון זיין לעבן, שאלות, אדער דערציילן זיינע איבערגייעכטס - נישט דאס מיין איך; אדרבה ואדרבה, שרייב מיר ווייטער, איך ליין יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט, איך בעט פאר דיר, און איך ענטפער יעדע שאלה, אמאל ענטפער איך אין א בריוו דירעקט פאר'ן מענטש, אמאל קען מען טרעפן די תשובה אין א בריוו געשריבן פאר א צווייטן, אמאל אין א שיעור און אמאל אין א שמועס.


האלט זיך נישט צוריק פון שרייבן.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#75 - צוזאמנעמען און דרוקן אלע בריוו איבער חינוך הילדים
חינוך הילדים, מלמדים, ריינקייט, שטעטל, דרייוון, בריוו, עצתו אמונה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


עס וואלט געווען א גוטע זאך זאלסט זיך ווענדן צום מכון עצתו אמונה זיי בעטן ארויסצוגעבן אלע בריוו וואס איז געשריבן פאר מלמדים און טיטשערס, אזוי וועסטו דאס קענען חזר'ן; דו מיט די אנדערע מלמדים. איר וועט זיך קענען האלטן פריש, איר וועט זען וואס איז די מטרה פונעם חדר, וואס איז דער ציל פון אונזערע מוסדות.


על כל פנים, ווילאנג דאס איז נישטא, קענסטו אליינס צאמנעמען אלע בריוו וואס איך האב דיר געשריבן און פון דיינע ברידער, אויך דיינע שוועסטערס די טיטשערס; ענקער משפחה פון אנהויב ביזן סוף זענען אלע כהנים גדולים, אלע ארבעטן אין בית המקדש, אין חינוך הבנים והבנות. אפשר וועסטו דאס צאמנעמען, דרוקן און דאס חזר'ן, זיך אויפפרישן מיט די חיזוק פאר מחנכים, און נאכאמאל זען וואס מיר ווילן דא פון אונזערע קינדער.


שטארק זיך, ברענג אריין א שמחה אין תלמוד תורה. די קינדער אין שטעטל חדר זענען קלוגע לעבעדיגע קינדער, מען דארף האבן אייזערנע געדולד, הלל'ס געדולד צו קענען זיין מלמד.


 איך האב צו דיר איין קריטיק, דו פארסט זייער שנעל אין די גאסן פון שטעטל. מילא פארן שנעל אויפ'ן הויפט שאסיי (היי וועי) - איז איין זאך, און אויך א סכנה, אבער אין שטעטל איז דאך סכנת נפשות; דו קענסט דאך הרג'ענען א קינד.


עס זענען דא אסאך וואס פארן שנעל, ווי חיות, אבער מיינע מלמדים דארפן זיין א ביישפיל פאר אונזער שטעטל. מיינע מלמדים זענען ביי מיר דאס טייערסטע זאך, איך בין מקפיד אז די מלמדים, די מחנכים, די טיטשערס, אלע וואס ארבעטן פאר מיר - זאלן זיין א ביישפיל. גיין שיין אנגעטון, צאמגענומען, ריין און זויבער. אין שטעטל איז דא בלאטע, אלע גייען פארשמירט די שיך, אבער די מלמדים דארפן האבן אין קאר פאפיר זיך שטענדיג זויבערן און זיך האלטן ריין, די קאר זאל זיין ריין. דאס אויפפירונג דארף זיין זייער קלאסיש; אפילו אזא זאך ווי דרייוון שנעלער ווי מען מעג, כל שכן פארן מיט רציחה ווען קינדער גייען, ווייבלעך שפאצירן - איז דאך סכנת נפשות.


ביים סדר נאכט ווען דו וועסט זאגן: "עבדים היינו לפרעה במצרים", זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן וואס איז געווען מיט אונז פאר'ן מקורב ווערן צום רבי'ן, "ועכשיו קרבנו המקום..." זאלסט טאנצן, פאטשן און זינגען.


 

#74 - אז דער צדיק איז נסתלק געווארן, דארף מען זוכן זיינע תלמידים
קינדער, הפצה, צדיקים, יבנאל, הדפסה, היכל הקודש, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, הדרכות, מורה דרך, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חתן, מוהרנ"ת ז"ל, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש ברסלב


די וואך אין די פרשה זעען מיר זייער א שרעקעדיגע זאך, ווי אין די וועלט קען אזא זאך פאסירן? נאכדעם וואס אידישע קינדער האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די הייליגע תורה מיט אזעלכע וואונדער, אלע אידן האבן זוכה געווען צו רוח הקודש – זאלן זיי אראפפאלן און מאכן דעם עגל?!


אפילו די אידן האבן טאקע דאס נישט געמאכט, נאר די ערב רב, און זיי האבן פארנארט א טייל אידן – איז נאכאלץ שווער, ווייל די ערב רב האבן דאך אויך זוכה געווען צו גיין מיט משה רבינו, זיי האבן זיך מגייר געווען, זיי האבן געזען די גרויסע וואונדער וואס משה רבינו האט געטון; קריעת ים סוף, מלחמת עמלק, מתן תורה, די אותות און מופתים נוראים, נאך דעם אלעם זאל מען אזוי פארנארט ווערן און מאכן אזא זאך – אן עגל?!


זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה (לקוטי הלכות ברכת הריח הלכה ד, אות לג): "וְכָל זֶה מֵחֲמַת שֶׁמֹּשֶׁה רַבֵּנוּ נִסְתַּלֵּק מֵהֶם אָז וְלֹא הָיָה בֵּינֵיהֶם, עַל כֵּן עִרְבֵּב הַשָּׂטָן אֶת הָעוֹלָם עַד שֶׁעָשׂוּ אֶת הָעֵגֶל", וויבאלד דער צדיק משה רבינו איז נישט דארט געווען, האט דער שטן געהאט די כח צו פארנארן די אידן; ווי הויך מען זאל נאר זיין, ווי נאר מען גייט אוועק פונעם צדיק – פאלט מען אראפ פון די העכסטע דרגות צו די גרעסטע טומאה. מען קען זיין ביים בארג סיני, מען האט נארוואס מקבל געווען די תורה הקדושה, נאכאלץ איז דער מענטש אין א סכנה פון אלעס פארלירן. אזוי ווי מען גייט אוועק פונעם צדיק – איז שוין גארנישט דא; דער בעל דבר האט אזעלכע כוחות, ער העצט אויף דעם מענטש – ביז מען ווערט אן עובד עבודה זרה רחמנא לצלן.


און גלייך ווען משה רבינו איז צוריק געקומען איז אלעס גוט געווארן, ער האט מכניע געווען דעם שטן, ער האט צעבראכן דעם עגל און שוין געברענגט א פרישע לוחות; ווייל נאר מיט א צדיק קען מען האבן די תורה און זיין ביים אייבערשטן.


טייערע חברים, טייערע אנשי שלומינו, מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן נישט אפלאזן דעם צדיק, מיר זאלן שטענדיג זוכן זיך פון פריש מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן, לערנען דעם רבינ'ס ספרים און זוכן ווי מען קען געפונען אין אונזער דור דעם צדיק.


רבי נתן זאגט (שם, בשר וחלב הלכה ה, אות כב): "עִקַּר חֵטְא הָעֵגֶל הָיָה עַל יְדֵי שֶׁפָּגְמוּ בִּכְבוֹד מֹשֶׁה וְתַלְמִידָיו", די עבירה פונעם עגל איז געווען אז זיי האבן פוגם געווען אין משה רבינו און אין זיינע תלמידים, "עַל יְדֵי שֶׁלֹּא הֶאֱמִינוּ שֶׁגַּם אַחַר הִסְתַּלְּקוּת מֹשֶׁה, עֲדַיִן תַּלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים קַיָּמִים", זיי האבן נישט געגלייבט אז נאכן הסתלקות פונעם צדיק האמת איז נאך געבליבן תלמידים וואס זיי קענען ווייטער לערנען די וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, "וַאֲפִלּוּ לְפִי טָעוּתָם שֶׁמֵּת מֹשֶׁה, הָיָה לָהֶם לֵילֵךְ לְתַלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים וְלִשְׁאֹל מֵהֶם הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר יֵלְכוּ בָּהּ", אפילו לויט זייער טעות, אז משה רבינו איז נישטא, וואלטן זיי נאך געקענט גיין צו אהרן, חור און יהושע וכו'.


שטארקט אייך מיט'ן רבינ'ס ספרים. דער רבי איז דא צווישן אונז, ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – ביי אים לעבט דער רבי. בפרט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט בירושה, דאס זענען וואונדערליכע ספרים, עס האט א כח צו שלעפן דעם מענטש צו די גרעסטע דרגא. די ספרים האבן א כח, עס עפנט אויף די מויל צו רעדן צום אייבערשטן, מען הויבט אן לעבן מיט תכלית.


איך האב באקומען שיינע גרוסן; די וואך זענען געקומען צוויי אינגעלייט וואס האבן באזוכט ביי ענק. האברך ... נרו יאיר, און האברך ... ; ביידע פון זיי זאגן אז עס איז דא ביי ענק א שטארקע "אחדות" און "תמימות"; זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די ליבשאפט צווישן אייך און ענקער תמימות. איך האב זיך זייער געפריידט דאס צו הערן, ווייל די צוויי זאכן זענען זייער וויכטיג, אז עס איז דא אחדות, ליבשאפט און תמימות, עס איז נישטא קיין ליצנות – דארט איז דער רבי.


די בריוו וואס איך שרייב אייך יעצט דריי אזייגער פארטאגס – איז צו פארדאנקען מיין זון, הילד ... נרו יאיר, ער וויינט שוין מער פון א שעה, ער וויל נישט שלאפן, ער האט מיך אויפגעוועקט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך וויל ענק שרייבן א בריוו לכבוד שבת, למעשה, פון אזויפיל טרדות איז דאס מיר ארויס פון קאפ.


היינט בין איך נישט געווען א גאנצן טאג אין ישיבה, פון נאך שחרית ביז נאכט בין איך געווען מיט די חתנים פון ישיבה. מיר האבן יעצט א מנין חתנים אין ישיבה, איך האב געלערנט מיט זיי הלכות, הדרכה און השקפה אויפ'ן באפעל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מיר אפאר מאל געבעטן צו לערנען מיט חתנים, זיי מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן בקדושה ובטהרה, אן קיין פאלשע לימודים. ליידער לערנט מען מיט חתנים און כלות פאלשע לימודים, קריסטליכע לימודים, פרישות השם ישמרינו; דאס איז גורם אז אינגעלייט און ווייבלעך פאלן אין עבירות, זיי האבן נישט די חומה, די שמירה, די פת בסלו.


עס קומען צו מיר חתנים פון אנדערע ישיבות איך זאל לערנען מיט זיי, אבער איך לערן נאר מיט תלמידים פון ישיבה. מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו אכטונג געבן וכו', אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפח): "הַצַּדִּיק אֵינוֹ מֵשִׁיב לוֹ הָאֲבֵדָה עַד שֶׁיִּדְרְשֶׁנּוּ אִם אֵינוֹ רַמַּאי וְשַׁקְרָן", דער צדיק פרובירט אויס דעם מענטש פאר ער לערנט מיט אים, איידער ער געבט אים צוריק זיינע אבידות – אויב ער איז א פאפער, א ליגנער.


מיר האבן געלערנט מיט די חתנים א גאנצן טאג, צוויי פון די חתנים גייען וואוינען אין ארץ ישראל, איין חתן קומט קיין ירושלים און דער צווייטער קיין בית שמש; ביידע פון זיי זענען טייערע חשוב'ע חתנים, גוטע כלים להשפיע בעזר ה' יתברך.


מן השמים האט מיר מיין זון אויפגעוועקט, יעצט איז ער שוין איינגעשלאפן, מעז יצא מתוק, פון וויינען איז ארויסגעקומען א שיינע בריוו – האט זיך אלעס געלוינט.


ביי רבי נתן איז אזוי געווען, אמאל האט פאסירט אז ביי שלש סעודות איז אריינגעקומען א נישט נארמאלער מענטש, א משוגע'נער – אין שול, ער האט געשריגן און פארפירט. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר אנשי שלומינו: "לעולם וואלטן מיר אויך ווען געדארפט אזוי אויסזען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.) 'אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה', א מענטש זינדיגט נישט, 'אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת', נאר נאכדעם וואס עס איז אריין אין אים א רוח שגעון; קומט אויס, לפי אונזערע מעשים האבן מיר דאך אזויפיל רוח שטות, וואלטן מיר שוין געדארפט זיין טויט משוגע, נאר דער אייבערשטער האט אויף אונז רחמנות געהאט און אונז מקרב געווען צום רבי'ן, - זענען מיר אביסל נארמאל". דער שמועס האט זיך פארצויגן, עס איז געווארן הערליכע שמועס; האט זיך רבי נתן אנגערופן: "אויב פון א משוגע'נער קומט ארויס אזעלכע שיינע דיבורים – פעלט אויס עס זאלן זיין אזעלכע מענטשן".


און אז פון א קינד'ס וויינען קומט א בריוו – פעלט אויס א קינד זאל וויינען; טוט מיר נאר א טובה, זייט נישט מתפלל אז מיינע קינדער זאלן זיך אויפוועקן כדי איר זאלט באקומען א בריוו, זייט מתפלל איך זאל האבן כח און קענען אנקומען ענק צו שרייבן יעדן באזונדער און אויך א בריוו יעדע וואך.


טייערע ברודער, איך בעט אייך זייער, זייט נישט "סעלפיש"; אין אמעריקע איז דא א ווארט "סעלפיש", איך ווייס נישט ווי אזוי מען רופט עס ביי ענק, סעלפיש הייסט א מענטש וואס טראכט נאר פון זיך, רעכנט זיך נישט מיט אנדערע. אז מיר זענען אין "גן עדן", מיר האבן פארזוכט פון די אונגארישע וויין, דארפן מיר דאס אויך מזכה זיין פאר אנדערע. פארוואס נישט טראכטן פון נאך א בחור, נאך א איד – זאל פארזוכן פון די גוטע זיסע עצות פון רבי'ן?


נעמט דעם שיינעם גליון היכל הקודש, סיי די אידישע און סיי די מתורגם אויף לשון הקודש, די שיינע קונטרסים עצתו אמונה, איש אמונות – די אידישע און די מתורגם'דיגע, פארשפרייטס דאס פאר אנדערע, פארשפרייטס דאס אין גאנץ ארץ ישראל.


די עצתו אמונה מתורגם איז אזוי שיין, עס האט אזא טעם, אלע ליינען דאס. עס שרייבן מיר פון אלע קרייזן, חסידי'שע, ליטווישע, ספרדי'שע; רבנים, דיינים, לומדים, מלמדים, מגידי שיעור; אלע שרייבן פה אחד אז דאס איז זייער עונג שבת, דאס איז זייער חיזוק, זייער שכל; עס קומען אן הונדערטער אזעלכע בריוון טעגליך.


דער גבאי האברך ... נרו יאיר, שרייבט מיר די וואך אז מען ענדיגט יעצט מתרגם זיין די הונדערט'סטע קונטרס פון "עצתו אמונה" מתורגם. זיין משפחה איז דאס מתרגם וואך נאך וואך, פערציג שעה א וואך, אזויפיל שעה וויפיל א אינגערמאן ארבעט ביי אונז אין אמעריקע א וואך. נישט יעדער קען דאס באווייזן, אריינלייגן אין הפצה פערציג שעה א וואך. קיינער צאלט נישט פאר דעם, קיינער האט נישט געזאגט זיי זאלן דאס טון, נאר עס ברענט אין זיי "הפצה". פון אייך אלע בעט איך נישט קיין פערציג שעה; געבט אביסל צייט פאר הפצה.


די גליונות קען מען פארשפרייטן א גאנצע וואך, עס דארף נישט זיין נאר שבת. מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, הונגעריג פאר פראקטישע עצות. מענטשן זענען שוין מיד פון די אלע גליונות, תורות, ענינים, משלים ומליצות. אויף דעם זאגט דער נביא (ישעיה ז, יג): "הַמְעַט מִכֶּם הַלְאוֹת אֲנָשִׁים, כִּי תַלְאוּ גַּם אֶת אֱלֹקִים", מענטשן ווערן מיד פון די אלע שיינע משלים און מליצות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח): "אֲנָשִׁים חוֹשְׁבִים שֶׁיָּבוֹאוּ לְאֵיזֶהוּ תּוֹעֶלֶת עַל יָדָם", מענטשן זוכן "לָדַעַת אֵיךְ לַעֲבֹד אֶת ה'", און ווען מען זעט אז מען קען גארנישט נאכטון, ביז מען זאגט: "לֹא יִרְאֶה וְלֹא יָבִין אֶלֹקִים", - קומט אויס אז דאס איז גורם מענטשן זאלן אפלאזן אידישקייט.


מה שאין כן דעם רבינ'ס ווערטער, דאס האט א כח אז עס ברענגט צוריק פון די ווייטסטע מקומות – צום אייבערשטן. די גליונות און ספרים ווייזן דעם מענטש, 'דו קענסט תשובה טון', דער מענטש ליינט א צוויי דריי בריוון, ער הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיינע מצוות און מעשים טובים'; דאס איז די פאקט, פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס די דיבורים האבן א כח? ווייל נאר דער רבי קען אלעמען צוריק ברענגען, אפילו מען האט שוין אריינגעשאסן אלע צען פיילן באשמירט מיט אלע צען גיפטן – זאגט דער רבי (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דעריבער בעט איך אייך, זייט נישט "סעלפיש", יעדער איינער זאל זיך באנייען אין "הפצה"; שעמט זיך נישט מיט היכל הקודש. עס איז שוין היינט גארנישט קיין בושה צו זיין א תלמיד היכל הקודש, א בושה איז צו זיין ביי א רבי וואס מען באקומט גארנישט, זיך דרייען אין א פלאץ אן האבן מסיים געווען אפילו איינמאל אין לעבן ששה סדרי משנה.


אין יבנאל האט מען די וואך געעפנט א דרוק, מען האט אנגעהויבן דרוקן די גליונות, עצתו אמונה וכו', דאס איז פאר מיר א גרויסע שמחה. מוהרא"ש איז פרייליך, אלע צדיקים זענען פרייליך אז די ליכטיגקייט פון רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש גייט ווייטער און ווייטער, "לֹא יִכְבֶּה בַּלַּיְלָה נֵרָהּ" (משלי לא, יח).


בעזרת ה' יתברך קום איך גלייך נאך פורים.

#73 - וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, שלום בית, קברי צדיקים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, סיום, דרשות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצבות, ישיבה, ספרי ברסלב, גמרא, ראש ישיבה, שמירת עינים, אחדות, געפילן, סופרים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט די הייליגע ספרים - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק - קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים".


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש פלעגט חזר'ן ביי יעדע איינציגסטע שיעור: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים"; מוהרא"ש פלעגט לאכן פון די אלע וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און האבן נאך קיינמאל אין זייער לעבן מסיים געווען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המדות און ספורי מעשיות.


בעט אייך טייערע ברידער, טייערע חברים: מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, יעדער לפי בחינתו, קוקט נישט אויף א צווייטן, מישט זיך נישט ביי א צווייטן. דעם משכן האט מען נישט געקענט בויען נאר פון גאלד, אדער נאר פון זילבער, עס האט אויסגעפעלט אלע סארט זאכן, נאר אזוי האט זיך צאמגעשטעלט א משכן. אזוי איז כלל ישראל; איינער ברענגט גאלד, א צווייטער ברענגט זילבער, א דריטער קופער, איינער ברענגט א קליין בענדעלע, א רויטע פאדעם; אלעס אינאיינעם בויט זיך אויף די הערליכע משכן.


יעדער איינער זאל זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע ספרים, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער, שפעטער וועט זיך שוין עפענען דיין הארץ און קאפ, דו וועסט פארשטיין.


אויך זאלט איר אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, בלייבט נישט אין גאס ביינאכט, בלייבט נישט שמועסן אין שול; קומט אהיים העלפן אין שטוב, און אפילו עס איז נישטא וואס צו העלפן - קום אהיים, זיץ אין שטוב, שמועס מיט דיין ווייב און לערן דיינע שיעורים אין שטוב; דריי זיך נישט ביי די נעכט אין גאס.


ועל כולם באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. נישטא בעסערס פון א גוטע התבודדות, ווען מען איז זוכה זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער.


איך בעט אייך אלע, זייט נישט בייז אז איך קום נישט אן צו ענטפערן אייערע בריוו, איך בין זייער פארנומען; איך וועל אייך שרייבן וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג, איך ווייס נישט צי אנדערע טוען דאס אין א חודש.


לדוגמא, נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב; איר ווייסט אודאי אז מיר האבן מייסד געווען אין אמעריקע א שטעטל, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה, איינמאל א וואך מוז איך אהין גיין.


איך האב געדאווענט שחרית אין ישיבה, נאך שחרית בין איך געפארן. די וועג פון וויליאמסבורג קיין ליבערטי נעמט בערך צוויי שעה, עס זענען מיט געקומען נאך אפאר בחורים.


צום ערשט בין איך געגאנגען אין גראסערי רעדן מיט'ן בעל הבית; אים העלפן מיט די משפחות וואס זענען נישט ביכולת צו באצאלן וכו'.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם מקוה טהרה, מיר ענדיגן שוין כמעט די מקוה. מענטשן וואונדערן זיך 'ווי אזוי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען, ווי איז דא געלט פאר די אלע זאכן?' דער ענטפער איז, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אינעם בריוו וואס ער שרייבט מיר מען זאל עפענען אין אמעריקע א מיידל שולע, שרייבט מוהרא"ש: "יעדע זאך וואס מען האט נאר אינזין דעם אייבערשטן - האט א געוואלדיגע הצלחה".


וויסן זאלט איר, עס זענען דא צווישן אונז אינגעלייט וואס ווילן גארנישט; זייער גאנצע לעבן איז נאר פארשפרייטן דעם רבי'ן. צום ביישפיל, די מקוה טהרה אין שטעטל מאכן מיר ביי איינעם אין שטוב, א אינגערמאן האט מנדב געווען זיין אונטערשטע שטאק פאר א מקוה טהרה, דאס איז א זאך וואס מען הערט נישט, פארוואס זאל א אינגערמאן וואס בויט זיין אייגענע הויז - וועלן אוועקגעבן זיין פריוואטקייט וכו'; בנוסף לזה, א צווייטער אינגערמאן בויט דאס אויף, ער בעט נישט קיין געלט, ער געבט זיינע גוים, עס קאסט אונז נאר די מאטריאל, אזוי איז דא א אינגערמאן וואס געבט זיך אוועק צו מאכן די לעקטער, א דריטער מאכט די פלאמבינג; אזוי זענען דא פילע תלמידים אין שטעטל וואס דארפן גארנישט פאר זיך, זיי ווילן נאר אריינברענגען דעם הייליגן רבי'ן אין די וועלט, אויפשטעלן מוסדות וואו אונזערע קינדער וועלן באקומען דעם חינוך.


ביי אונז אין אמעריקע איז יעצט זייער קאלט, אין אמעריקע רעגנט נישט ווינטער, אלעס איז אייז, נאר זומער רעגנט ביי אונז; מיר וועלן דארפן ווארטן ביז זומער צו קענען ניצן די מקוה.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה, מען האט דאס זייער שיין געבויט, הערליך שיין, אויך א שיינע הערליכע מקוה; דאס איז אויך א חידוש, א אינגערמאן קויפט זיך א הויז און געבט אוועק די ערשטע שטאק פאר א בית המדרש; פרעג אים 'ווילסט נישט א פריוואטע הויז? ווילסט נישט פריוואטקייט?' דאך ברענט אין זיי צו האבן א חלק פון בויען אידישקייט.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו די דריטע נייע שול; א אינגערמאן, א פרישער מקורב האט זיך געקויפט א הויז און געמאכט פאר א שול א חלק פון זיין אונטערשטע שטאק, מיר האבן געגעבן א נאמען פאר'ן שול "מקור השמחה".


איך האב זיך געיאגט צו גיין צו די קינדער; איך בין געפארן צו די מיידל שולע בית פיגא, צום ערשט בין איך געגאנגען צו איינע פון די יונגערע קלאסן, איך האב אויסגעטיילט פאר אלע תלמידות א שיינע גרויסע לעדערנע תהילים; די תלמידות אין סקול זאגן יעדן טאג תהילים, די לערערינס מאכן דאס פאר זיי אזוי געשמאק, זיי ווילן זאגן תהילים; נאכדעם בין איך געגאנגען צו נאך א כיתה געבן א שיעור.


נאכדעם איז געווען א שיעור פאר די מלמדים און אויך פאר די טיטשערס; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט צוויי שטארקע וויכטיגע נקודות. דאס ערשטע זאך, א מלמד און א טיטשער טארן נישט לעבן אין ספיקות, מען דארף זיין ביי זיך זיכער אז מען איז געאייגנט פאר וואס מען טוט, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'בין איך יא ווערד? בין איך נישט ווערד?' 'מען דארף מיך יא? מען דארף מיך נישט?' - דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נאר צעברעכן דעם מענטש, דעריבער חזר'ט מוהרא"ש אין די בריוו טויזנטער מאל דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די וואס זענען מחזק אנדערע - די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז מען זאל ליב האבן די תלמידים און תלמידות. עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט פאר א קינד: "מען קען נישט רעדן אין קלאס", "מען קען נישט עסן אין קלאס", - ווען מען האט ליב דאס קינד ווי ווען מען האט פיינט דאס קינד; ווען מען האט פיינט דאס קינד און מען זאגט עפעס מוסר וכדומה - שפריצט פייער פון די אויגן פון האס, די ווערטער קענען נישט אויפטון; דאס קינד ווערט דערשראקן - אבער ער ווערט נישט מחונך, אבער ווען מען האט ליב דאס קינד - הערט זיך דאס גאר אנדערש; מיט סבלנות און געדולד פועל'ט מען.


נאכדעם בין איך געגאנגען רעדן צו די עלטערע תלמידות. אלע שיעורים ווערן אפגעכאפט; עס איז דא א ספעציעלע האטליין פאר מיידלעך, פרויען; דארט קען מען הערן די שיינע שיעורים.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי איינער פון די אינגעלייט אין שטעטל ביי זיין אפיס; דער אינגערמאן לערנט זיך סופרות, ער ענדיגט יעצט זיין ערשטע מגילה, איך האב אים זייער געבעטן ער זאל זיך לערנען שרייבן. מיר דארפן נאך סופרים, די קהילה צואוואקסט זיך, און אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון א ברסלב'ער סופר וואס גייט אין מקוה, זאגט תיקון הכללי און איז זיך מתבודד.


די בחורים וואס זענען מיט געקומען מיט מיר האבן בכלל נישט געוויסט ווער דער אינגערמאן איז, עס איז שוין אריבער אזויפיל יאר, די ישיבה שטייט שוין פערצן יאר, די פרישע תלמידים קענען נישט די אלטע תלמידים, איך האב דערציילט פאר די בחורים ווער דער סופר איז. ווען מיר האבן געעפנט, די ערשטע יארן ישיבה - איז געווען זייער אסאך רדיפות, מען האט געווארפן יעדן שני וחמישי פאשקעווילן אויף מיר און אויף מיין ווייב, ער האט דאס צאמגענומען, ער האט שווער געארבעט צאמצונעמען אלע פאשקעווילן אויף מיר. איך האב אים געפרעגט אויב ער געדענקט דאס אלעס, איך האב אים דעמאלט געבעטן ער זאל מיר ברענגען אפאר פאשקעווילן, איך האב דאס אוועקגעלייגט, איך האב געבעטן מען זאל דאס אריינלייגן מיט מיר אין גרוב ביי מיין פטירה, איך וויל ווייזן אויבן פאר'ן בית דין של מעלה די צעטלעך וואס מען האט געווארפן אויף מיר, די בזיונות וואס מען האט געטון פאר מיר, נאר פאר איין חטא – פאר'ן נעמען בחורים און זיי מחזק זיין, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געגאנגען זיצן מיט די חברי הנהלה, מיר האבן גערעדט פאר דריי שעה. די הנהלה זענען טייערע אינגעלייט, זיי העלפן מיר מיט זייער גאנצע הארץ בויען די שטעטל, און אזוי אלעס ארום די קהילה; מיר האבן געדאווענט מנחה דארט.


פון דארט בין איך געגאנגען צו א סיום מסכת מועד קטן פון די קינדער אין שטעטל. באמת איז דאס די סיבה פאר'ן גיין נעכטן אין שטעטל, די קינדער פון די עלטסטע כיתה לערנען יעדן טאג מרצונם הטוב דעם בלאט גמרא, הרב ... נרו יאיר לערנט מיט זיי. דאס איז פאר מיר אזא שמחה, צו זען ווי יונגע קינדער ווילן לערנען.


דער סיום איז פארגעקומען ביי אים אין שטוב; זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל צו העלפן די שטעטל, זיין ווייב איז די מנהלת אין סקול. זיי דארפן גארנישט, זיי וואוינען אין א באנגעלאו. איר ווייסט וואס א באנגעלאו איז? אין ארץ ישראל איז דא באנגעלאוס? אין אמעריקע ארבעט עס אזוי, מענטשן וואס וואוינען א גאנץ יאר אין פאלאצן, ווען עס קומט די צוויי זומער חדשים ציט מען זיך ארויס אויף די בערג, דארט איז דא באנגעלאוס. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מסביר צו זיין פאר ענק, עס איז א זאך וואס האט פיר ווענט און א דאך, עס זעט אויס אביסל אזוי ווי א הויז, אין לשון קודש איז דאס א "חורבה"; מענטשן צאלן פאר דעם גרויס געלט, צו קענען זיין צווישן די בערג, צווישן די ביימער - פאר די זומער וואכן, אבער א גאנץ יאר וועט קיינער נישט מסכים זיין צו וואוינען אין אזא שטוב. מיר האבן א קליינע קעמפ, מיר ניצן דאס יעצט פאר די מיידלעך פאר די זומער חדשים, דאס איז צוואנציג מינוט צו גיין צו פיס פון שטעטל, דארט וואוינען זיי; זיי דארפן גארנישט.


ביים אריינגאנג צו זייער שטוב אויפ'ן טיר הענגט א טאוול: "ברוכים הבאים לגן עדן - משפחת ..." עס איז ממש אזוי, מען שפירט זיך דארט אזוי גליקליך, מען שפירט דעם אייבערשטן; פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט אמונה, דארפן גארנישט. איז געווען דארט אזא שיינע סיום, אזוי ליכטיג, אזוי פרייליך; איר קענט הערן די שיעור, מען האט דאס אפגעכאפט, מען קען דאס הערן אויפ'ן האטליין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שול פארלערנען דעם בלאט גמרא און מסיים געווען מיט די גאנצע עולם מסכת מועד קטן. דער סיום האט געמאכט ..., איך האב שוין מסיים געווען דינסטאג אין ישיבה מיט די בחורים; איך לערן אפגערוקט א בלאט פאראויס אז די תלמידים וואס ווילן לערנען דעם בלאט גמרא און ווילן מיטהאלטן די שיעור אין ישיבה - זאלן דאס קענען הערן אויפ'ן טעלעפאן.


עס איז אויסגעקומען אז דער סיום איז געווען אין מיין באבע'ס יארצייט, מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע. איך האב אביסל גערעדט פון איר גרויסקייט, זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אלץ געווען פרייליך און יעדן פרייליך געמאכט; נאר אזוי קען מען מצליח זיין, סיי מיט זיך און סיי מיט די קינדער.


מיר האבן גערעדט פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן כז:): "ההיא איתתא דהות בשיבבותיה דרב הונא", עס איז געווען א פרוי אין די שכינות פון דער הייליגער אמורא רב הונא, זי האט געהאט זיבן קינדער, עס האט פאסירט ביי איר אז א קינד איז לא עלינו נפטר געווארן, "הוות קא בכיא ביתירתא עליה", זי האט זייער אסאך געוויינט און געקלאגט, זי האט זיך נישט געלאזט טרייסטן, "שלח לה רב הונא לא תעבדי הכי", האט דער הייליגער רב הונא איר געזאגט, הער אויף וויינען, עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען, "לא אשגחה ביה", זי האט נישט געפאלגט, זי האט ווייטער געוויינט. האט איר רב הונא געשיקט און געזאגט, אויב דו וועסט נישט אויפהערן וויינען קענסטו שוין אנגרייטן תכריכים פאר נאך א קינד, און אזוי איז טאקע געווען, א צווייטע קינד איז נפטר געווארן, און זי האט ווייטער געקלאגט און געוויינט, און רב הונא האט איר נאכמאל געזאגט מען טאר נישט וויינען, דו וועסט אלעס פארלירן, זי האט נישט געפאלגט און זי האט פארלוירן אלע זיבן קינדער, און זי אליינס איז אויך געשטארבן; ווייל א שטוב וואס מען וויינט, מען רעדט זיך אפ, מען קלאגט - ווערט אויס שטוב.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אידן וואס זענען איבערגעבליבן פון די קריג; זיי האבן פארלוירן זייערע משפחות, זיי האבן אלעס פארלוירן - מיט דעם אלעם האבן זיי פון פריש אנגעהויבן נאכאמאל בויען שטובער. מיין באבע עליה השלום האט קיינמאל נישט געקרעכצט פון זייער פארלוסט, פון זייערע קינדער וואס זיי האבן פארלוירן, זי איז געווען א פרייליכע פרוי. אויב האט מען נישט געוויסט אז זי האט שוין געהאט א לעבן און אלעס איז חרוב געווארן, זי איז געבליבן איינער אליינס - וואלט מען דאס נישט געקענט גלייבן; מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווער זיי זענען געווען.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן ווען זיי האבן אים געפרעגט: "מיר דארפן א רבי, ווער וועט אונז געבן ברכות?" האט דער רבי געזאגט: "ווען איר וועט זען א איד מיט א נומער וואס די דייטשן ימח שמם האבן אריינגעקריצט אין די האנט, וואס לייגט תפילין - זאלט איר נעמען פון אים א ברכה"; ווייל איינער וואס איז אריבער דעם גיהנום און ער לייגט תפילין, ער האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער קומט אין שול אנטון תפילין - אזא איינער איז א צדיק.


איך האב געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד, מען האט אביסל געטאנצן, און איך האב גערעדט מיט אנשי שלומינו. איר ווייסט ווי אזוי דאס ארבעט, יעדער וויל רעדן נאר איין מינוט, פון איין מינוט ווערט צען מינוט, און זעקס אינגעלייט, יעדער נאר צען מינוט - איז א שעה, און אז עס איז מער - ווערט עס צוויי שעה, פלוצלונג דערזע איך זיך אז עס איז שוין צוועלף אזייגער ביינאכט.


איך בין געפארן קיין מאנרא, קודם בין איך געגאנגען צו א חתונה פון א איד וואס האט אונז געהאלפן יארן צוריק ווען מיר זענען געווען אזוי אונטערדרוקט אין חובות, דער איד האט אונז זייער שטארק געהאלפן מיט אויסלערנען אלע פראגראמען פאר די מוסד, אלץ האט ער געהאט אן אפענעם טיר פאר אונז, דער איד איז נעבעך ביים סוף אנגעקומען אין תפיסה; נישט פאר שלעכטס, נישט פאר'ן גנב'נען פאר זיך, ער האט געהאלפן מוסדות התורה און מען האט אים גע'מסר'ט. איך בין ספעציעל געפארן, איך געדענק שטענדיג ווער עס האט מיר געהאלפן, בפרט בעת דחקות.


עס איז שוין געווען שפעט, איך האב פארפאסט א וואכנאכט. איך בין געפארן צום ציון פון מיין באבע, זי ליגט אין קרית יואל, איך האב זיך געוואלט אביסל אויסוויינען, אביסל אויסגיסן מיין הארץ, למעשה איז מיר אלעס געווען פארשטאפט, איך האב געבעטן טרוקענע תפילות. איך בין אויך צוגעגאנגען צו מיינע זיידעס, הרב ר' אלחנן חיים טייטלבוים זכרונו לברכה - איר מאן; מיין זון הרב אלחנן חיים הייסט נאך דעם זיידן. אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיין צוגעקומענער זיידע, הרב שלמה גפן זכרונו לברכה; מיין זון הרב שלמה הייסט נאך דעם זיידן, און צו מיין זיידע הרב חיים מנחם קאהן זכרונו לברכה; מיין זון מנחם הייסט נאך דעם זיידן.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיינס א תלמיד שמעון ענדצווייג עליו השלום, ער האט געלערנט דא אין ישיבה, ער איז געווען א בעל יסורים, איך האב געוויזן פאר די בחורים די נוסח המצבה, ווי עס שטייט אויסגעקריצט אז דער בחור האט געזאגט אסאך פרקים משניות, ער האט מקבל געווען זיינע יסורים מיט ליבשאפט; ער איז אלץ געווען מיט א שמייכל.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו א תלמיד היכל הקודש, חיים בנציון גראס עליו השלום, זיין מצבה איז גאר שיין, איך האב זייער ליב די מצבה. עס שטייט דעם רבינ'ס נאמען אויף די מציבה, דאס איז א סגולה קעגן די קליפות און משחיתים; דאס איז די שענסטע זאך פאר'ן מענטש, אז ער איז געווען באהאפטן צום צדיק אמת. חיים בנציון עליו השלום האט זיכער הנאה אז איך העלף זיינע יתומים, איך בין מחזק זיינע קינדער.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם תיקון חצות; איך האב זיך אזוי שטארק געוואלט אביסל עפענען מיין הארץ, עס איז נישט געגאנגען. איך האב געדענקט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה), ווען מען וויל וויינען, מען זאגט תהילים און מען ווארט צו וויינען - איז דאס נישט גוט, מען דארף אינזין האבן די ווערטער און די בקשות, אויב מען קען וויינען איז זייער גוט, און אז נישט - זאל מען זאגן די ווערטער טרוקענערהייט.


איך בין אהיים געקומען דריי אזייגער פארטאגס.


היינט צופרי אין ישיבה האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא; אה מחי'! מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה.


איך געדענק צוויי מחזורים צוריק ווען מען האט אנגעהויבן מסכת חגיגה, בין איך געווען ביי מוהרא"ש ביי א שיעור, מוהרא"ש זאגט ביים שיעור מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה; די משנה הייבט אן: "הַכֹּל חַיָּבִין בָּרְאִיָּה", מוהרא"ש זאגט: "הַכֹּל חַיָּבִין", אלע וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון, "בָּרְאִיָּה", אויף די אויגן; עס איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, מען דארף היטן די אויגן.


נאכדעם בין איך געגאנגען צו בית פיגא געבן א שיעור, נאכדעם אין חדר ביי די עלטסטע קלאס האב איך געגעבן א שיעור, נאכדעם פאר די בחורים, און יעצט גיי איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט.


דאס איז אפילו נישט אלעס פון די טאג, דאס איז נאר זאכן וואס מען קען שרייבן און וואס דער זכרון געדענקט. דעריבער זאלט איר נישט זיין ברוגז אז איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


נישט אז איר זאלט מיר אויפהערן שרייבן בריוו און פרעגן אייערע שאלות; האט נישט מורא צו שרייבן, האט נישט מורא צו שטערן; נאר זייט מיר דן לזכות אויב איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


א פרייליכן שבת.

#72 - פאניק אטאקעס קומט פון חסרון אמונה
פחדים, אמונה, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


"פאניק אטאקעס" – קומט פון חסרון אמונה; ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן – דעמאלט פאסירן די אלע זאכן. ווייל ווען א מענטש געדענקט אז 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, נעבן מיר, עס קען גארנישט פאסירן צו מיר, ביים לעבן בין איך ביים אייבערשטן, ביים שטארבן בין איך ביים אייבערשטן' – איז מען נישט דערשראקן פון גארנישט.


די רגע מען פארגעסט פונעם באשעפער – ווערט אלעס שרעקעדיג; דאס לעבן איז שרעקעדיג, אלעס איז שרעקעדיג.


מאכט זיך א שיעור אין די בריוו פון עצתו אמונה/איש אמונות; לערנט די בריוו אויפ'ן קול.