בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#644 - דאס ווילן, דאס בענקען, נישט ווערן באקוועם מיט זיך
בחור, הפצה, אומאן, טעלעפאן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


דאס וואס דו האסט געוויינט צו מיר, דו האסט געמיינט אז דו וועסט אהיים קומען פון אומאן און גיין מעלה מעלה, און יעצט זעסטו זיך אזוי ליידיג, אן קיין שיעורים, אן קיין עבודת השם, דו ביסט אזוי צעבראכן.


ליבער ברודער, ערשטנס דארפסטו וויסן אז די טעג נאך אומאן וואס מען איז פארנומען מיט אנגרייטן דעם יום טוב - איז ביי יעדן איינעם אזוי, מען איז פארנומען מיט סוכות, קויפן, מאכן, גיין און קומען, די טעג גייען אריבער מיט עוסק זיין פאר די מצוות, עס איז נישטא די צייט צו לערנען אסאך, און צווייטנס, דאס וואס דו וויינסט, דאס וואס עס קרענקט דיך ווי אזוי דו זעסט אויס – דאס אליינס האסטו באקומען אין אומאן; דאס ווילן, דאס בענקען, און דאס נישט ווערן באקוועם מיט זיך – דאס באקומט מען פון הייליגן רבי'ן; דער רבי וועקט אונז אויף מיר זאלן נישט ווערן באקוועם מיט זיך, מען זאל אלץ וועלן מער און מער לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן.


ליבער ברודער, ניץ אויס דיינע יונגע יארן אין ישיבה, און הלוואי זאלסטו אראפנעמען פון דיין טעלעפאן פיקטשערס, ווידיאוס; די אלע זאכן נעמען אוועק די ריינקייט און תמימות. נעם זיך גוטע חברים וואס האבן תמימות און פארברענג דיינע טעג און יארן מיט תורה און תפילה, און ווען דו ביסט אפגעמאטערט זאלסטו גיין הפצה, דאס וועט דיך אויסלופטערן און געבן כח. ביי הפצה זאלסטו נאר שמייכלען, טענה נישט מיט קיינעם, און רעד נישט און הער נישט, געב א קונטרס, א גליון, א ספר - מיט א שמייכל, און בעט צדקה, און גיי ווייטער.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר אסאך פנים בפנים אויב דו וועסט וועלן...

#643 - גיי הפצה, מיט ריינקייט און דרך ארץ
הפצה, דרך ארץ, ריינקייט, סדר היום, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך פונדאסניי ווייטער עוסק צו זיין אין די הייליגע זאך פון 'הפצה', זוך נישט קיין אנדערע געשעפטן, נעם 'הפצה' פאר דיין זאך, ווייל דאס גאנצע לעבן איז אינגאנצן אפאר יאר, און אלע מוטשען זיך, איז א שאד דאס ביסל לעבן זאל אריבערגיין מיט זאכן וואס מען וועט נישט קענען מיט נעמען; אבער אנדערש איז 'הפצה', אז מען איז מזכה אפילו נאר איין איד זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און אז איין בחור זאל זיך היטן פון שלעכטס און זיין ראוי חתונה צו האבן און איבערלאזן דורות – איז שוין אלעס כדאי.


זיי מסדר דיין טאג; אינדערפרי זאלסטו גיין אין שול'ן, און פארמיטאג זאלסטו גיין לערנען אין א שול דיינע שיעורים כסדרן; מקרא, משנה, גמרא, הלכה, אגדה וספרי רבינו, און פון נאכמיטאג דריי אזייגער – גיין ביי די הייזער מזכה זיין אלעמען מיט ספרים, קונטרסים, גליונות, מעשה'לעך, סידיס, יו עס בי'ס פון דרשות און פון ניגונים, אויך די פלעי'ס פאר פרויען און מיידלעך; אזוי וועט דיין לעבן אריבערגיין מיט זאכן וואס וועט בלייבן מיט דיר אויף יענע וועלט.


אויך זאלסטו געדענקען פון דיין ווייב, מאך צייט צו שמועסן מיט איר, הער איר אויס און געב איר גוטע ווערטער.


ווען דו גייסט הפצה זאלסטו גיין מיט זויבערע קליידער, א זויבערע הוט, מיט ריינע שיך און מיט גרויס דרך ארץ.

#642 - איין גליון קען ראטעווען און העלפן א מענטש
כולל, הפצה, גליון, חיזוק, ישיבות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, לעיקוואד


ווען איך האב גענומען דיין ענוועלאפ פון "פדיון נפש" האט מיך זייער געכאפט ביים הארץ ווי דו שרייבסט אז די יאר האסטו מפיץ געווען אין שטאט לעיקוואד הונדערט צוואנציג טויזנט גליונות, וואו! דאס איז א שיינע נומער, דאס איז א שיינע מתנה צו קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


די יאר זאלסטו ווייטער עוסק זיין אין פארפלייצן אלע שולן אין לעיקוואד מיט די גליונות; סיי אין אידיש, אין לשון הקודש און אויך אין ענגליש. אויך זאלסטו גיין אין כוללים, ווייל די כולל אינגעלייט דארפן גאר אסאך חיזוק. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ", ווי גרעסער מען איז, "יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ", דארף מען מער חיזוק; די אלע אינגעלייט און אויך בחורים וואס לערנען אין ישיבה דארפן מער חיזוק ווי אינגעלייט און בחורים וואס ארבעטן; זאלסטו גיין אין די כוללים און ישיבות מיט די גליונות, מיט די קונטרסים, מחזק זיין די בני הנעורים זיי זאלן בלייבן ביים אייבערשטן, און בלייבן ביי די תורה.


די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כא.), אילפא און רבי יוחנן זענען ביידע געווען אין כולל און געלערנט תורה, אבער עס איז איבערגעגאנגען אויף זיי וואס איז אריבערגעגאנגען, זענען זיי ביידע ארויס פון כולל, אויפן וועג ארויס זענען זיי געזיצן אונטער א שוואכע וואנט, במקום סכנה, זענען צוויי מלאכים געקומען, זאגט איין מלאך פארן צווייטן: "לאמיר זיי הרג'ענען, ווייל זיי האבן אפגעלאזט דאס לערנען תורה", זאגט דער צווייטער מלאך: "ניין, טשעפע נישט, ווייל איינער פון זיי וועט נאך ווערן א גרויסער ראש ישיבה".


די גמרא פירט אויס, רבי יוחנן האט געהערט די שמועס, אבער אילפא האט דאס נישט געהערט, און רבי יוחנן איז צוריק אין ישיבה, אין כולל און געווארן דער גרויסער רבי יוחנן, עד כאן.


נו, וואס זעסטו פון די מעשה? מיט אביסעלע חיזוק ווערט מען א רבי יוחנן; שטעל זיך פאר ווען אילפא טרעפט אויך א מפיץ (מלאך), און זאגט אים: "דראפע זיך און דערהאלט זיך" – וואלט געווען נאך א ראש ישיבה, רבי אילפא, אבער 'רבי אילפא לא שמע', ער האט נישט געטראפן א גליון וואס זאל אים זאגן: "אחי, חזק ואחוז עצמך בכל כוחך", והבן למעשה.

#641 - די ווייסע קאפל פון הרב הקדוש מריבניץ זי"ע
אמונה, הפצה, צדיקים, יראת שמים, ריבניץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, לעיקוואד


א יישר כח פארן מיר ברענגען אויף יום הקדוש די ווייסע קאפל פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו.


אנטון די בגדים פון צדיקים איז זייער חשוב, אבער דער עיקר דארפן מיר טון וואס די צדיקים האבן געטון, די צדיקים האבן זייער לעבן אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


דער הייליגער צדיק פון ריבניץ זכותו יגן עלינו האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן אונטער די קאמעניסטן ימח שמם, אז אידן זאלן האבן מקוואות, אידן זאלן האבן כשר'ע פלייש, און בעיקר מל'ען אידן, און היינט ווען מיר זענען אין גלות אמעריקע, ווען מען לאזט האלטן אידישקייט אפן אבער בצנעה לאזט מען נישט זיין א איד, בצנעה האט מען ביטערע שווערע נסיונות בקדושה, דארפן מיר טון וואס די צדיקים האבן געטון, מיר דארפן מגלה זיין ומפרסם זיין דעם נחל נובע מקור חכמה, די זיסע וואסער, די עצות פון רבי'ן וואס איז מחי' נשמות ישראל, אריינבלאזן א חיות לנשמה זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


נעם זיך אונטער לכבוד די נייע יאר צו גיין אין דיין שטאט לעיקוואד הפצה, און ביי די גלילות וואס זענען פול מיט משפחות וואס דארפן אסאך אסאך חיזוק, משפחות וואס אנטלויפן פון לחץ זה הדחק... זיי דארפן אסאך חיזוק צו בלייבן מיט יראת שמים און מיט אמונה אינעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס איז עוסק זיין גאנץ לעבן צו פארשפרייטן די אמונה איז אידן זאלן קענען זיין אידן אויך בצנעה.

#640 - פון הימל האט מען דיר אהינגעשיקט צו מאכן הפצה
הפצה, צדקה, פרנסה, מוהרא"ש, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, לינדען ניו דזשערזי


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין הפצה – פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, און אז מן השמים ביסטו אנגעקומען אין די נייע אידישע ערליכע ישוב אין לינדען – דארפסטו זארגן אז אין אלע שולן זאל מען זיך קענען מחי' זיין מיט די גליונות, עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן.


אויך זאלסטו גיין ביי די שטיבער געבן די קונטרסים און ספרים, מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, מבשרי אחזה אלוק, געב א קוק אויף זיך, מה דאך מיט אזויפיל חיזוק וואס מיר האבן פון רבי'ן זענען מיר נאך אזוי צעבראכן, מען דארף זיך דראפען אויף גראדע ווענט צו אנגיין מיט דאס ביסל עבודת ה', איז וואס איז ביי אנדערע וואס האבן נאכנישט זוכה געווען טועם צו זיין פון הייליגן רבי'ן, זיי ווארטן אזוי שטארק אויף אביסל חיזוק, און ווען מען קומט צו זייערע טירן מיט חיזוק פון רבי'ן – ווערט זיי ליכטיג און זיי געבן צדקה מיט א ברייטע הארץ, און אזוי וועסטו ארויסגיין פון דיינע גרויסע חובות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק א, סימן לג): "בִּזְכוּת הַצַּדִּיק תַּלְמִידָיו מִתְפַּרְנְסִים", בזכות פון צדיק האבן די תלמידים פרנסה; מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען דורך מפיץ זיין דעם צדיק'ס תורות, דעם צדיק'ס חיזוק – קומט שפע; דארפסט זיך דאס אליינ'ס איבערצייגן, דו וועסט אליינס ארויסגיין פון התפעלות; איינער וועט דיר געבן הונדערט דאלער, א צווייטער וועט דיר געבן דריי הונדערט זעכציג; דו וועסט אהיים ברענגען שפע.


רק שטארק זיך, דער אייבערשטער וועט דיך נישט פארלאזן.

#639 - קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף ערליכע אינגעלייט
הפצה, חידושי תורה, שיעור, בחורים, חיזוק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב הנאה צו זען דיינע חידושי תורה וואס דו ביסט מחדש מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, וואס בלאזט אריין חיות אין נשמות ישראל, אז אפילו א 'ציפור שמרדה', א נשמה וואס איז פארבלאנזשעט פון די קדושה – "כֹּל הֵיכָא דְּאִיתֵיהּ בְּבֵי גַזָּא דְּרַחֲמָנָא אִיתֵיהּ דִּכְתִיב 'לַה' הָאָרֶץ וּמְלוֹאָהּ'" (חולין קלט.) איז מען נאכאלץ ביים אייבערשטן, מען קען זיך נאך צוריק קערן, מען קען תשובה טון.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין 'הפצה', גיי הפצה ביי די פרומע שטיבער, גיי הפצה צו כולל אינגעלייט און בחורי ישיבה; ביי ענק איז דא אסאך מפיצים וואס גיין צו די נישט פרומע געגנטער, מיר דארפן מפיצים ביי די פרומע; קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף די ערליכע אינגעלייט, מען מיינט אז מען דארף גיין הפצה נאר ביי די וואס מען האט נעבעך אוועק געפירט פון אידישקייט און אויסגע'שמד'ט רחמנא לצלן, מען דארף היינט אסאך מער עוסק זיין אין קירוב קרובים, די היימישע ציבור איז אזוי צעבראכן, דער בילד פון אינדרויסן איז טאקע זייער שיין, אבער פון אינעווייניג איז מען אויסגעלאשן און אויסגעברענט, מען איז אויפגעגעבן, און אלע ווארטן אויף חיזוק, חיזוק אויף אמונה; זאלסטו גיין דיקא אין כוללים, אין ישיבות און אין שולן.


אויך בעט איך דיר זייער, זיי מחזק אנשי שלומינו, בעיקר די בחורים און די אברכים - זיי זאלן הערן די שיעורים, די טעגליכע שיעורים וואס מען געבט אין ישיבה און זיכער די וועכנטליכע שיעור פאר אינגעלייט; עס איז אזוי וויכטיג צו הערן דעם רבינ'ס עצות, חיזוק און שכל, נאר אזוי קען מען זיך דערהאלטן, נאר אזוי קען מען זיך האלטן פריש, און נישט ווערן אלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#638 - זיך אויפפרישן מיט חבורות און הפצה
הפצה, חבורות, קירוב, אומאן ראש השנה, בני ברק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן ביים רבינ'ס ראש השנה און הערן פון דיר ווי דו שטארקסט זיך מיט עוסק זיין אין 'הפצה', פארשפרייטן דעם רבינ'ס זיסע עצות, חיזוק און שכל פאר די וועלט.


ליבער ברודער נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין צוריקברענגען מענטשן צו אים. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה, "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


איך האב גערעדט צו ... אין אומאן ער זאל צוריק אנהייבן מאכן חבורות - נישט אין שול - נאר אין שטיבער, ווייל די פרישע בחורים און אינגעלייט האבן אין אנהייב א פחד זיך ארויס צו שטעלן אלס ברסלב, עס איז נישט באקוועם צו קומען אין שול, מען דארף מאכן אין שטיבער, פריוואט, און אזוי מקרב זיין די יוגענט. אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן, מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן. רבי נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן 'עצים יבשים', טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן.


איך וויל בעטן אלע חברים אין בני ברק זיך צוריק אויפפרישן אין די זאך פון הפצה, ווייל דאס איז די ווילן פון רבי'ן, מיר אלע זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, קוק וואס רבי נתן שרייבט ווייטער (חיי מוהר"ן, שם): "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה.


בנוגע די דירה וכו'; טו אזוי ווי מיר האבן גערעדט, פארקויף עס און קויף א דירה אין בני ברק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#637 - מען פאלט, און מען הייבט זיך
התחזקות, הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מיר פארן שוין אין ווייניגער פון צוויי וואכן צום הייליגן רבין קיין אומאן צו זיין דארט ראש השנה, טון וואס דער רבי האט אונז געזאגט צו טון, מיר זאלן קומען צו אים; מיר דארפן מאכן די ריכטיגע הכנות צו קומען, דער עיקר וואס מיר דארפן איז - זיך שטארקן און זיך נישט נאכלאזן.


שטארק זיך, און אז דו פאלסט כסדר אראפ - זאלסטו זיך אויפשטעלן, געב נישט אויף, הייב זיך אויף; ווייל אויף אלע צדיקים איז איבערגעגאנגען נסיונות, אלע האבן געהאט די געפיל אז מען דארף זיי נישט, און נאר ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן - האבן זיי זוכה געווען צו וואס זיי האבן זוכה געווען. אזוי ווי רבי נתן האט אמאל גערעדט מיט אנשי שלומינו אז מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות; אינמיטן רעדן האט ער זיך צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות", זעט מען פון דעם אז אויף אלע צדיקים איז איבערגעגאנגען וואס איז איבערגעגאנגען, און נאר ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות.


גיי הפצה, זיי נישט סעלפיש און נאר טראכטן און קוקן אויף זיך; אז דו האסט געפונען די אוצר פון רבי'ן וואס מאכט דיר ליכטיג דיין לעבן - פארוואס זאלסטו דאס נישט געבן פאר אנדערע? אז דו וועסט גיין פארשפרייטן פאר אנדערע די ספרים, גליונות וכו' - וועסטו מתקן זיין וואס דו דארפסט מתקן זיין, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דורך צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן פאררעכט מען די עבירה פון פגם הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#636 - לאמיר אנטרינקען ביימער
התחזקות, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט גיין הפצה, דו זאלסט פארשפרייטן די גליונות און קונטרסים עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש זאגט (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף עוסק זיין אין הפצה אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


מיר פארן שוין אין צוויי וואכן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, זאלסטו קומען צום רבי'ן מיט טון די ווילן פון רבי'ן, וואס האט געוואלט מיר זאלן אלע עוסק זיין אין הפצה, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#635 - עס האט מיר אויסגעשעפט מיינע אלע כוחות
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


איך בעט איבער אז איך האב נישט געקענט נעכטן רעדן מיט ענק, איך האב נעכטן געהאט א שווערע טאג, מען האט מיך גערופן פון אינגל קעמפ אז מען האט געזען א קינד אריינלויפן אין וואלד און מען זוכט אים שוין אפאר שעה און מען ווייסט גארנישט פון אים.


איך בין געווען זייער באזארגט פון נאך שחרית ביז שפעט נאכמיטאג, איך האב זייער געוויינט צום אייבערשטן, איך האב געגעבן פינף הונדערט דאלער צו דרוקן דעם ספר אשר בנחל, איך האב געזאגט תהלים מיט גרויס געוויין, אויך האב איך זיך געווארפן אויף דער ערד מיט תפילה און תשובה צום אייבערשטן, און ברוך השם מען האט געטראפן דעם קינד, און אויך נאכדעם האב איך נישט געקענט אויפנעמען מענטשן, איך בין געווען אויסגעשעפט מיינע אלע כוחות.

#634 - העלפן דרוקן די ספרים, די גרעסטע זכות פאר'ן יום הדין
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


דאס וואס דו העלפסט דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים, דאס איז די גרעסטע זכות פארן יום הדין, און ווען מען וועט משפט'ן ראש השנה און יום הכיפורים, מען וועט לייגן אלעס אויפן וואגשאל, וועט מען לייגן ביי דיר אויך אלע מצוות ומעשים טובים פון די צענדליגער טויזנטער אידן וואס ווערן נתעורר לתשובה פון די ספרים, און דו וועסט זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, מיט דיין גאנצע משפחה.

#633 - ספר ותחיין את הילדים חלק ג', מהדורת זוסמאן
חינוך הילדים, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד אשר לעמיל נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין זייער פרייליך, מען האט מיר יעצט באוויזן די נייע חלק פון "ותחיין את הילדים – חלק ג'", איך זע אז דו האסט גענומען די זכות, "מהדורת זוסמאן".


ווי גרויס איז דיין זכות, וואויל איז דיין חלק בזה, און וואויל איז דיין חלק בבא, און די אלע מלמדים, מחנכים, טיטשערס און עלטערן וואס וועלן לערנען דעם ספר, וועלן מחנך זיין די קינדער און די תלמידים ותלמידות; וועט דאס אלעס גיין אויף דיין נאמען, דו וועסט עסן די שכר בזה ובבא.


א כתיבה וחתימה טובה.

#632 - די פיש אין וואסער ציטערן
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דעם מעלער זאל מאלן ווי א קינד שפילט און ווי א גרויס מיידל האלט אים פאר, אויך זאל זיין א וואסער אין דער זייט, און ווי א פיש שטעקט ארויס די קאפ מיט שרעקעדיגע אויגן.


איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר קינדערלעך פאר חודש אלול.


משה'לע שפילט, ער לויפט אהין און צוריק, ער האט א פארגעניגן, זיין גרויסע שוועסטער קען דאס נישט פארשטיין: 'אין אזעלכע הייליגע טעג ווי חודש אלול שפילט ער זיך...?' זי גייט צו צו אים און פרעגט אים: "זאג מיר משה'לע, אין אזעלכע הייליגע טעג שפילסטו זיך? דו ווייסט נישט וואס יעצט איז? מיר זענען שוין אין חודש אלול! אויך די פיש וואס שווימען אין וואסער ציטערן!"


דאס איז געווען דער הייליגער צדיק רבי משה פון קאברין זכותו יגן עלינו, ער פלעגט דאס שטענדיג דערציילן, אז ווען ער איז געווען א קינד האט אים זיין עלצטע שוועסטער דאס געזאגט, און פון דעמאלט איז אריין אין אים א פחד פון חודש אלול צו אויסניצן די טעג פון חודש אלול מיט לערנען און דאווענען.


טייערע קינדער, מיר גייען אויסניצן די טעג פון חודש אלול אויף צו לערנען און דאווענען, מיר גייען פאלגן טאטע און מאמע, מיר גייען זיך מער נישט קריגן מיט די ברידער און שוועסטער, מיר גייען זיין ערליך און טון נאר וואס דער אייבערשטער זאגט.


עד כאן המעשה.


טייערער יואל נרו יאיר, שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי ממשיך ביתר שאת וביתר עוז, טראכט נאך געדאנקען ווי אזוי און וואס מען קען מאכן פאר די יוגנט, אנשטאפן די קינדער מיט אמונה און מיט קדושה ויראת שמים.


איך שיק דיר די קונטרס "חודש אלול", זע דאס צו שיקן פאר זלמן לייב, ער זאל דאס אנגערייטן פאר יענקל, און פאר נאך מפיצים. דאס איז זייער א וויכטיגע "גליון", מענטשן ווערן מבולבל פון די פחד פון אלול, מען ווייסט נישט וואס צו טון, און דער הייליגער רבי מיט זיינע עצות איז מיישב הדעת מען זאל וויסן ווי אזוי אויסצוניצן די חודש מיט די ריכטיגע הכנות.


פריי זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, הלוואי וועסטו שוין ענדיגן ארויסגעבן דעם פירוש שפתי תפתח אויף ליקוטי מוהר"ן, וואס אלע ווארטן אויף דעם בכליון עיניים.

#631 - יעדע מיידל זאל האבן א פלאץ צו שיין און זיין מעכטיג
חינוך הילדים, הפצה, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


די ציל פון אונזער פלעי אין "בית פיגא" איז, אז די מיידלעך זאלן אויפלעבן און זיך שפירן גוט, ספעציעל די מיידלעך וואס האבן נישט דורכן יאר א פלאץ וואו צו שיינען און זיין מעכטיג, ביי א פארשטעלונג (פלע"י), קענען זיך אלע עפענען און שפירן ווי זיי זענען חשוב.


על כן, אז איר האט די זכי' צו מאכן די פלעי, זאלט איר זיך גוט אומקוקן אויף יעדע איינציגסטע תלמידה, און ספעציעל אויף די תלמידות וואס זענען שטיל און איידל, זיי געבן א חשוב'ע פלאץ און א שיינע חלק ווי זיי זאלן זיך קענען עפענען און שיינען.


אויך קען די פלעי זיין פאר הפצה, מען זאל רופן משפחה און גוטע פריינד, און אזוי אויך פרויען און מיידלעך פון קעמפס און קאנטריס, זיי זאלן הערן דעם רבינ'ס ספורי מעשיות מיטן טאנץ און מיטן ניגון, אבער העיקר וואס איך צאל די גרויסע קאסט פון די פלעי – איז פאר די תלמידות זעלבסט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#630 - ארבעטן פאר די מוסד
הפצה, צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל אננעמען צו זיין סעקרעטערי אין אפיס צו איינקאסירן שכר לימוד, זאג איר אז דאס איז א הייליגע ארבעט, דאס איז נישט קיין שלעכטע ארבעט; שלעכט איז מען ווען מען לאזט לויפן די מוסד, מען מאנט נישט איין שכר לימוד, דעמאלט איז נישטא קיין געלט צו באצאלן די מלמדים, און די מלמדים וועלן זיך צעלויפן און מען וועט חס ושלום דארפן שליסן די מוסד (הי' לא תהי'); זיי איר מחזק אז זיין א שטארקע סעקרעטערי איז די גרעסטע זכות וואס מען קען נאר האבן, ווייל אזוי קען מען צאלן די טייערע מלמדים אין צייט.


הלוואי וואלסטו אויך גענומען עפעס אן ארבעט אינעם מוסד, א שאד די לעבן זאל אריבערגיין מיט ארבעטן ביטער שווער, און אויף דער עלטער געבט מען זיך א כאפ, מען פרעגט זיך: "וואס און ווען און פאר וועם האב איך געארבעט מיינע זיבעציג יאר?" ענדערש ארבעטן אינעם מוסד, בויען תורה, בויען די מלכות דקדושה.


אז דיין ווייב וועט קומען ארבעטן ביי די שכר לימוד דעפארטמענט וועט דאס זיין א גרויסע זכות, און אז זי וועט רעדן שטארק, זי וועט מאנען די געלט וואס קומט אונז – וועט דאס זיין די גרעסטע רחמנות וואס איז דא.

#629 - מיין קאפ און הארץ איז אין די מוסדות אין ארץ הקודש
חינוך הילדים, הפצה, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב ערהאלטן די באריכט.


וואס הייסט איך בין נישט דא? וואס הייסט איך האב נישט שייכות מיט ענק? עס איז נישט ריכטיג, איך בין יא דא מיט ענק, און איך ווארט צו הערן דיינע טעגליכע באריכטן פון די מוסד, יעדע פרט פון יעדן תלמיד און תלמידה, מיין קאפ און הארץ איז דארט אזוי ווי אין אמעריקע. און דאס וואס דו טענה'סט אז איך קום נישט, איך קום נאר איין מאל א יאר וכו'; איך וויל דיר פרעגן, ווי איז שייך איך זאל קומען, איבער לאזן מיין ווייב מיט די קליינע קינדער? איך פאר שוין אוועק קיין אומאן צום רבי'ן אויף ראש השנה, און אויך קום איך קיין ארץ ישראל איין מאל א יאר, ווי קען איך דאס טון צו מיין משפחה?


איך האב הנאה יעדע מאל דו שיקסט מיר א באריכט פון חדר; אמאל פלעגסטו שיקן יעדן טאג, לעצטנס האסטו אויפגעהערט שיקן, איז ווי אזוי קען איך זיין מיט ענק ווען מען דערציילט נישט וכו'? איך האב הנאה פון די פראגראם פון די מטבעות בימי חז"ל, ווי מען ארבעט מיט די קינדער זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ, און יעדע מאל באקומט מען א קארטל, א מטבע, און אלץ טוישט מען דאס אויף אויף העכערע מטבעות, אזוי לערנען זיך די קינדער אויס די נעמען פון די מטבעות, וועט זיי זיין גרינגען צו לערנען גמרא.


זייער גוט אז דו פארמאכסט די קווארטיר אין ירושלים, געענדיגט מיט די קווארטיר, עס מעג נישט זיין א דירה אן קיין אחריות, און אויך אז די בחורים קומען נישט צייטליך - וואס דארף מען די גאנצע זאך?


איך בין נישט צופרידן אז דו האסט פינף איינגעשטעלטע פאר דרייצן קינדער אין די חדר אין שטאט טבריה; זיי מיר מסביר וואס דארפן זיי פינף מלמדים? דאס איז הפקירות, דאס איז נישט ריכטיג; זע צו פארשיקן דריי מלמדים, עס פעלט נישט אויס מער ווי צוויי מלמדים. איך האב יעצט פארשיקט פון די וויליאמסבורג חדר מלמדים, ווייל רוב אנשי שלומינו האבן זיך אוועק געצויגן אין שטעטל, עס זענען געבליבן דריי קינדער א כיתה, ווי קען איך אויסהאלטן א מלמד, אים צאלן א יאר געהאלט - פאר דריי קינדער?


אויך וויל איך דיר בעטן, אז היות די חדר אין בית שמש ווערט גרעסער און גרעסער זאלסטו זיך אריינלייגן בעיקר דארט צו זיין מנהל, איך וועל רעדן צו יוסל ער זאל זיין דער מנהל אין זיין חדר אין טבריה, מען דארף נישט א מנהל מיט מלמדים פאר דרייצן קינדער. אין בית שמש איז דא פופציג קינדער כן ירבו, דארף מען יא האבן נאך מלמדים; וויל איך דיר בעטן דו זאלסט אויפנעמען נאך צוויי מלמדים, (און אויב דו וועסט מער נישט זיין טרוד מיט פארן קיין טבריה, אפשר קענסטו אליינס זיין א מלמד).


בנוגע די מיטינג וכו'; זייער גוט אז דו האסט נישט קיין שום שייכות מיט די געלט, אזוי וויל איך דו זאלסט ווייטער טון, אזוי וועסטו קענען לייגן דיין קאפ נאר אין חדר, זען אז די קינדער זאלן באקומען ליבשאפט און ווארעמקייט אינאיינעם מיט אמונה ויראת שמים.


איך האף בקרוב וועט מען קענען באצאלן אלע מלמדים און אלע איינגעשטעלטע. איך האב געזאגט פאר ר' אהרן וועבערמאן ער זאל ענק זאגן אז אין אמעריקע האט מען אויך נישט געצאלט די מלמדים, מיינט נישט אז ענק זענען אזוי ווי א שטיף קינד, און כאילו אין שטעטל איז יא דא צו צאלן, דא איז מען אויך צעדריקט, איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב ממש וועט זיין א נס, מען וועט אלעמען באצאלן.


עס איז גוט אז עס איז געווארן אזא מצב, אזוי קען מען אוועק שטעלן די חדר און די בית פיגא ריכטיג, נישט שווענדן געלט אין מיסט, (וואס אזוי איז די פאקט, אז ווען עס גיסט געלט קען מען נישט טראכטן וואס מען דארף טאקע און וואס מען דארף נישט).


דראפע זיך און דערהאלט זיך, און לייג אריין א שמחה אין די קינדער, און אויך פארגעס נישט פון די מלמדים, זיי געבן ווארעמקייט; אז דו וועסט שמייכלען צום מלמד, דו וועסט געבן פארן מלמד א גוט ווארט; נישט א געמאכטע ווארט, אן אמת'ע גוט ווארט - וועט עס אים שטארקן, עס וועט אים געבן כח צו קענען פרייליך מאכן די כיתה, אלע תלמידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#628 - מענטשן זענען צעמישט וואס איז התקרבות לצדיק
התחזקות, הפצה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך זע אז מענטשן זענען צעמישט וואס איז התקרבות לצדיק, ווי אזוי איז מען נאנט צום צדיק, ווער איז נאנט און ווער איז נענטער, און וואס דארף מען פרעגן און וואס דארף מען דערציילן.


וויסן זאלסטו, התקרבות לצדיק איז לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים (אין דעם איז נכלל הערן שיעורים וואס מען רעדט דעם רבינ'ס עצות), און טון די עצות פון הייליגן רבי'ן; די ערשטע עצה איז - זיך אויסרעדן דאס הארץ יעדן טאג צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד, און ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע, דערציילן פארן אייבערשטן ווי שטארק מען וויל זיין ערליך, ווי שטארק מען וויל זיין אפגעהיטן, און ווי שווער עס גייט, ווי מען האלט אין איין פאלן; דאס איז התקרבות לצדיק.


אנשטאט רעדן פון דעם און יענעם, אנשטאט זיין פארנומען מיט נארישקייטן - הייב אן טון למעשה די עצות פון רבי'ן, וועסטו זוכה זיין צו ווערן איינגעגעסן אינעם צדיק און נכלל ווערן אינעם אייבערשטן.


איך בעט דיר מאך מיר נישט די קאמפיין אבי יוצא צו זיין, מאך עס מיט דיין הארץ, נעם אראפ פון מיר די שווערע חובות; איך קען עס נישט מער נעמען, עס שוואכט מיך אפ פיזיש, עס נעמט כוחות פון מיר, לייג אריין דאפלטע כוחות פון פאראיאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#627 - מקרב זיין מענטשן, אבער נאר מיט די תורה
צניעות, התחזקות, הפצה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג נישט צו ענטפערן קיין אימעיל פון פרויען און מיידלעך, השמר והזהר, זאלסט שטיין ווייט פון די סארט מצוות, ווייל דו קענסט אנקומען און אראפפאלן אין שאול תחתית ומתחתיו רחמנא לצלן.


קענסט איבער געבן די אימעיל אדרעסס פאר די קרן הדפסה וואס שיקן ארויס אויטאמאטיש אימעילס פון חיזוק פאר אלעמען, אבער דו פריוואט זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן אן אימעיל פון א פרעמדע פרוי, אויך נישט קיין טעקסט מעסעדזש, ווייל מען קען אזוי אראפפאלן און מען קען אלעס פארלירן, אין איין אויגן בלינק קען מען בלייבן אן די ווייב, אן די קינדער און ווערן פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.


געב זיך אכטונג פון די יצר הרע וואס פארשטעלט זיך מיט מצוות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א), ווי אזוי הייבט דער יצר הער אן פארנארן דעם מענטש? דורכדעם וואס ער איז זיך מתלבש במצוות, צו יעדן איינעם קומט ער מיט א צווייטע לבוש; אז מען קען אויפטון, מען קען צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; דאס איז טאקע אמת, דאס איז טאקע די גרעסטע זאך, אבער די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה פד, ד): "אַבְרָהָם הָיָה מְגַיֵּר אֶת הָאֲנָשִׁים", "וְשָׂרָה מְגַיֶּרֶת אֶת הַנָּשִׁים", און שרה האט זיך געפארעט מיט די ווייבער; די תורה לערנט אונז ווי אזוי עוסק צו זיין אין הפצה, אין קירוב רחוקים; די מענער זאלן זיך באשעפטיגן מיט מענער און פרויען מיט פרויען.


ראה הזהרתיך.

#626 - אפשרייבן די שיעורים אויף א גרינגן וועג
הפצה, מוסדות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב געזען די נייע שיינע קונטרסים אין אידיש און אין לשון הקודש, עס איז הערליך שיין, איך בין מקנא דיין זכות.


יעצט הער איך אז מיט די פארגעשריטענע טעכנעלאגיע קען מען נעמען א גאנצע שיעור וואס איז געזאגט אין אידיש, און ביז אפאר סעקונדעס קומט ארויס די גאנצע שיעור אפגעטייפט ווארט ביי ווארט. ווען איך האב דאס געהערט האב איך באלד געטראכט פון דיר מיט דיין חבר ... נרו יאיר, וואס ענק זיצן שעות אויף שעות טעג אויף טעג אפצוטייפן מיינע שיעורים; א שאד אויף די צייט, א שאד די הארעוואניע, קענסט נעמען א גאנצע פייל מיט שיעורים און דאס מאכן פאר ספרים אין אפאר סעקונדעס. קענסט צוריק נעמען די מלמדות און אויך ארויסגעבן די ספרים, ווייל מיט די טעכנעלאגיע גייט דאס אין סעקונדעס.


שטארק זיך מיט די עצה פון התבודדות, גיי יעדן טאג א שפאציר און שמועס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, ווי דו ווילסט זיין ערליך, ווי דו ווילסט זיין דבוק צו אים, און וואס עס גייט אלץ אריבער אויף דיר; דאס וועט דיך ברענגען צו א שטארקע דביקות, דו וועסט באקומען גדלות המוחין, און צו תשובה שלמה.

#625 - העלפן מיט די יערליכע קאמפיין
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


נעכטן נאכט נאך מעריב בין איך געזיצן ביי א גרופע אינגעלייט וואס גייען אויך די יאר העלפן די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", מיר האבן גערעדט צוויי און א האלב שעה ווי אזוי מיר קענען מאכן אז אלע אנשי שלומינו זאלן טון דאס מערסטע צו שאפן געלט פאר די מוסדות און קהילה.


עס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז דו ביסט נישט געקומען, איך האב זיך נאכגעפרעגט אויף דיר.


איך וויל דיך מחזק זיין, די הייליגע חכמים זאגן (עיין במדבר רבה כב, ד): "המתחיל במצוה אומרים לו גמור", די וואס הייבן אן טון – דארפן אסאך חיזוק נישט אפצולאזן, 'אומרים לו', מען דארף אים זאגן: "ברודער לויף נישט אוועק, לאז נישט אפ, 'גמור', ענדיג טון די גוטע זאכן".


וואס מיינסטו, איך קען נישט אנטלויפן? איך קען נישט אפלאזן (חס ושלום)? איך וויל נישט אנטלויפן, איך וויל נישט אפלאזן, דער הייליגער רבי זאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכט): "איך וויל אויספירן און איך וועל ענדיגן".


איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר אויך די יאר און אויך אלע יארן העלפן מיט די קאמפיין, סיי אליינס גיין נאך געלט, און סיי מחזק זיין אנשי שלומינו, אלע זאלן גיין נאך געלט און זיך נישט שעמען פון קיינעם.

#624 - זיך אנשליסן צו קאמפיינען פאר די קהילה און מוסדות
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


בני הרב ... שליט"א


איך האב גרויס נחת פון דיר און פון דיין איידעלע ווייב מיט דיינע זיסע ליכטיגע קינדער.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", איך מאך די חשבונות פון די אלע קאמפיינס אינאיינעם, האסטו מיר געהאלפן ברענגען צדקה פאר די קהילה און מוסדות אכט טויזנט פיר הונדערט און ניין דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר און איך בעט דיר, אויך די יאר זאלסטו זיך אנשליסן צו קאמפיינען און גיין נאך געלט פאר די קהילה און מוסדות.


אויך זאלסטו ממשיך זיין א גאנץ יאר מיט דיין פריוואטע צדקה קאסע צו העלפן משפחות הנצרכים אין די קהילה, בפרט תלמידי חכמים הלומדים מתוך הדחק.

#623 - עודך א קאמפיין
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בין זייער צופרידן פון דיינע בחורים, איך האב זיי זייער ליב, איך זע ווי זיי ווערן מער און מער ליכטיג בתורה ויראת שמים; געב זיי איבער, זאלן זיי וויסן אז איך האב זיי ליב.


איך וויל בעטן די יאר, קומענדיגע וואך, מאך איך עודך א קאמפיין, איך ווייס אז אנשי שלומינו האבן שוין נישט קיין כח און געדולד פאר דעם, אבער איך האב נישט קיין ברירות, איך האב געמאכט חובות פאר די קהילה און מוסדות, און איך דארף דאס באצאלן.


איך זע אז די פריערדיגע יארן, דורכאויס די אכט קאמפיינס וואס איז געווען, האסטו געברענגט צדקה געלט די שיינע סכום פון צוואנציג טויזנט אכט הונדערט צוויי און אכציג דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך בעט דיר אויך די יאר זאלסטו מיר העלפן.

#622 - שעם זיך נישט פון קיינעם, בעט פון יעדן צדקה פאר'ן קאמפיין
הפצה, צדקה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט שטארק מיט דיין גוטע גדר נישט אריינצונעמען אין שטוב די סמארטפאון און טעבלעט, איך פריי זיך אז מיין ארבעט פון מחזק זיין אזויפיל יארן – גייט נישט לאיבוד, און ביים סוף נעמט מען אן אז א אידישע שטוב גייט נישט מיט א טעלעפאן.


קומענדיגע וואך מאך איך דעם יערליכן דרייוו אז אלע מיינע תלמידים זאלן גיין נאך געלט, איך קוק איבער די חשבונות פון די פריערדיגע קאמפיינס, זע איך אז די פריערדיגע זיבן קאמפיינס האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה א חשבון פון צוויי הונדערט זעקס און דרייסיג, פינף הונדערט און דריי טויזנט דאלער, נאר פון גיין נאך געלט ביי די קאמפיין, אויסער וואס דו העלפסט די מוסדות א גאנץ יאר.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מיך די יאר אויך העלפן גיין נאך געלט, שעם זיך נישט פון קיינעם, בעט פון יעדן איינעם, און זיי מחזק דיינע חברים תלמידי הישיבה זיי זאלן זיך אלע אנשטרענגען די איין מאל אין יאר פאר מיר און פאר זיי.


בלייב שטארק מיטן נישט אריינברענגען אין שטוב די טעלעפאן, טעבלעט וכדומה, אזוי וועסטו האבן א הייליגע שטוב, הייליגע דורות.

#621 - עס איז ענקערע חובות צו בויען די שיינע קהילה מיט די מוסדות
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך דארף דיין הילף, איך מאך די יאר נאכאמאל א קאמפיין פאר אונזערע מוסדות, איך בעט דיר אז אויך די יאר זאלסטו מיר העלפן, אבער נישט אבי יוצא צו זיין, נאר מיט די גאנצע הארץ.


די לעצטע אכט יאר האסטו זייער שיין געברענגט, די חשבונות זענען אז דו האסט געברענגט איבער דרייסיג טויזנט דאלער (31,375), דאס איז נאר פון גיין נאך געלט, אויסער דעם וואס דו העלפסט מיר א גאנץ יאר ווען עס פעלט נאר אויס, איך האף דו וועסט מיר העלפן און אויך אנווארעמען אנשי שלומינו, ווייל איך קען זאגן מיט א ריינעם אמת אז עס איז נישט מיינע חובות, עס איז ענקערע חובות צו בויען די שיינע קהילה מיט די מוסדות.

#620 - קאמפיין מיט הארץ און געפיל, נישט אבי יוצא צו זיין
הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנטריאל קאנאדע


שטארק זיך אין הפצה, רק הפצה, כל היום הפצה, ועוד מעט הפצה; דאס איז דיין תיקון בזה ובבא.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", איך מאך די חשבונות פון די פריערדיגע יארן, איך זע אז די לעצטע פינף יאר האסטו קאמפיינט און געהאלפן מיר בויען די מוסדות און קהילה, אלעס אינאיינעם האסטו געברענגט אכט טויזנט צוויי הונדערט און זעכציג דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך בעט דיר זייער אז די יאר זאלסטו אויך קאמפיינען, אבער נישט אבי יוצא צו זיין, נאר מיט די גאנצע הארץ און געפיל.