בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויסניצן די טעג און וואכן מיט עבודת השם
מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע בחורים און קינדער פון די עלצטע כיתה אין שטעטל חדר


איך טראכט אסאך און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס איך זאל טון מיט ענקער כיתה דעם קומענדיגן יאר, שנת תשפ"ו הבא עלינו לטובה; אויב ענק זאלן שוין אריינקומען אין ישיבה ביים מגיד שיעור הרב ישראל יוסף שליט"א, אדער ענק זאלן בלייבן נאך א יאר אין תלמוד תורה; די ספיקות וועל איך נישט מיטטיילן מיט ענק, דאס שמועס איך מיטן אייבערשטן.


וואס וועל איך יא מיטטיילן מיט ענק? איך וויל ענק זייער בעטן ענק זאלן אויסניצן ענקערע טעג און וואכן מיט עבודת השם. אויסהערן דעם מלמד, קומען פארטאגס לערנען שיעורים כסדרן, דרך הלימוד; דאווענען אויפן קול מיט א לעבעדיגקייט; אויך זאלן ענק אויסהערן ענקער מלמד די חומש, גמרא און אלעס וואס ער לערנט.


יעצט ווען א טייל כיתה איז שוין בר מצוה און א טייל ווערן באלד בר מצוה - זאלט איר אויסניצן ענקערע טייערע צייט פאר דאווענען און לערנען. מאכט ענק א קבלה טובה נישט צו רעדן פארן דאווענען, אינדערפרי פונעם אויפשטיין ביז נאכן דאווענען זאלט איר נישט רעדן קיין איבריגע ווערטער, נישט רעדן קיין דברים בטלים, נאר צום אייבערשטן זאלן ענק רעדן.


די ערשטע לימוד זאלן ענק לערנען אכצן פרקים משניות, קומט אין שול פארטאגס לערנען אכצן פרקים משניות, און נאכדעם דעם יום תהלים; די צוויי שיעורים זאלן ענק נישט מוותר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.