בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#779 - ארייננעמען קינדער אין די מוסדות מיט געפיל
קינדער, מוסדות, ישיבה, ארץ ישראל, אהבת ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


משה גראס נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה פון דיינע חידושי תורה.


בנוגע אננעמען קינדער און בחורים אין אונזערע מוסדות אין ארץ הקודש; איך האבן געשטעלט א וועד וואס זאל זיך אפגעבן מיט דעם, און איך האב דיך אויך אריינגעלייגט אין די וועד, און דיר בעט איך דו זאלסט גיין מיט געפיל און פרובירן אננעמען קינדער פון משפחות וואס ווילן קומען תחת כנפי השכינה און געדענקען וואס די הייליגע תורה זאגט (סנהדרין עב:): "אין דוחין נפש מפני נפש", איך האף דו וועסט מיר קענען העלפן; אננעמען בחורים, טייערע בחורים וואס ווילן קומען לערנען אין ישיבה.


א גרויסן יישר כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#778 - אויסלערנען ווי אזוי צו ראטעווען איינעם וואס שטיקט זיך
קינדער, מוסדות, הצלה, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב געהערט די גרויסע נס וואס איז נעכטן געווען ביי ענק אין בית פיגא, ווי איינע פון די מיידלעך האט זיך אינמיטן עסן דערשטיקט, עס איז געווען אזוי געפערליך אז מען האט שוין גערופן הצלה, און אז איר האט געראטעוועט די קינד, איר האט געלערנט וואס מען דארף טון, ווי מען דארף געבן א קוועטש, א דרוק אויפן בויך, כדי די זאך אויף וואס מען דערווערגט זיך - זאל ארויסקומען.


אפשר איז כדאי אז איר זאלט אויסלערנען די זאך פון היימליך מענאווער פאר אלע טיטשערס ביי ענק, און אויך פאר די עלטערע מיידלעך, אז ווען עס פאסירט אזא זאך, וואס זאל נישט פאסירן - זאל מען קענען ראטעווען דאס לעבן פון א קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#777 - די מוסדות און שול זאלן זיך פירן ריכטיג
מוסדות, חדר, שול, גבאים, בית שמש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


יצחק פאפנהיים נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זיין איינע פון די גבאים אין די שול אין בית שמש, מען גרייט זיך יעצט צו בויען א בנין פאר דעם חדר און פאר א שול, וויל איך עס זאל זיין אוועק געשטעלט אזוי ווי איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


בנוגע קומען אויף אמעריקא פאר אפאר טעג, איבערגיין נאכאמאל ווי אזוי צו פירן דעם חדר, בית פיגא מיט די ישיבה; עס איז כדאי צו קומען, איך וויל זיצן מיט דיר צוויי דריי טעג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#776 - נישט נעמען צום הארצן ווען מען האט טענות
מוסדות, הכרת הטוב, מוהרא"ש, חלישות הדעת, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


מיר האבן נישט קיין ווערטער אייך צו באדאנקען פאר וויפיל איר טוט פאר אונזער מוסד אין שטעטל מיט אזא געטריישאפט שלא על מנת לקבל פרס, נישט צו ווערן באצאלט; איר טוט עס מיטן גאנצן הארץ, ספעציעל מיט דעם וואס איר האט איבערגענומען די שווערע לאסט פון צושטעלן בעביסיטינג פאר אלע טיטשערס און איינגעשטעלטע פונעם מוסד בית פיגא; וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר נעמט א חלק אז דער מוסד זאל זיך פירן ווי עס דארף צו זיין, מיר זאלן קענען האבן סיי אז די טיטשערס זאלן קענען זיצן מיט די קינדער, לערנען מיט זיי, און סיי אז די סעקריטעריס אין אפיס זאלן קענען מאכן זייער ארבעט מיט ישוב הדעת, וויסנדיג אז מען געבט זיך אפ מיט די פיצלעך קינדער.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט נעמען צום הארצן ווען מען האט טענות, איך שפיר אז איר נעמט זיך צו שטארק צום הארצן פון יעדע קאמפלעין וואס קומט אריין אויף די בעביסיטינג, נעמט דאס נישט פערזענליך, דאס איז דער סדר פון די וועלט; א מאמע זארגט פאר די קינדער, און אז מען זעט עפעס א קלייניקייט - האט מען טענות, אבער איר זאלט דאס נישט נעמען פערזענליך.


איר ווייסט אודאי די מעשה וואס מוהרא"ש האט געהאט אין די ערשטע יארן ווען ער האט זיך אריינגעווארפן אין טון פארן רבי'ן, פארשפרייטן דעם רבי'ן, דרוקן דעם רבינ'ס ספרים. מוהרא"ש האט זיך אנגעבארגט צענדליגע טויזענטער דאלער; א אינגערמאן איינער אליין, און מען האט אנגעהויבן מיט טענות אויף מוהרא"ש, אויך אין ברסלב; די אלטע לייט אין ברסלב האבן געהאט טענות, און מוהרא"ש איז געגאנגען אין גאס שפעט ביינאכט און געטראכט מחשבות פון חלישות הדעת: 'וואס גייט דא פאר? וואס וויל מען פון מיך? פארוואס האט מען נאר טענות אויף מיר?' פלוצלונג גייט אריבער א גוי און געבט א שריי אין ענגליש: "אז דו ווילסט נישט קיין טענות - טו נישט".


מוהרא"ש האט דאס גלייך גענומען פאר זיך פאר א רמז פון הימל, אז מען זעט זיין חלישות הדעת, און מען ענטפערט אים: "ווילסט נישט קיין טענות - טו נישט, און אז דו וועסט טון - וועט זיין טענות"; והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#775 - צדקה פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, רבי נתן, דינער

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד אהרן וועבערמאן נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן שכוח פארן שיקן צוועלף טויזנט דאלער קיין ארץ ישראל פאר די מוסדות מען זאל קענען באצאלן די מלמדים אין צייט; איך דאנק דיך זייער פארן מיר העלפן, איך דאנק דיך פארן אראפנעמען פון מיר די שווערע לאסט וואס איך האב צו באצאלן די איינגעשטעלטע פון די ארץ ישראל'דיגע מוסדות אין צייט.


איך וויל וויסן וואס דיינע פלענער זענען מיט מאכן א דינער היי יאר די נאכט פון רבי נתן'ס יארצייט; די יאר געפאלט עשרה בטבת זונטאג פרשת ויחי, לאז מיר וויסן דיינע פלענער, אויב דו האסט א פלאן צו מאכן מוצאי שבת פרשת ויגש א סעודה מיט א דינער פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות.


גיי אן מיט א שטארקקייט, ביתר שאת וביתר עז. ווארעם אן אנשי שלומינו זיי זאל געבן צדקה פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות. ברוך השם אז די מוסדות וואקסן און בליען, איך האב אזא נחת פון די חדר, בית פיגא און פון די ישיבה.


איך האב געטראפן ביי א משפחה שמחה איינער פון די גרויסע עסקנים פון קרן הצלה, איך האב זיך זייער באדאנקט פאר אים אז מיר באקומען פון די חלוקה פון די מוסד קרן הצלה. איך האב אים געזאגט אז אין די זכות פון קרן הצלה האבן אונזערע מלמדים באקומען די געהאלט, און געקענט האבן עסן וכו' - יום טוב סוכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#774 - דער סוד פון הצלחה אין א שול איז די ליבשאפט און אחדות
מוסדות, אחדות, שול, גבאים, בית שמש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


משה ארי' נרו יאיר, בית שמש


יעצט ווען מיר גרייטן זיך צו בויען א שיינע גרויסע שול אין בית שמש, מיט א בנין פאר די מוסדות - וויל איך אוועק שטעלן גבאים פאר די בית שמש שול; ביטע מיר שרייבן די נעמען פון אלע אנשי שלומינו וואס וואוינען אין בית שמש, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אוועק שטעלן גבאים, און אז מען וועט זיך ליב האבן - וועט זיין גאר א שטארקע הצלחה, ווייל דער סוד פון הצלחה אין א שול איז די ליבשאפט און די אחדות; די איינציגסטע זאך איז די אחדות און ליבשאפט.


אויך איז מען זוכה צו האבן אין שול דעם רבי'ן, ווייל אין א שול וואו מען האט זיך ליב - דארט איז דער רבי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#773 - אשרינו שזכינו אז מיר שיקן דא די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, מוהרא"ש, בושה, קידוש השם

בעזרת השם יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשע"ה לפרט קטן - לכבוד... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיר, בפרט אז איך זע דיך יעדן טאג דאווענען שחרית, און ברוך השם אז דו האסט זוכה געווען אריין צו לייגן דיין זון אין מוסד; נישט יעדער איז זוכה צו דעם, אבער ברוך השם אז מיר האבן די זכי'; וועלן אונזערע קינדער מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן א געפיל צום רבי'ן, צו אומאן און בכלל צו היכל הקודש.


ליידער זעט מען אז די אלע וואס שיקן נישט זייערע קינדער און בחורים אין די ברסלב'ע מוסד, די קינדער שעמען זיך מיט זייערע עלטערן, ווייל אדער א חבר אדער א מגיד שיעור מאכט חוזק פון אומאן און פון מוהרא"ש און פון הפצה, בויט זיך אויף אין די קינד א שטילע בושה, און ער ווארט קוים חתונה צו האבן און אנטלויפן פון היכל הקודש.


אשרינו שזכינו אז מיר שיקן דא די קינדער, דארפסטו זייער פרייליך זיין, און עס איז זייער א גוטע זאך אז דו ביסט מחזק הבחור ... נרו יאיר, עס איז אויף אים א רחמנות ווייל ער האט נישט קיינער ווער עס זאל זיך אומקוקן אויף אים.


זע צו מאכן א קידוש השם אויף ברסלב, יעדער וואס קומט אריין אין געשעפט זאל דיך ליב האבן, רעד איידל און גיי שיין צאמגענומען, קענסטו גורם זיין אז נאך מענטשן וועלן מקורב ווערן, וואס דאס איז די גרעסטע זאך.

#772 - די תורה זעטיגט די נפש און מאכט דעם מענטש צופרידן
תודה והודאה, מוסדות, משניות, התבודדות, קהילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב הנאה יעדע מאל איך זע אדער הער אז דו העלפסט די מוסדות, ווייל דאס איז מיין סימן אז אין הארץ האט מען נאך א שטארקע געפיל פארן רבי'ן, ווען מען זעט ווי מען קומט מיט א געפיל און פרישקייט העלפן די מוסדות אדער ביי קהל'ישע זאכן.


יעצט ווען מען איז אין די חדשים וכו' – קען זיין אביסל שווער פאר די ווייב וכו'; דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס, מען דארף דערטאפן און דערשמעקן וכו', נישט איבערגיין די מאס וכו'; ווייל אין די חדשים איז ביי אסאך שווער די גאנצע זאך, און אמאל אז מען גייט איבער די מאס – קען דאס האבן א שלעכטע השפעה אפילו אויף שפעטער.


העיקר זאג יעדן טאג משניות, מי יתן אז דו קענסט אנקומען צו גורס זיין ח"י פרקים משניות, מיט א יום תהלים; דאס וועט דיר זעטיגן דיין נפש און דיך מאכן פרייליך און צופרידן, די תורה זעטיגט די נפש און מאכט דעם מענטש צופרידן.


גיי א שפאציר יעדן טאג מיטן אייבערשטן, גיי איבער דיין טאג, דיין וואך, דיין לעבן, הייב אן מיט דאנקען און לויבן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, און נאכדעם גיי אריין אין בעטן; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צום אים, דו זאלסט אויסניצן דיין לעבן אויף תורה ותפילה און אויף טון מצוות, נישט אויף נארישקייטן.

#771 - אינגעלייט מיט שכל אינוועסטן אין בויען אידישקייט
צדקה, מוסדות, התבודדות, חינוך, אינוועסטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


אברהם יצחק נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין נעכטן אין שטעטל ביי די מעמד קביעות מזוזות אויף די אויבערשטע שטאק: "קומת אייזנער", די שטאק וואס דו האסט מנדב געווען פאר די טייערע קינדער, זיי זאלן קענען לערנען און דאווענען.


איך האף דו האסט אויך הנאה געהאט צו זען פון די נאנט די ליכטיגע פנימ'ער פון די קינדער, ווי זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים, זען פון די נאנט וואו די געלט גייט, די שיינע ליכטיגע שטאק, וואו די קינדער פארברענגען א גאנצן טאג מיט תורה און תפילה.


מיר האבן גערעדט ביי די מעמד קביעות מזוזות פון די אינגעלייט וואס זוכן צו כאפן מציאות, מען קויפט נאך א דירה און נאך א דירה, און מען מוטשעט זיך אפ מיט גוי'אישע טענענטס וואס צאלן נישט די רענט, און מיט די היינטיגע ניו יארק'ע ליבעראלע געזעצן, מען נעמט זיך אן פאר די טענענטס, און ביז מען קען זיי ארויס זען פון די דירות, און ביז מען טרעפט א צווייטע טענענט, איז עס נאך א ספק ספיקא; ווער זאגט דער טענענט וועט יא צאלן... מען איז פארנומען מיט יגיעות וטירחות און מען האט ביים סוף גארנישט; און דא איז דא אינגעלייט מיט שכל וואס דארפן נישט נאך אן אינוועסטמענט און נאך אן אינוועסטמענט, אנשטאט דעם אינוועסטן זיי אין בויען אידישקייט, זיי קויפן זיך זכותים לנצח נצחים, זיי קויפן זיך א כתה, אדער א קומה, אדער גאר א בנין וואס וועט בלייבן פאר אייביג; ווייל ווען מען העלפט אויפבויען חדרים, מוסדות התורה, ישיבות און כוללים, און בתי מדרשים – בלייבט דאס אויף אייביג און מען באקומט שכר אויף אייביג.


מאך זיך א סדר פארן ווינטער זמן, גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פארטאגס, לערן דיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, הלכה ועוד, גיי התבודדות, דאווען שחרית, און אזוי זאלסטו גיין אין אפיס, וועט די גאנצע טאג גיין גוט מיט הצלחה.

#770 - מיט'ן העלפן די מוסדות און קהלה, פארדינט מען נאר
צדקה, מוסדות, קהילה, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בין דיר זייער דאנקבאר אויף דעם וואס דו האסט מיר צוריק געשיקט די שטר הלוואה פון הונדערט טויזנט דאלער, אז דו ביסט מוחל די הלוואה, דו ווילסט נישט צוריק נעמען די געלט; דו זאגסט אז דו מאכסט א קל וחומר, מה דאך נאר ביים בארגן געלט צו בויען די מוסד און די קהילה – האסטו געזען אזעלכע אפענע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, איז דאך זיכער אז ביים געבן די סכום – וועסטו נאר פארדינען.


טאקע אזוי, דו וועסט נאר פארדינען. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קנ): "ביי וועם איך נעם געב איך"; דו וועסט זיכער זען ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר און מיט דיין משפחה.

#769 - ווי גוט און ווי וואויל צו ח"י פרקים משניות
מוסדות, מוהרא"ש, ליצנות, חי פרקים משניות, תמימות ופשיטות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בית שמש


איך הער זאגן אז דו האסט מנדב געווען נייע טישן און בענקלעך פאר די חדר אין ארץ ישראל אין די ווערד פון טויזנטער שקלים; איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח אויף דעם און אויף אלע גוטע זאכן מיט וואס דו העלפסט די מוסדות און די קהלה, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן נחת ביי דיינע קינדער און הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


שטארק דיך זייער מיט לערנען יעדן טאג פרקים משניות, און ווי גוט וועט זיין און ווי וואויל וועט דיר זיין - אז דו וועסט לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. עס שטייט פון צדיקים (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", אנטקעגן די אכצן וועלטן, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיטן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'ענען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיךְ נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפן מענטש.


הער נישט אויס וואס די לצים זאגן, קוק נישט אויף זיי, עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט זען ווער איז דער חוזק, די וועלט זאגט: "לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים סוף"; ווען דער מלאך המוות וועט קומען ארויסנעמען די נשמה - דעמאלט וועט מען זען וואס איז דער חילוק צווישן די וואס האבן געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, יעדן טאג געלערנט תורה אפילו בלי הבנה און צווישן די לצים.


מוהרא"ש האט אזוי זיס אונז שטענדיג געזאגט, עס שטייט אין פסוק (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ לְבַדְּךָ תִשָּׂא", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, און אויב מאכסטו ליצנות - מאכסטו נאר פאר דיר אליין ליצנות; דער וואס איז קלוג, ער הערט זיך צו וואס צדיקים זאגן - וועט ער אליינס הנאה האבן פון דעם, און דער וואס מאכט א געשפעט פון די רייד פון צדיקים - שפעט פון זיך אליינס.


איך בין נאך אפגעמארטערט פון די נסיעה, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#768 - אז מען זארגט פאר די כלל, ווערט מען באפרייט פון אייגענע פראבלעמען
שכר לימוד, מוסדות, פרנסה, חובות, חינוך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


שבתי מזרחי נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסעדזש.


יעצט ווען די שטאט הייבט זיך צוביסלעך אן אריינצומישן אין די חינוך, זיי ווילן זען די בחינות פון די קינדער, און אז נישט - וועלן זיי נישט געבן די געלט; איך מיין מען דארף זיך אנהייבן היטן פון זיי, און ניצן די ווארט וואס מען זאגט פארן בין: "איך דארף נישט דיין האניג און נישט דיין שטעך".


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון אוועק שטעלן די מוסד מען זאל קענען באצאלן די מלמדים און נישט זינקען אין קיין חובות.


געדענק, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה", ווער עס נעמט אויף זיך די עול פון לערנען, אדער די עול פון א חדר, א ישיבה, א כולל, ער זארגט אז די מוסד זאל קענען אנגיין, ער נעמט אויף זיך די פרעשור - "מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ" נעמט מען אוועק די פרעשור וואס מענטשן גייען אריבער אין די אייגענע ביזנעס; אז מען זארגט פאר די כלל, מען טוט פאר מוסדות התורה - ווערט מען באפרייט פון אלע פראבלעמען אין די אייגענע געשעפטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#767 - האב מיך אינזין אין דיינע תפילות
מוסדות, מוהרא"ש, יום כיפור, תפילה, איבערבעטן

בעזרת ה' יתברך - יום א', ערב יום הכיפורים, ט' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז נישט קיין צייט צו שרייבן בריוו, מיר שטייען אין זייער א הייליגע צייט, מען גייט אונז אפשרייבן א זיסע יאר, א ליכטיגע יאר.


איך וויל דיר בעטן צוויי זאכן, ערשטנס דו זאלסט מיר מוחל זיין אויף וואס איך האב דיר וויי געטון, עס איז נישט געקומען פון שלעכטיקייט, איך ווער אזוי איבערגעשטרענגט מיט די ארבעט, איך בעט דיר איבער, זיי מיר מוחל, וועט דער אייבערשטער אונז מוחל זיין.


צווייטנס, זאלסט מיר אינזין האבן אין דיינע תפילות, יואל בן רייצא רעכיל, איך זאל ווייטער קענען טון די שליחות וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו טון, מיט די ישיבה, מיט די מוסדות און אזוי ווייטער.


א גוט יום טוב, א גמר חתימה טובה.

#766 - די הייליגקייט פון די מוסדות
צניעות, מוסדות, סוכה, באס דרייווערס, חינוך
#765 - געבארגט צען טויזנט דאלער פאר דעם בנין המוסדות
מוסדות, בארגן געלט, קרן הבנין, קרית ברסלב ליבערטי

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


איך האב געבארגט פון ... נרו יאיר צען טויזנט דאלער צו קויפן דעם בנין אויף די גאס 40 אקאדעמי אין ליבערטי, פאר מוסדות ברסלב אין קרית ברסלב.


זמן הפרעון איז חודש אלול תשפ"ט.


ועל זה באתי על החתום.


...

#764 - צען טויזנט דאלער פאר די בנין המוסדות אין ליבערטי
מוסדות, בארגן געלט, קרן הבנין, קרית ברסלב ליבערטי

בעזרת ה' יתברך - ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


איך האב געבארגט פון הרב ... נרו יאיר צען טויזנט דאלער צו קענען קויפן א בנין פאר די ברסלב'ע מוסדות אין קרית ברסלב, 40 אקאדעמי אין ליבערטי ניו יארק.


זמן הפרעון איז ביז דריי יאר, חודש אלול תשפ"ט לפ"ק.


ועל זה באתי על החתום.


...

#763 - איך וועל דיר באצאלן די מיליאן דאלער ביז דריי יאר
מוסדות, בארגן געלט, קרן הבנין, קרית ברסלב ליבערטי

בעזרת ה' יתברך - ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


איך האב געבארגט פון האברך ... נרו יאיר א מיליון דאלער צו קענען קויפן די בנין 40 אקאדעמי אין ליבערטי ניו יארק, פאר אונזערע מוסדות.


זמן הפרעון איז ביז דריי יאר, חודש אלול תשפ"ט לפ"ק


ועל זה באתי על החתום.


...

#762 - כלה שיעורים
מוסדות, הכרת הטוב, כלה, בית פיגא, חומרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


משפחת ... שיחיו, ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז ענק זענען צופרידן פון די מוסדות, סיי ביי די אינגלעך, סיי ביי די מיידלעך. איך זע ענק שרייבן מיר יישר כח; איך האף אז ענק באדאנקען זיך אויך פארן מנהל און פאר די מנהלת, וואס פאר זיי קומט באמת דעם יישר כח, זיי לייגן אריין זייער גאנצע לעבן פאר די קינדער, און ווען עלטערן טוען שעצן די ארבעט - געבט דאס כח אויף ווייטער.


בנוגע וואו צו שיקן אייער טאכטער לערנען כלה שיעורים; מיר האבן אין די קהילה די חשוב'ע מנהלת פון בית פיגא מרת ... תחי', זי לערנט מיט די כלות אויף די וועג ווי מען לערנט אין היכל הקודש, אן קיין חומרות און פרישות; אבער דאס האט מיט ענק עלטערן, אויב ענק ווילן נעמען א פרוי וואס איז מער מומחה - זאלן ענק טון ווי אזוי ענק פארשטייען.


דער עיקר זאלן ענק נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די חסדים, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער גוטס באקומט מען, מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קלו, א): "הוֹדוּ לַה' כִּי טוֹב", דאנק דעם אייבערשטן, זאג שטענדיג 'כי טוב', דער אייבערשטער איז גוט, דורכדעם וועט זיין "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", דו וועסט שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#761 - אזוי שיין אפגעגעבן אין ישיבה מיט אונזערע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ר' ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר


מיר ווילן ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב פארן זיך אזוי אפגעבן אין ישיבה מיט אונזערע קינדער נחמן נתן און יצחק דוד, פארן לערנען מיט זיי תורה ויראת שמים און מידות טובות.


מיר זענען זייער דאנקבאר און דעריבער שיקן מיר די טיפ.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#760 - א פארגעניגן ביים שווימען פאר אונזערע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער לייפגארד הבחור ש. קאהאן נרו יאיר


מיר שיקן א קליינע טיפ ארויס צו ווייזן אונזער הכרת הטוב פארן מאכן א פארגעניגן ביים שווימען פאר אונזערע קינדער.


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#759 - יישר כח פאר'ן טיטשן די אכט וואכן פון זומער
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


א קליינע טיפ פאר מרת ... תחי', פארן זיך אפגעבן מיט אונזער טאכטער ... תחי', איר טיטשן די אכט וואכן פון זומער תשפ"ו.


מיר זענען זייער דאנקבאר און מיר ווייזן ארויס אונזער הכרת הטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#758 - יישר כח פאר'ן מאכן אזוי געשמאק די זומער וואכן
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער זומער דירעקטאר מרדכי ראזענבערגער נרו יאיר


מיר ווילן געבן א קלייניקייט ארויס צו ווייזן אונזער דאנקבארקייט פארן מאכן אזוי געשמאק די זומער וואכן פאר אונזערע קינדער יחזקאל און מענדל נרם יאיר.


זיי האבן זייער הנאה געהאט פון די זומער פראגראם, מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#757 - ווער עס העלפט מיר אין מוסד, איז מיר זייער באליבט
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב פאר דיר א גרוס פון אונזערע מוסדות, סיי פון די חדר, סיי פון בית פיגא און פון ישיבה; איך בין אזוי איבערגענומען פון די וועג ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער מיט אזא איבערגעגעבנקייט, און פון די לימודים וואס מען לערנט; די אמונה, די יראת שמים און מידות טובות, און איך האף אז דו באדאנקסט זיך פאר די מלמדים פון דיינע קינדער, פאר די טיטשערס, קאונצלערס, באס דרייווערס און אזוי ווייטער וכו'.


נעכטן איז געווען א חתונה פון א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא; מיר איז נישט גרינג צו פארן צו שמחות, יעדן טאג איז דא שמחות, איך פאר נישט צו קיין שמחות, אבער דא בין איך יא געפארן קיין קרית יואל צו זיין ביי די חתונה, ווייל דער בחור איר פאר א לאנגע צייט געווען אין שטעטל צו קענען העלפן די מוסד, ער האט געפירט א באס מיט א געטריישאפט, און אויך די כלה איז געווען די גאנצע יאר א טיטשער אין אונזער סקול אין קרית יואל, עס איז נישט גרינג געווען צו זיין א טיטשער פאר די קליינע מיידלעך, זיצן א יאר אן קיין חבר'טעס, נאר צו העלפן די מוסד; צוליב דעם בין איך געפארן זיין ביי זייער חתונה, איך בין געווען ביי די חופה און געליינט די כתובה, ווייל ביי מיר איז די מוסד זייער באליבט, און ווער עס העלפט מיר אין די מוסד - ווערט מיר זייער באליבט און איינגעקריצט אין הארץ.


אויך יעצט ווען די מוסד ווערט גרעסער האלט איך מיט יעדע קליינקייט, איך באקום א באריכט יעדן טאג פון די מנהלים, סיי פון ארץ ישראל, סיי פון שטעטל, און פון די ישיבה; סיי פון ארץ ישראל און פון שטעטל; דאס איז ביי מיר דער עיקר, און דאס איז מיין ערשטע און וויכטיגסטע זאך, אז די קינדער זאלן באקומען די בעסטע חינוך; דעם רבינ'ס חינוך אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#756 - לאמיר אנטרינקען ביימער
התחזקות, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט גיין הפצה, דו זאלסט פארשפרייטן די גליונות און קונטרסים עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש זאגט (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף עוסק זיין אין הפצה אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


מיר פארן שוין אין צוויי וואכן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, זאלסטו קומען צום רבי'ן מיט טון די ווילן פון רבי'ן, וואס האט געוואלט מיר זאלן אלע עוסק זיין אין הפצה, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#755 - מאכן לייסענס צו קענען פירן קינדער מיט א באס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן לייסענס צו קענען פירן קינדער מיט א באס, אונזער מוסד מוטשעט זיך מיט אינגעלייט וואס קענען דרייוון א באס; עס איז גאר א גרויסע זכות צו נעמען קינדער און אהיים טראגן די קינדער פון און צו חדר, מען האט א חלק אין קיום העולם, די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵים אֶלָא בִּשְׁבִיל הֶבֶל פִּיהֶם שֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא; שטעל זיך פאר די זכות פון א באס דרייווער וואס פירט קינדער גיין העלפן די וועלט זאל נישט ווערן אויס.


ומתן שכרה בצדה, קוק זיך גוט אים, די אלע וואס העלפן די מוסדות – די זענען זייער זייער מצליח, און אז מיר וועלן רעדן פנים בפנים וועל איך דיר ווייזן, אז די וואס האבן אלע יארן געהאלפן אויפשטעלן די ברסלב'ע מוסדות, און אויך די וואס העלפן עד היום – ווי זייער הצלחה שיינט זיי, און אזוי וועט זיין ביי דיר, דיין ביזנעס וועט זיך פארמערן אין זכות פון העלפן די מוסדות.