בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#521 - די מצה בעקעריי אין שטעטל
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, סדר היום, מצה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


וואס איז די פלאן מיט די מצה בעקעריי אין שטעטל? איך וויל וויסן אויב דו פלאנסט צו עפענען די יאר די בעקעריי, איך וויל נישט בלייבן פסח אן מצות; לאז מיר וויסן דיינע פלענער.


שטארק זיך, בלייב משמש זיין דעם רבי'ן, אפילו עס איז שווער, באלד וועט אלעס ווערן גרינג און מיר וועלן זיך בענקען צו די צייטן וואס מען האט געארבעט שווער אן קיין הילף, אן קיין פרוטה וכו' וכו'.


הייב אן דיין טאג פארטאגס מיט מקוה, תיקון חצות, התבודדות, ח"י פרקים משניות, יום תהילים, תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן, שחרית, פת שחרית. העלף דעם רבי'ן און נאכדעם גיי הפצה, אויך זאלסטו העלפן דיין ווייב, און אז דו האסט נאך אביסל צייט זאלסטו אביסל טאנצן.

#520 - מען קען נישט לעבן אין א פיצקעלע דירה
שטעטל, לימוד התורה, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, דזשערזי סיטי


איך פריי זיך זייער אז דו און דיין ווייב ווילן קומען וואוינען אין שטעטל פאר די חינוך פון ענקערע קינדער, ענק ווארטן אויף א דירה וכו'.


ביז דערווייל זאלן ענק זיך אריבערציען צו א גרעסערע דירה דארט וואו ענק וואוינען, מען קען נישט לעבן אין א פיצקעלע דירה, געב אכטונג אויף דיין ווייב זי זאל נישט ווערן איבערגעשטרענגט; א אידישע מאמע דארף האבן א געזונטע מח, א ברייטע דירה – צו קענען מחנך זיין די קינדער.


בנוגע וואס האט פאסירט זומער וכו'; איך בעט דיר איבער, אויף מיר גייט אויך אריבער וואס גייט אריבער, איך האף דו וועסט מיר פארגעבן און מיר וועלן צוריק באנייען אונזער קשר.


זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט די "יום תהילים", דאס מאכט זויבער און ריין, און אויך פרייליך; וועסט שפירן אנגעפילט.

#519 - שאפן פרנסה פאר אידן, איז די גרעסטע צדקה
צדקה, שטעטל, פרנסה, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פאר די גרויסע חסד וואס דו טוסט מיט אנשי שלומינו, דו זארגסט פאר די וואס האבן נישט קיין פרנסה – זיי צו טרעפן פרנסה, שאפן פאר אלעמען דזשאבס.


דאס איז די גרעסטע צדקה, אזוי ווי דער רמב"ם (פרק י' מהלכות מתנות עניים, הלכה ז) רעכנט אויס ביי די אכט מעלות פון צדקה, "מַעֲלָה גְּדוֹלָה שֶׁאֵין לְמַעְלָה מִמֶּנָּה", די גרעסטע צדקה וואס עס איז נישטא גרעסער'ס פון איר – "זֶה הַמַּחֲזִיק בְּיַד יִשְׂרָאֵל שֶׁמָּךְ, מַמְצִיא לוֹ מְלָאכָה", דער וואס שאפט אן ארבעט פאר אן עני, "כְּדֵי לְחַזֵּק אֶת יָדוֹ, עַד שֶׁלֹּא יִצְטָרֵךְ לַבְּרִיּוֹת לִשְׁאֹל", אזוי דארף ער מער נישט בעטן פון מענטשן צדקה, "וְעַל זֶה נֶאֱמַר (ויקרא כה-לה) 'וְהֶחֱזַקְתָּ בּוֹ גֵּר וְתוֹשָׁב'", דאס איז די מצוה פון העלפן א צווייטן, "'וָחַי עִמָּךְ', כְּלוֹמַר הַחֲזֵק בּוֹ עַד שֶׁלֹּא יִפֹּל וְיִצְטָרֵךְ", העלף א איד ער זאל נישט פאלן, און נישט דארפן צוקומען צו הילף.


שטארק זיך מיט די מצוה, און ווי דו קענסט נאר העלפן אנשי שלומינו היקרים, די טייערע אנשי שלומינו, זיי זאלן האבן פרנסה, אזוי וועלן זיי שוין ממילא האבן אלעס, שלום בית, הצלחה מיט די קינדער, און זיין ערליכע אידן; ווייל נאר אז מען האט פרנסה האט מען מוחין, מען קען דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן נחת ביי דיינע קינדער בזכות די גרויסע מצוה, און מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה וואס וועט זיין נאר בזכות צדקה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין סנהדרין צח.; רמב"ם שם, הלכה א): "אֵין יִשְׂרָאֵל נִגְאָלִין אֶלָּא בִּצְדָקָה, שֶׁנֶּאֱמַר (ישעיה א, כז) 'צִיּוֹן בְּמִשְׁפָּט תִּפָּדֶה וְשָׁבֶיהָ בִּצְדָקָה'".

#518 - וואו דארף מען זיין שבת חנוכה?
חנוכה, שטעטל, אומאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת זאלסטו זיין זייער פרייליך, דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו פח.): "כָּל בִּרְכָאן דִּלְעֵילָּא וְתַתָּא בְּיוֹמָא שְׁבִיעָאָה תַּלְיָין", אלע ברכות פון די קומענדיגע וואך - איז אנגעהאנגען אינעם שבת; קומענדיגע וואך איז חנוכה, מען גייט זוכה זיין צו צינדן די הייליגע מנורה; זאלסטו שוין דעם שבת זיין פרייליך און בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו אלע קדושות פון חנוכה.


איך זע עס ווערט א צעמישעניש וואו מען דארף זיין שבת חנוכה וכו'; וויל איך דיר דאס קלאר מאכן. דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים דריי מאל א יאר: ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות, דער רבי האט געזאגט ווער עס וועט קומען צו אים אין די דריי זמנים וועט געראטעוועט ווערן פון עולם התוהו, און מוהרא"ש זאגט אז דאס איז געווען בחיים חיותו פון הייליגן רבי'ן, דעמאלט האט מען געדארפט קומען צו אים די דריי צייטן, און מען האט זוכה געווען צו די הייליגקייטן, אבער היינטיגע טעג, נאכן רבינ'ס הסתלקות - איז נישטא א געוויסע פלאץ וואו מען דארף זיין די דריי זמנים, נאר וואו אימער עס זענען דא א מנין אידן וואס גלייבן אין רבי'ן און לערנען דעם רבינ'ס ספרים - איז דארט גוט צו זיין אין די דריי זמנים; אויסער ראש השנה, דעמאלט דארף מען יא קומען קיין אומאן, ווייל אזוי האט מוהרנ"ת געזאגט, ער האט פארשטאנען פון רבי'ן אז קומען ראש השנה צו אים גייט אויך אן נאכן הסתלקות, און קיינער קען נישט קריגן אויף דעם, קיינער קען נישט זאגן פשטים אין דעם, ווייל קיינער פארשטייט נישט דעם רבי'ן אויסער רבי נתן; דער רבי האט געזאגט: "קיינער פארשטייט מיר נישט, נאר רבי נתן, און זיין חבר רבי נפתלי – אביסל"; (די שיחה אליינס דארף מען אויך וויסן ווי אזוי צו לערנען, מוהרא"ש זאגט מען לייגט א פינטל אינדערמיט, אז די לעצטע ווארט - אביסל - דאס האט דער רבי געזאגט אויף רבי נפתלי), און אז רבי נתן זאגט אז דער רבי - ווען ער האט גערעדט פון מעלות לבוא אליו לראש השנה, פון דאס גרויסקייט פון זיין ביי אים אויף ראש השנה - מיינט ער אויסדרוקליך אז אויך נאכן הסתלקות זאל מען קומען אויסדרוקליך קיין אומאן - קען קיינער נישט קריגן אויף דעם, און אפילו עס זאלן קומען למדנים, גאונים, מקובלים, בַּאבַּאס און אזוי ווייטער, וואס וועלן זאגן אז מען דארף בלייבן אין ארץ ישראל, אין ירושלים, אין מירון אדער ווייס איך וואו - וועלן מיר ווייטער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה אזוי ווי מוהרנ"ת האט געזאגט, און זיך נישט לאזן פארדרייען און נישט אריינגיין אין ויכוחים מיט די וואס זוכן צו פארדרייען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אזוי ווי רבי נתן האט פארשטאנען.


קיינער קען נישט זאגן אנדערש אין רבינ'ס ווערטער פון וואס מוהרנ"ת האט געזאגט, ווייל אן אים ווייסן מיר בכלל נישט פון רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל אן אים וואלט נישט געבליבן פון מיר קיין איין שמות בלעטל"; און וועם עס איז שווער צו פארן קיין אומאן, צום ביישפיל די ווייב זיינע צעבייסט אים און צעגראדזשעט אים וכו' וכו' אויב ער פארט אוועק ראש השנה פון שטוב, זאל ער זאגן דעם אמת, 'עס איז מיר שווער צו פארן ווייל מיין ווייב צובלוטיגט מיך וכו' וכו'', און נישט גורם זיין צו פארמינערן די קיבוץ ביים הייליגן רבי'ן וואס אין דעם איז תלוי די גאולה, און ווער עס האט מורא צו פארן מיט א פליגער, ער האט פחד גבוהים, ער האט א פחד אז די פליגער וועט אראפפאלן, זאל זאגן דעם אמת פארוואס ער פארט נישט קיין אומאן, און נישט פארנארן מענטשן אז מען דארף נישט פארן.


מיר האבן געזען ביי מוהרא"ש אז ער האט נישט געקריגט מיט קיינעם, נישט גערעדט פון קיינעם, ער האט נאר גערעדט פון רבינ'ס עצות, אבער אויב האט איינער זיך ארויסגעשטעלט קעגן פארן אויף אומאן, האט מוהרא"ש יענעם נישט פארשוויגן, און אין די לעצטע צען יאר פון מוהרא"ש'ס לעבן, ווען איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן, האב איך מיט געהאלטן עטליכע מאל ווי מוהרא"ש האט עס גענומען ממש צום הארצן; ווען איינער האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן דעם רבינ'ס קיבוץ אין אומאן האט מוהרא"ש דאס נישט פארשוויגן, ווייל קיינער קען נישט זאגן אנדערש פון רבי'ן ווי רבי נתן האט פארשטאנען, און מיר וועלן זיך מוסר נפש זיין צו פארן צום רבי'ן מיט די קינדער אלע יארן ראש השנה.


דאס אלעס איז ראש השנה, אבער שבת חנוכה האט מוהרא"ש אונז מזהיר געווען נישט צו פארן קיין אומאן, ווייל מען דארף זיין אין שטוב מיט די קינדער, עס איז א צייט פון חינוך הבנים והבנות. מוהרא"ש זאגט אז די גאנצע שטורעם וואס איז דא היינט ביי ברסלב'ע חסידים איבער פארן שבת חנוכה - דאס קומט פון די טרעוועל אגענטן וואס זוכן צו לייזן אפאר דאלער וכו', מוהרא"ש פלעגט אונז זייער ווארענען צו בלייבן אין שטוב חנוכה; אויסער די וואס האבן נישט קיין קינדער וכו', די קענען אלץ פארן, עס פעלט נישט אויס עס זאל זיין שבת חנוכה, אבער אז זיי ווילן דוקא זיין שבת חנוכה - איז עפעס אנדערש, אבער א טאטע פון קינדער דארף זיין אין שטוב, זינגען מיט די קינדער און דערציילן די ניסים פונעם אייבערשטן פאר די קינדער.


ובנוגע שבת חנוכה וואו צו זיין; דארפסט זיך נישט ארויסשלעפן שבת חנוכה אין שטעטל, איך גיי אהין צוליב מיינע טעמים וואס איך האב, דאס האט נישט מיט דיר, דו זאלסט בלייבן אין שטוב מיט דיין משפחה. דער עיקר זאלסטו זען דו זאלסט נישט זיין אין עולם התוהו דא בזה העולם, זע צו זיין פרייליך מיט דיין משפחה, און אז דו קענסט דאווענען מיט א מנין וואס גלייבן אין רבי'ן - וועסטו דארט זוכה זיין צו אלע שיינע זאכן.


א פרייליכן שבת.

#517 - זיך צוזאמקומען שבת חנוכה מיט אנשי שלומינו
חנוכה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וויל איך זיין שבת חנוכה אין שטעטל אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, שבת חנוכה איז פון די דריי זמנים וואס דער רבי האט געזאגט מען זאל זיך צאמקומען.


איך האף שוין צו געבן דעם ליל שישי שיעור אין שטעטל, און איך וויל בעטן די גבאים אויב מען קען צושטעלן א מלוה מלכה מיט סעודת ראש חודש פאר די גאנצע עולם, אויך א באטע פרייטאג צו נאכטס, ווייל דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו אים די דריי צייטן, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט געראטעוועט ווערן פון די עונש פון עולם התוהו.


ברוך השם די גריסן זענען געוואלדיג, מענטשן זאגן אז ווען מען קומט אין שול אין שטעטל זעט מען אינגעלייט לערנען און דאווענען, אויך די ריינקייט; אלעס איז ריין, די מקוה, די בית הכסא, ריינקייט איז א סימן טהרה; איך פריי זיך זייער דאס אלעס צו הערן.


גיי שפאצירן מיט התבודדות, שריי זיך אויס צום אייבערשטן בקול דממה דקה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן טז): "דע שיכולין לצעוק בקול דממה דקה", מען קען שרייען צום אייבערשטן ווען קיינער זאל נישט הערן; אלעס ווערט גוט, עס ווערט זיס און ליכטיג, מען ווערט ארומגענומען מיטן אייבערשטן.

#516 - וואלענטירן צו פרייליך מאכן אנשי שלומינו
שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס איז דא א פלאץ ווי מען קען מיר העלפן אין שטעטל, עס זענען דא אינגעלייט וואס דארפן חברים, אינגעלייט וואס עס גייט אריבער אויף זיי וואס עס גייט אריבער, און זיי האבן נישט קיינעם מיט וועם צו רעדן. עס קען אויסזען פון אינדרויסן ווי זיי זענען שטיל, ווי לכאורה דארפן זיי נישט קיינעם, ווי זיי גייען זיך זייער וועג, אבער באמת "יֵשׁ לָהֶם יִסּוּרִים גְּדוֹלִים וְנוֹרָאִים רַחֲמָנָא לִצְלַן", האבן זיי גרויסע ווייטאג רחמנא לצלן, "וְאִי אֶפְשָׁר לָהֶם לְסַפֵּר מַה שֶּׁבְּלִבָּם", און זיי קענען נישט דערציילן וואס ליגט זיי אויפן הארץ, "וְהֵם הָיוּ רוֹצִים לְסַפֵּר", און זיי ווילן יא דערציילן, "אַךְ אֵין לָהֶם בִּפְנֵי מִי לְסַפֵּר וּלְהָשִׂיחַ עִמּוֹ אֶת כָּל אֲשֶׁר עִם לְבָבָם", נאר זיי האבן נישט פאר וועם צו דערציילן און אויסשמועסן אלעס וואס ליגט זיי אויפן הארץ, "וְהֵם הוֹלְכִים מְלֵאִים יִסּוּרִים וּדְאָגוֹת", זיי זענען פול מיט ווייטאג, זיי גייען ארום מיט זארג, און מען זוכט אפאר חברים אין שטעטל, אינגעלייט מיט שמחה, זאלן וואלענטירן און מיר העלפן מחי' זיין אנשי שלומינו, ווייל "כְּשֶׁבָּא אָדָם", אז עס וועט קומען איינער, "עִם פָּנִים שׂוֹחֲקוֹת", מיט א פרייליכע פנים, "יָכוֹל לְהַחֲיוֹת אוֹתָם מַמָּשׁ", קען מען זיי פשוט געבן לעבן.


הלוואי זאלסטו מיט נאך אפאר גוטע הארציגער ברידער עוסק זיין אין דעם, אויפזוכן מיט וועם צו רעדן און שמייכלען, וועסטו זוכה זיין צו וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (תענית כב.), "מֵהַנֵי תְּרֵי בַּדְחֵי שֶׁזָּכוּ לְמַה שֶּׁזָּכוּ עַל יְדֵי זֶה שֶׁהָיוּ מְשַׂמְּחִים בְּנֵי אָדָם"; קוק די ווערטער וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג).

#515 - די זכותים פון בויען אזא שיינע שטעטל
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, חובות

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיך סיי דאנקען און סיי איבער בעטן; ערשט פאר די שיינע שול וואס דו האסט אויפגעבויט, און אויך אויף די שיינע חדר.


איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שעם זיך וואס עס האט פאסירט, אז איך בין דיר געבליבן שולדיג פארן שול אין שטעטל אזויפיל געלט; וואלט איך געוויסט אין וואס פאר א גרויסע געלטער עס וועט אריינציען - וואלט איך דאס נישט געטון; איך בעט איבער, איך פרוביר צו טון וואס איך קען צו קענען ענדיגן באצאלן וויפיל איך קום דיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט געדענקען די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר ביז אהער, דערמאן זיך וויפיל מאל דו האסט געמיינט אז עס איז עק וועלט, ביסט געווען אזוי צעדרוקט מיט חובות, און דער אייבערשטער האט דיך געהאלפן, אזוי וועט יעצט אויך זיין, דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע נסים, וועסט ארויסגיין פון די דחקות און האבן גרויס שפע מיט די זכותים פון בויען אזא שיינע שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#514 - קויפן און דינגען הייזער נאר דורך די הנהלה
שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


ערשטנס זאלסטו וויסן אז מען קען גארנישט דינגען אדער קויפן אין שטעטל אן רעדן מיט די הנהלה, און אפילו קינדער וואס לערנען שוין ביי אונז אין די מוסדות וועלן נאר קענען ווייטער ממשיך זיין ביי אונז, כל זמן די עלטערן קויפן און דינגען הייזער נאר דורך די הנהלה.


איך וויל נישט האבן מיט די דירה צוטון, איך האב שוין געהאט גענוג קאפ וויי פון דעם, ערשט האב איך דיר געוואלט העלפן מיט די דירה, שפעטער האסטו געשיקט א הודעה אז דו ציסט זיך ארויס, בין איך געגאנגען דאס אנטראגן פאר א צווייטן, נאכדעם האסטו מיר געזאגט אז עס איז נישט אמת, דו ציסט זיך נישט ארויס פון די קאנטראקט, האב איך געדארפט יענעם זאגן אז נישט, איז יענער געווארן וויי געטון אויף מיר, און יעצט עודך ווילסטו זיך ארויסציען און גיין דינגען ביי איינעם.


זיי מיר מוחל, פון יעצט און ווייטער וואס דו ווילסט טון וועגן דינגען אדער קויפן - זאלסטו רעדן מיט די הנהלה.דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#513 - מיט'ן גיין נאך געלט היט מען אפ די שטאט
צדקה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד בני הרב ... שליט"א, קרית ברסלב


מזל טוב צו די שמחה ביי אונז, איך האב א נאמען געגעבן 'עמרם' נאכן זיידן הרב הצדיק רבי עמרם אויש זכרונו לברכה.


דער זיידע איז געווען א גרויסער צדיק, ער האט עוסק געווען אין תורה, עבודה און גמילות חסדים, ער האט אויסגעהאלטן אלע אלמנות און יתומים אין שטאט סאטמער, און היות דו ביסט אויך עוסק אין גיין נאך געלט פאר משפחות וואס דארפן הילף – וויל איך דיר דערציילן א שיינע מעשה.


אמאל איז דער זיידע ר' עמרם געגאנגען נאך געלט פרייטאג, און אריין אין א געשעפט בעטן צדקה. דער בעל הבית איז געווען זייער איבערגעשטרענגט און ער האט נישט געקענט דערהייבן אז דער זיידע קומט שטערן, האט ער אים אראפגעלאזט א פראסק, האט דער זיידע זיך אנגערופן: "דאס האט איר געגעבן פאר מיר, און וואס געבט איר פאר די אלמנות און יתומים?" דער בעל הבית האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון, האט ער אים געגעבן א שיינעם סכום.


דאס זאג איך דיר, דו זאלסט נישט ווערן באליידיגט ווען איינער שרייט און זאגט וכו', דו גיי נאך געלט ביי אלע הייזער און ביי אלע מענטשן אין שול, היט אפ דעם שטעטל; מיטן גיין נאך געלט פאר משפחות נצרכים היט מען אפ די שטאט פון אלעם שלעכט.


גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פרי, גיי אין מקוה, זאג תיקון חצות, ח"י פרקים משניות, תיקונים, ליקוטי מוהר"ן, און געב גוטע ווערטער פאר יעדן איינעם.


דיין טאטע.

#512 - דער בית המדרש זאל זיין אנגעפילט פארטאגס
שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו גאנץ חודש תשרי, עס איז געווען הערליך שיין אין שטעטל. געב איבער א גרויסן יישר כח פאר אלע גבאים פארן אהער שטעלן אזא שיינעם יום טוב.


איך וויל בעטן די גבאים מען זאל מאכן א גרויסן שטארקן דשענערעיטער אויב עס פאסירט א קורצשלוס. איך האב געזען ערב די צווייטע טעג, עס האט פאסירט א קורצשלוס און מענטשן זענען געגאנגען אין מקוה מיט קליינע קינדער; עס איז א גרויסע סכנה, איך וויל נישט טראכטן וואס קען פאסירן אויב א קינד איז אין בור און האלט זיך אינמיטן טובל'ן און עס פאסירט נאכאמאל. איך וויל ענק זאלן דאס שוין באשטעלן און צוגרייטן, איך וועל שאפן די געלט פאר דעם, אבער מאכט נישט מיט א צומצום, מאכט עס זאל זיין גרויס און שטארק, אז די גאנצע בנין זאל קענען אנגיין; סיי די מקוה, סיי די שול און סיי די כולל.


אויך דארף מען איבערבייטן די בענק מיט די בענקלעך פונעם נייעם שול, די בענק פאלן כסדר אראפ, עס פאלט אויף די קינדער, און די בענקלעך מאכט א גרויסע רעש, עס שטערט דאס דאווענען מיט דאס ליינען.


אויך וויל איך וויסן אויב מיר קענען צוריק באנייען די כולל בוקר, אנהייב שטעטל ווען די בית המדרש איז געווען אונטער אברהם משה'ס הויז האבן מיר געהאט א כולל בוקר פאר אינגעלייט וואס קומען לערנען פון זעקס אזייגער ביז זיבן אזייגער, א שעה פארן דאווענען, איך וויל באנייען די כולל בוקר, איך האב אזא גליסטעניש אז די בית המדרש זאל זיין אנגעפילט פארטאגס וואו אלע וועלן קובע זיין לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, ח"י פרקים משניות, יום תהלים און אסאך בלעטער גמרא און הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#511 - לכבוד די נייע יאר, עוסק זיין וואס מער אין הפצה
הפצה, שטעטל, ראש השנה, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


איך האב באקומען די געלט אין אומאן און איך האב געמאכט די פדיון נפש פאר דיר און דיין משפחה, ויהי רצון שימתקו כל הדינים ממך וממשפחתך על ידי פלא עליון.


א גרויסן יישר כח פארן קומען אין שטעטל אויף ראש השנה און דאווענען פארן עמוד, איך האב באקומען גריסן פון די משפחות, נשות אנשי שלומינו, אז די דאווענען איז געווען מיט התעוררות, זיי האבן געהאט א גאר גוטע געפיל ביי די תפילות.


זיי זיך מקבל לכבוד די נייע יאר עוסק זיין וואס מער אין הפצה, פארשפרייטן די קונטרסים, ספרים און גליונות וואס זענען מגלה ומפרסם די אמונה און די עצות פון רבי'ן.


מענטשן זענען זייער צעבראכן, מען דארף אסאך חיזוק, מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן, און נאר דער רבי האט חיזוק און עצות זיך צו קענען דערהאלטן און זיך נישט פארלירן.

#510 - נישט דאווענען אין שטוב, אפיס, אדער קאר
שטעטל, ראש השנה, דאווענען, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב באקומען די טויזנט דאלער פאר פדיון נפש, איך האב געמאכט פאר דיר דעם פדיון ערב ראש השנה ביים רבי'ן, ויהי רצון שימתקו ממך ומאשתך על ידי פלא עליון.


א גרויסן יישר כח פארן מאכן די יאר די מנין אין קרית ברסלב פאר נשות אנשי שלומינו, און פארן ארום גיין צו די געגנטער בלאזן שופר. מיין ווייב האט מיר דערציילט אז דו ביסט געקומען בלאזן שופר פאר זיי.


נעם זיך פאר לכבוד די נייע יאר צו דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב אין שול, און אז עס איז נישטא קיין מנין זאלסטו נאכאלץ גיין אין שול, נישט בלייבן אין שטוב, אדער אפיס, אדער גאר אין קאר דרייווענדיג וכו' וכו'.

#509 - נאך ארבעט וועט גייט אויפ'ן חשבון פון די קינדער
שמחה, מלמדים, שטעטל, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, גבאי פון שטעטל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט ריכטיג דאס וואס דו ווילסט נעמען דעם מנהל ר' ... זאל פארלערנען דעם דף גמרא אינדערפרי אין שול, דער מנהל איז פארנומען מיט אונזערע קינדער, זיי מחנך זיין מיט תורה ויראת שמים, און אז דו וועסט אים געבן נאך זאכן צו טון - וועט דאס גיין אויף די חשבון פון אונזערע קינדער.


אזוי אויך זע איך אז דו האסט גענומען דעם מלמד ר' ... זאל העלפן מיט צושטעלן אכסניא'ס פאר אלע געסט וואס קומען אין שטעטל אויף שמחת תורה; עס איז דא גענוג און נאך אינגעלייט וואס ווילן העלפן בויען דעם שטעטל, דער מלמד טוט פאר אונזערע קינדער, סיי ער איז מלמד און סיי ער גרייט אן די לימודים פאר אלע כיתות פאר די קומענדיגע יאר, עס לוינט נישט זיי צו נעמען, עס וועט גיין אויפן חשבון פון אונזערע קינדער.


זע אין שטעטל זאל זיין פרייליך, מען זאל רעדן שיין איינער צום צווייטן, ווייל דאס איז אונזער הצלחה, נאר אז עס וועט זיין ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו וועט זיין הצלחה, וועלן אלע האבן ברייט פרנסה און מען וועט קענען באצאלן די מלמדים און אלע איינגעשטעלטע; אלעס ווענדט זיך אין די ליבשאפט צווישן אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#508 - זייער הנאה געהאט די צען וואכן אין שטעטל
התחזקות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, גבאי פון שטעטל


זיי מיר מוחל אז איך בין אזוי פלוצלונג אוועק געפארן אינמיטן די נאכט פון שטעטל אן זיך געזעגענען פון ענק.


לכתחילה האט געהייסן אז איך וועל פארן זונטאג נאכט, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן א וועג, איינער זאל מיך אהיים נעמען. (ביז יעצט פלעג איך האבן שמעי פיש זאל מיך טראגן און ברענגען, ער איז געווען זייער געטריי, ער איז געווען גרייט ווען מען האט נאר געדארפט, יעצט האט ער שוין חתונה געהאט). דער מענידזשער אליעזר נרו יאיר האט מיר געזאגט אז ער קען מיך אהיים נעמען, אבער נישט זונטאג נאכט, ווייל ער דארף זיין אין חדר און אין סקול אנגרייטן די כיתות וכו', ער האט זיך אנגעטראגן מיך נעמען מוצאי שבת, דעריבער בין איך אזוי פון איין מינוט אויפן צווייטן אהיים געפארן.


געב איבער פאר די אלע וואס האבן געדארפט קומען זונטאג רעדן זאלן נישט מיינען אז איך האב זיי אויסגעשפילט, אויך געב איבער פאר משה איינהארן, ער האט אנגעגרייט א סיום מסכת עבודה זרה ביי אים אין חצר, איך האף איך האב אים נישט שאדן געמאכט.


איך האב זייער הנאה געהאט די צען וואכן אין שטעטל, איך האב זייער הנאה צו זען ווי שיין אנשי שלומינו פירן זיך, ווי מען קומט אין שול דאווענען די דריי תפילות און ווי מען איז זיך קובע צו לערנען שיעורים כסדרן און פון די פרייליכע לופט.


דעם פארגאנגענעם שבת אין שטעטל ביי די גאס ירושלים איז געווען הערליך שיין, עס איז געווען גוטע ווארעמע דיבורים פון הייליגן רבי'ן.


פרייטאג צו נאכט האבן מיר זיך צאמגענומען אין בית המדרש, עס איז געווען א שלום זכור ביי שמשון הערש. מיר האבן גערעדט פון די רש"י אויפן פסוק: "תמים תהיה עם ה' אלוקיך", רש"י זאגט: "התהלך עמו בתמימות ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות, אלא כל מה שיבוא עליך קבל בתמימות ואז תהיה עמו ולחלקו", פון דאס גרויסקייט פון לעבן מיט תמימות, נישט האבן קיין קשיות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די פרשה פון עגלה ערופה, אז די סנהדרין האבן געדארפט מאכן די עגלה ערופה און זאגן: "ידנו לא שפכה את הדם הזה", מיר האבן נישט גע'הרג'ט דעם מענטש. רש"י ברענגט די ווערטער וואס די הייליגע חכמים פרעגן: "ווער טראכט דען אז די סנהדרין זענען רוצחים? נאר די סנהדרין זאגן 'מיר האבן נישט צוגעברענגט אז דער מענטש זאל ווערן געהרג'עט, מיר האבן אים נישט אוועק געשטופט', עיין שם; מיר האבן גערעדט אז מען דארף זיך זייער שטארקן נישט צו מרחק זיין קיינעם, נאר מקרב זיין אלעמען, זיך לערנען פון די וועג ווי דער הייליגן רבי נתן האט גערעדט צו מענטשן וואס זענען אוועק געגאנגען פון רבי'ן, ער האט נישט געזאגט: "ווילסט נישט דא זיין? קענסטיך גיין", ער האט זיי געפרעגט מיט זיין נשמה: "ליפא, עמנו הייתם, פארוואס קומסטו נישט מער?" און ווען ר' ליפא האט אים געזאגט: "איך בין באליידיגט געווארן פון רבי'ן", האט ער אים נישט אוועק געשטופט און געזאגט: "ביסט נישט צופרידן? קענסטיך גיין", ער האט אים מחזק געווען און געזאגט: "פון אזא רבי גייט מען נישט אוועק, אפילו דער רבי זאל מיך שלאגן וועל איך נישט אוועק גיין, ווייל איך מאך זיך א חשבון וואס באקום איך פון רבי'ן".


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען אז אפילו מיר זאלן זיך איינרעדן אז מיר זענען שוין אזוי גרויס ווי די סנהדרין, דארפן מיר אויך קענען זאגן די ווערטער: "ידנו לא שפכה את הדם הזה", אז מיר האבן קיינעם נישט אוועק געשטופט פון רבי'ן. מען זאל זיך גרוסן איינער דעם צווייטן, מיר האבן גע'חזר'ט דעם רבי'נס ווערטער (שיחות הר"ן, סימן מג), עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם.


דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.), רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים, ווען מיר זעען מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


גרייט זיך אן צו זיין בעל תפילה אין אומאן, סליחות ערב ראש השנה און מערבית ראש השנה.


דער אייבעשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#507 - קומען אין שטעטל אויף ראש השנה
שטעטל, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


היות דו קענסט נישט די יאר קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, וויל איך דיר בעטן, אפשר קענסטו קומען צו שטעטל זיין דארט ראש השנה? איך וויל זייער מאכן א מנין אין שטעטל אז די פרויען זאלן קענען הערן שופר בלאזן.


איך וויל מפרסם זיין צווישן אנשי שלומינו אז ווער עס קען נישט קומען אין אומאן זאלן קומען אין שטעטל, אזוי וועלן די משפחות האבן וואו צו הערן שופר בלאזן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיין זייער שטארק אין דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג אין שול מיט מנין, אויך זאלסטו זיין זייער שטארק מיט גיין אין מקוה יעדן טאג.

#506 - מען קען נישט אויסלעשן די געפילן
שטעטל, שמחת תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פארשטיי דיך נישט, וואס האסטו מורא אויסצוגעבן אפאר דאלער צו קענען זיין נאנט צום בית המדרש מיט צו האלטן די הקפות שמחת תורה, וואס איז די מעשה מיט דיר?


וואלסט זיך געדארפט פרייען אז דיין ווייב האט א געפיל, זי וויל מיטהאלטן, זי וויל זיין פון די נאנט; לעש נישט אויס אירע געפילן צו זיין נאנט וכו', ווייל מען קען נישט בעצם אויסלעשן די געפילן, איז וואס פאסירט? מען מאכט אוועק וכו', און מען העלפט נישט קענען זיין נאנט וכו', די געפילן גייען צו עפעס אנדערש, און נאכדעם האט מען חרטה פארן אוועק מאכן.


אז דיין ווייב וויל זיין שמחת תורה נאנט צום בית המדרש – זאלסטו נישט קוקן אויף געלט, אזוי אויך אין אומאן איז א קטנות הדעת צו קוקן אויף די פאר דאלער ווען מען קען זיין אין אזא טייערע חבורה...

#505 - שמועס אויס אלע ספיקות און אלע צדדים
שטעטל, דירה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ווער קען זאגן פאר א צווייטן וואו צו וואוינען... איך וועל ענק נישט זאגן זיך אריבער צו ציען אין שטעטל, דאס איז ענקער החלטה.


גיי התבודדות, שמועס עס אויס מיטן אייבערשטן, שמועס אויס אלע צדדים; דיין פרנסה, די חינוך הבנים והבנות וכו', און דאס וואס עס וועט אריינקומען אין מחשבה, דאס זאלן ענק טון.


אזוי זאלסטו טון ביי יעדע ספק, און ביי יעדע זאך. גיי אין א שטילע פלאץ, אין דיין קאר אדער א פארמאכטע שטוב, און שמועס אויס מיטן אייבערשטן, זאג אים אלע ספיקות, אלע צדדים, און בעט אים ער זאל דיר ווייזן די ריכטיגע און אמת'ע וועג.

#504 - פארוואס בין איך געקומען צום רבינ'ס חדר?
שטעטל, היכל הקודש, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויסן זאלסטו, ווען מען ווערט מקורב ווערט דער סמ"ך מ"ם זייער ווילד, ער קען נישט סובל זיין ווען א משפחה שטעלט זיך ארויס אין די עפנטליכקייט אלס ברסלב; מען שטעלט אריין די קינדער אין ברסלב, מען ציט זיך אריבער אין א ברסלב'ע שטעטל, דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט נעמען, ער וויל צעשטורעמען דעם מענטשנ'ס מח מיט חלישות הדעת, מיט בלבולים, מיט טענות, מיט קשיות, די איינציגסטע עצה איז בעטן דעם אייבערשטן און זיך מאכן די חשבון 'פארוואס בין איך געקומען? וואס וויל איך ביים רבינ'ס חדר? איך בין דאך געקומען פאר איין סיבה, צו זיין א איד, צו קענען לעבן בקדושה ובטהרה, צו קענען געבן די בעסטע חינוך פאר מיינע קינדער'; אזוי איז מען פארזיכערט צו בלייבן מקושר צום רבי'ן.

#503 - דו האלסט נישט פון זיך, דאס לאזט נישט וואקסן
שטעטל, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב הנאה יעצט זומער ווען איך בין אין שטעטל דיך צו זען, איך האב דיך ליב, איך וועל זיך נאך מער פרייען אז דו וועסט קומען אינדערפרי צום גמרא שיעור, עס איז א מחי' אנצוהויבן דעם טאג מיט לערנען גמרא; אלעס איז אנדערש, ווייל מיט תורה איז די לעבן א לעבעדיגע זאך, מען באקומט א רוח חיים דורך לערנען תורה.


שטארק זיך, הויב שוין אן האלטן פון זיך, ביסט א גוטער מענטש, ביסט א גוטער אינגערמאן, נאר איין חסרון האסטו, אז דו האלסט נישט פון זיך, און דאס לאזט נישט וואקסן.


שרייב מיר דיינע סיומים, שרייב מיר דיינע שיעורים; וועסט מיך מחי' זיין.

#502 - גרייטן צו די הייליגע טעג מיט'ן לערנען גמרא
חסידות ברסלב, מחלוקת, שטעטל, דף גמרא, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם זומער בין איך אין קרית ברסלב, עס איז ממש א מחי' צו זיין דא מיט אנשי שלומינו. אינדערפרי לערנען מיר דעם בלאט גמרא אינאיינעם, צווישן די ביימער און די גראז, הינטן פון שול; עס איז אזוי געשמאק, עס איז נישטא עפעס בעסערס, הלואי וואלסטו אויך געלערנט יעדן טאג די בלאט גמרא, דאס וועט זיין א גוטע הכנה פאר די הייליגע טעג, ווייל די בעסטע הכנה פאר די הייליגע טעג איז לערנען גמרא. אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט באשטימט זיין תלמיד דער הייליגער רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו זאל זיין בעל תפילה ראש השנה ביי אים אין שול, און איין יאר האט דער צדיק רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו זיך באהאלטן, ער האט נישט געוואלט זיין דער בעל תפילה, און דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק האט נישט געוואלט מען זאל צושיקן א צווייטן, ער האט געזאגט מען וועט נישט דאווענען ביז מען וועט אויפזוכן דעם רבי מענדעלע.


אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם רבי מענדעלע, ביז מען האט אים געטראפן, מען האט אים געזאגט: "דער רבי לאזט נישט קיינעם צוגיין צום עמוד, דער רבי זאגט ער ווארט אויף דיר"; דער רבי ר' מענדעלע האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז צוגעגאנגען צום עמוד, און נאכן דאווענען האבן אלע זייער געמוטשעט דעם רבי מענדעלע ער זאל זאגן פארוואס ער האט נישט געוואלט צוגיין צום עמוד. האט ער געזאגט, ער האט מקובל, ווער עס ווערט אויסדערוועלט צו זיין בעל תפילה אין די ימים נוראים מוז לערנען גמרא יעדן טאג פון ט"ו באב, און היות די יאר איז אים געווען זייער שווער די נסיעה פון פריסטיק קיין ליזענסק, און ער האט נישט געלערנט יעדן טאג גמרא, האט ער נישט געוואלט צוגיין צום עמוד, ביז דער רבי אלימלך האט אים געהייסן האט ער געדארפט פאלגן; זעט מען ווי גרויס און הייליג איז לערנען גמרא.


דאס וואס מען קריגט אויפן רבי'ן הויבט זיך נישט אן יעצט, אזוי גייט עס, אלע יארן האט מען גערעדט אויף ברסלב'ע חסידים, אויך אויפן רבי'ן האט מען געקריגט, ווען באמת קריגט קיינער נישט אויף ברסלב, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, מען קריגט אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב עס געטון, און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן.


מניעות דארף זיין, מען קען נישט קומען צום רבי'ן נאר אז מען ברעכט דורך די מניעות, דער רבי האט דאס געברענגט, דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מחלוקת. ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון די הייליגע נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט פאר אנשי שלומינו, איך האב פאר אייך געברענגט א מתנה – "מחלוקת", פון היינט אן וועט מען קריגן אויף אונז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת, איך האב בכח צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און זינגען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', אבער איך וויל דאס נישט ווייל עס איז דא מדריגות וואו מען קען נישט אנקומען דערצו נאר דורך בזיונות", דורכדעם וואס מען טשעפעט און מען שפעט - איז דער מענטש ביי זיך צעבראכן, עס פאלט אוועק דער 'איך', עס איז נישטא דער 'מיך', 'זיך'; דאס האט דער רבי געוואלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#501 - וואוינען מיט אידישע שכנים
שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב רעדט זיך אפ אז זי איז אזוי איינזאם, זי האט נישט קיין שכנים וכו'; וויל איך דיר בעטן דו זאלסט רעדן צו די הנהלה, אדער זאל מען ברענגען אויף דיין גאס נאך אידישע שכנים אדער זאלסטו זיך אריבער ציען אויף א גאס וואו עס וואוינען נאך אידן.


זאג פאר ... און ... אז דאס איז נישט קיין עסק פון ווארפן משפחות צו מזרח מערב צפון דרום, עס איז גענוג די גלות וואס מען האט אונז צעזייט אין די ד' כנפות הארץ, מען דארף נישט מאכן א גלות בתוך גלות, עס האט נישט קיין זין צו וואוינען אפגעטיילט, אפגעשיידט.


איך בין נישט צופרידן פון דעם, אדער ברענגען זיי נאך אידישע משפחות דארט, אדער קומען ענק וואוינען צווישן אידן.


איך גיי רעדן צו די ועד המוסד זיי זאלן קלאר אויסשמועסן מיט אלע משפחות אז מען וועט נישט צושטעלן טראנספארטאציע פאר אזעלכע פעלער.

#500 - די באזאר זאל זיין מסודר אויפ'ן ריכטיגן וועג
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, באזאר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערע ... נרו יאיר


האסט א זכות אז דו העלפסט דער רבי מיטן טראגן די עול ביים קיאסק, אין באזאר, און נאך.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן עפעס א וועג אז די אלע באקסעס און בעגס קליידער וואס מענטשן ברענגען – זאל מען אריינלייגן אין א שטוב וואו מען קען נישט אריינגיין (אפשר מאכן א האלבע טיר), ווייל זייער אסאך מאל, די מענטשן וואס ברענגען קליידער רייסן אויף באקסעס און בעגס צו זוכן נייע פרישע קליידער וואס עס איז נאכנישט אויסגעלייגט אויף די פאליצעס (שעלפס), און ווען די ווייבלעך וואס זענען זיך מתנדב (וואלענטירן) קומען מסדר זיין די נייע קליידער – איז די ארבעט זייער שווער, עס ליגן איבערגעדרייטע באקסעס, אויסגעגאסענע וועש.


דעריבער וויל דיך דיר בעטן זאלסט אויפקומען מיט אן עצה ווי אזוי מען קען מאכן מען זאל ברענגען קליידער, וועש וכדומה, אבער מען זאל נישט קענען צוקומען אויסצופאקן, אז די ארבעט זאל זיין גרינג און מסודר.


הויב אן דיין טאג מיט התבודדות, גיי א שפאציר צווישן די ביימער, דאנק דעם אייבערשטן פאר דיין התקרבות צום רבי'ן.

#499 - טון פאר'ן ציבור איז א שווערע זאך
שטעטל, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אריינקומען אין די הנהלה ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש דחסידי ברסלב בארצות הברית, ווערן א חבר הנהלה.


עס איז א שווערע אמט, מען טוט טאג און נאכט פאר די ציבור און ווייניג זענען מכיר טוב, בעיקר האט מען טענות (און דאס איז פארוואס איינער פון די חברי הנהלה האבן זיך ארויסגעצויגן), אבער פון די אנדערע זייט איז די שכר אויבן אין הימל זייער גרויס, און אויך אויף די וועלט מאכט מען א 'מי שברך' יעדע וואך אין שול: "וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה", די אלע וואס טוען פארן ציבור מיט באגלייבטקייט אן קיין אינטערעס, אן קיין עוולות, "הקדוש ברוך הוא ישלם שכרם", דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן, "ויסיר מהם כל מחלה", און אוועק נעמען פון זיי אלע קרענק, "וירפא לכל גופם", און אויסהיילן זייער קערפער, "ויסלח לכל עוונם", און זיי מוחל זיין אויף זייערע זינד, "וישלח ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם, ונאמר אמן".


אז דו וועסט מיר זיין געטריי און מיר העלפן – וועסטו נישט חרטה האבן נישט בזה און נישט בבא.

#498 - ברסלב'ע בית השחיטה
שטעטל, שחיטה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


ברוכים הבאים בשם ה', איך פריי זיך אז אזא חשוב'ע משפחה איז געקומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ביידע הנאה האבן איינער פון צווייטן, דו זאלסט דא קענען אויפציען דיינע קינדער און אייניקלעך מיט יראת שמים און אמונה מיטן רבינ'ס עצות און חיזוק, און זען נאר נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


איך וויל בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן עפענען א בית השחיטה מיט ברסלב'ע שוחטים און ברסלב'ע בודקים, וואו אלעס וועט צוגיין מיט תפילה והתבודדות, מען וועט באקוקן די חלף מיט תפילה און מיט טרערן, מען וועט שחט'ן מיט דביקות בה', ווייל אנשי שלומינו קוקן זייער ארויס צו עסן פלייש נאר פון שוחטים וואס לעבן מיטן רבינ'ס עצות, מיטן רבינ'ס יראת שמים.


לאז מיר וויסן מיט וואס איך קען העלפן די זאך זאל צושטאנד קומען.

#497 - מ'דארף ערליכע שוחטים
שטעטל, שחיטה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


עס איז נאך מוצאי ט' באב, אבער איך טראכט שוין פון ערב יום כיפור; וואס וועט זיין די יאר, וועלן מיר האבן כפרות? וועלן מיר האבן אונזערע שוחטים? וועט דאס זיין כשר למהדרין בתכלית הכשרות? איך וועל דיר זאגן פארוואס איך פרעג, ווייל דער שוחט ... זאגט מיר אויף די שוחטים ... און ... אז זיי פאלן צוריק, זיי פארגעסן ווי מען שטעלט דעם מעסער, אויב אזוי וואס וועלן מיר טון ערב יום הכיפורים...


ובכן בעט איך דיר זייער, העלף מיר אז מיר זאלן האבן כפרות ערב יום כיפור מיט די בעסטע כשר'סטע הכשר. לכתחילה וויל איך אייגענע שוחטים, ברסלב'ע שוחטים, וואס זענען זיך מתבודד ביים שארפן דעם מעסער וכו', אבער אויב דאס ווי ... זאגט, וועלן מיר נישט האבן קיין כפרות, וואס וועט זיין...?


אפשר קענסטו מיט דיינע קינדער מיט דיין ברודער ריקן פאראויס די גאנצע פראצעדור און עפענען דעם בית השחיטה.


איך ווארט צו הערן פון דיר.