בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויף יענע וועלט איז מען מקנא דער וואס איז משמש דעם רבי'ן
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


יישר כח פאר'ן העלפן מיט די חדר, סקול, קעמפ וכו'; וואס מיר טוען - טוען מיר נאר פאר אונז, דאס באדינען דעם רבי'ן - דאס איז פאר אונזער תיקון, עס וועט קומען א צייט וואס מיר וועלן זען וואס דאס מיינט משמש זיין דעם רבי'ן; אויף יענע וועלט איז מען מקנא דער וואס איז משמש דעם רבי'ן.


בנוגע די טרענספארטעישן וכו'; איך וועל רעדן צו הבחור ... ער זאל אראפנעמען דעם עול פון טרענספארטעישן פון דיר, ער זאל זיין אחראי אויף דעם במשך די זומער וואכן.


איך שיק דיר ארויס צוויי בחורים זאלן דיר העלפן אנגרייטן די בנין פאר די אינספעקשן.


בנוגע קעמפ; רעד צו די משפחות און צו די מיידלעך זיי זאלן נישט לייגן קיין פאפיר און ווייפס אין די בית הכסא, עס מאכט חרוב די סוער.


אויך זאלסטו זען די משפחות און די מיידלעך זאלן אכטונג געבן אויף ריינקייט, עס זאל זיין ריין אזוי ווי עס פאסט פאר'ן רבינ'ס פלאץ.


בנוגע די מיידלעך וואס קריכן ארויף אויפ'ן פרידזשידער; זיי זענען לעבעדיג, דערפאר קריכן זיי, טראכט נישט אז זיי זענען שלעכט, זיי זענען געזונטע קינדער; זאג זיי שטרענג אן זיי זאלן דאס נישט טון.