בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת שמיני, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
הכלה ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר גייט חתונה האבן און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע געזונטע דורות.
יום החופה איז זייער א גרויסע טאג. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן צדיק דער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו (קונטרס יום הנישואין, סימן א), יום החופה איז אזא הייליגע טאג, חתן כלה וואלטן געקענט אויסבעטן גרויסע זאכן פאר זיך און פאר אלעמען, נאר א שאד מען האט דאס געגעבן פאר קליינע קינדער; חתן כלה קענען ברענגען די גאולה, און ליידער איז דער שטן געקומען און גענומען די הייליגע טאג פון חתן כלה זיי צו פארמישן מיט נארישקייטן, מיט בילדער און ווידיאוס; געוואלד און געשריגן, אין די מינוטן קענען חתן כלה אויסבעטן אז משיח זאל קומען, ווי קען מען זיי נעמען פאר נארישקייטן, אוועק נעמען זייערע הייליגע מינוטן.
אלע כלות פרעגן די זעלבע זאך, 'אויף וואס דארף מען דער עיקר בעטן ביום החופה?' אסאך כלות גייען אריין אין א לחץ פון 'אויסנוצן דעם יום החופה', מען שפירט שלעכט טעג און וואכן פאר די חתונה אז אפשר וועל איך נישט 'אויסנוצן' מיין יום החופה, וואס קען איך טון 'אויסצונוצן' מיין יום החופה?
דער עיקר זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן, וואס מער דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, און אויך בעטן דעם אייבערשטן אז איר, אייער מאן און אייערע דורות - זאלן אלע זיין ערליך, לעבן מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, לעבן מיט דעם הייליגן רבינ'ס לימודים, לעבן מיט אמונה וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.