בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די בעסטע זאך איז אז יעדעס מאל ווען דו ווילסט מאכן א נייע דיזיין פאר א ספר, קונטרס, סידי וכדומה, זאלסטו פרעגן בחורים און אינגעלייט וואס זיי זאגן דערצו, און וואס רוב זאגן - אזוי זאלסטו טון.
מוהרא"ש האט מיר געזאגט, ווען ער האט אנגעפאנגען שרייבן קונטרסים האט ער עס געגעבן פאר בחורים צו ליינען, זיי זאלן אים זאגן צי עס איז גוט געשריבן, און מוהרא"ש האט מיר געפרעגט צי איך ווייס פארוואס ער האט דאס געטון? איך בין געבליבן שטיל און געווארט צו הערן פון מוהרא"ש, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "איך שרייב דאך דאס פאר זיי, און אז זיי פארשטיין דאס נישט פארוואס זאל איך דאס ארויסגעבן?" דאס זעלבע זאג איך דיר, יעדעס מאל דו מאכסט א נייע דיזיין פאר א סידי אדער קונטרס און מען האט אפאר אפציעס, איז כדאי זיך נאכצופרעגן ביי בחורים אדער אינגעלייט און הערן פון זיי וואס איז שענער און וואס כאפט מער דעם אויג.
מען ווערט נישט ווייניגער חשוב ווען מען פרעגט א יונגערן מענטש, אזוי ווי די הלכה איז אז ווען מען האט א ספק אויף אן אות אין א ספר תורה, תפילין און מזוזה צי דאס איז א יו"ד אדער א וא"ו פרעגט מען א קליין יונגעלע, און ווי אזוי ער זאגט אזוי פסק'עט מען (טור אורח חיים, סימן לו), וועט איינער קומען זאגן: "וואס ווייסט א קינד אנטקעגן א חשוב'ער סופר?" מיט דעם אלעם זעט מען אז מען פרעגט א קינד.
איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז די סידי "טאנץ מיט אמונה - 3" וועט ארויס קומען פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.