בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה
דאס וואס דו פרעגסט פארוואס פאסירט דאס מיט דיר, יעדע שטיק צייט פארלעשט זיך ביי דיר די געפיל צו לערנען און דאווענען, דו פארשטייסט נישט פארוואס דאס פאסירט; אמאל האסטו געהאט חשק צו לערנען און יעצט האסטו שוין נישט דעם געפיל.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודות השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודות השם און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפ גיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפגעפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה.
אז דו וועסט זיין שטארק, דו וועסט נישט אפלאזן דיינע שיעורים כסדרן, וועסט לערנען אפילו אן חשק, דו וועסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן - וועסטו זוכה זיין אז פלוצלונג וועסטו באקומען א שטארקע געפיל אין די הייליגע תורה, דו וועסט אזוי ליב האבן צו לערנען, דו וועסט גארנישט וועלן נאר לערנען און דאווענען.
דערהאלט זיך, ווייל נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך; דראפע זיך און דערהאלט זיך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.