בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויב מען וויל האבן שלום בית, דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


אל מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב מען וויל האבן שלום בית - דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן. די וועג וואס איר גייט איז נישט קיין גוטע וועג, דאס קען ברענגען עס זאל ווערן אויס שטוב. מען מוז רעדן, מען מוז זאגן וואס שטערט, מען מוז ארויסגעבן געפילן; אויב מען רעדט נישט - קען ווערן א גט השם ישמרינו.


עס איז נישט גערעכט פון אייער זייט אז איר זענט נישט אפן מיט אייער מאן נרו יאיר; אויב איינער האט א נישט גוטע גערוך דארף מען יענעם אויפמערקזאם מאכן, מען זאגט דאס שיינערהייט. צום ביישפיל: "אפשר קענסטו פוצן די ציינער?" "אפשר קענסטו שווענקען די מויל מיט מינט עס זאל זיין איינגענעם?" אויב איז איינער בטבע א שוויצעדיגער און ער כאפט זיך אליינס נישט, דארף מען יענעם זאגן שיינערהייט אויף אן איידעלע וועג; אויב שעמט מען זיך און מען וויל נישט זאגן, אדער מען מיינט אז מען וועט יענעם וויי טון ווען מען זאגט, זאל מען וויסן אז מיט די צייט קען עס ווערן ערגער און ערגער ביז עס קען ווערן אויס שטוב; זיכער אין די צייטן וואס מען ווערט פאראיבלט פון עסן, פון מענטשן און אזוי ווייטער וכו' וכו' - איז מען מחויב דאס צו זאגן פאר'ן מאן, אז נישט קען ווערן אויס שטוב השם ישמרינו.


די זעלבע איז אויב דער מאן אדער די ווייב רעדן נישט שיין, איינער איז מער הייקל פונעם צווייטן, מער איידל און קען נישט נעמען די וועג ווי אזוי מען רעדט, איז זייער וויכטיג מען זאל דאס זאגן. צום ביישפיל, מען זאגט: "מיין טייערע לעבן, עס שטערט מיר זייער ווען דו רעדטס צו מיר אזוי און אזוי; איך האב דיר ליב, איך ווער אבער וויי געטון ווען דו זאגסט מיר די ווערטל. מיין טייערע לעבן, איך בין זיכער אז דו ווייסט נישט אז איך ווער וויי געטון, ווייל דו האסט מיר אויך זייער ליב, דעריבער דערצייל איך דיר, אז דו זאלסט מער אכטונג געבן".


אויב איז אייך שווער אים צו זאגן אז יעצט אין די צייט וכו' - ווערט איר פאראיבלט, זאלט איר נעמען דעם ספר עצתו אמונה און לערנען די בריוו אינאיינעם, ביז איר וועט אנקומען צו דעם בריוו און אינאיינעם לערנען די בריוו, וועט איר זען אז אייער שלום בית וועט ווערן שטערקער, ער וועט אייך פלוצלונג אנהייבן זאגן וואס שטערט אים און איר וועט אים שיינערהייט זאגן וואס עס שטערט אייך און עס וועט זיין שלום על ישראל, ביידע פון אייך וועלן אכטונג געבן אויפ'ן צווייטנ'ס כבוד, איר וועט האבן א שטארקע אמת'ע שלום.


בפרט ווען מען ווארט למזל טוב איז דער לעבן גאר אנדערש. מענער ווייסן נישט ווי עס גייט אין די חדשים און אפילו די וואס מען האט זיי יא געזאגט און געלערנט - פארגעסן דאס; זיי לעבן נישט מיט דעם, עס איז זיי שווער צו פארשטיין וכו'. דארף מען זיך דורכשמועסן אינאיינעם, זיי זאלן פארשטיין אז מען קען נישט נאכלויפן וכו' וכו'.


שטארקט אייך, דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן בנקל ובנחת און זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


נאכאמאל, איר דארפט טוישן אייער וועג אין לעבן, איר דארפט זיין אפן מיט אייער מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.