בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד תלמידיי היקרים הגרים ב"קרית ברסלב" ליבערטי נ.י, ה' עליהם ישרה שכינתו תמיד.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז ענק האלטן זיך באחדות, איר העלפט זיך איינער דעם צווייטן און איר האט זיך ליב איינער מיט'ן צווייטן; אז איר וועט זיך ווייטער אזוי פירן וועט איר האבן גרויס הצלחה.
איר ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".
איך האב ערהאלטן א בילד פונעם שיעור גמרא, עס האט אריין געבלאזן אין מיר פרישע כוחות ווייטער אנצוגיין. דאס איז מיין שטרעבן; אריין ברענגען אין ענק איר זאלט לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה.
איך האף צו זיין ביי אייך בקרוב אויף א שבת זיך מחזק זיין אינאיינעם.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.