בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות וואס דו האסט מיט דעם וואס דו העלפסט מיר איך זאל קענען אנגיין מיט די הייליגע מוסדות.
איך האב באקומען שטארקע חיזוק פון ... רבי שליט"א; פאריגע וואך האב איך אים געטראפן ביי א משפחה שמחה, ער האט מיר זייער מחזק געווען איך זאל נישט אפלאזן די ארבעט פון מחזק זיין בחורים, אפילו עס איז דא טענות וכו'.
מיר זענען געשטאנען אין גאס, ווייזט ער מיר: "קוק, א קאר וואס איז פארקירט מאכט נישט קיין עקסידענטס, א קאר וואס פארט מאכט עקסידענטס; אזוי אויך איינער וואס טוט גארנישט, אויף אים האט מען נישט קיין טענות, ער איז אזוי ווי א געפארקטע קאר, מה שאין כן דער וואס טוט, אויף אים איז דא טענות".
איך האף דו וועסט זיך שטארקן מיט די ווערטער, נישט שוואך ווערן ווען מען רעדט וכו' און מען האט טענות.