בעזרת ה' יתברך
ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
נעכטן האב איך געגעבן א שיעור אין מאנסי אין בית המדרש היכל הקודש; פארן שיעור האב איך געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך האב נישט קיין כח צו פארן קיין מאנסי, איך פאר נאר פאר דיינעט וועגן, מחזק צו זיין אידישע קינדער, בעט איך דיר אייבערשטער אז ... און זיין ווייב זאלן לעבן בשלום; איך געב אוועק די זכות פון די שיעור פאר זיי, אז זיי זאלן שוין זוכה זיין צו זיין באליבט איינער ביים צווייטן".
איך בעט דיר ליבער ברידער, געב שיינע ווערטער פאר דיין ווייב, נאר דו וועסט מרוויח זיין דערפון; איך ווייס אז דו ליידסט פון איר, איך ווייס אז זי דערקוטשעט דיר וכו'. אבער גלייב מיר, איך ווייס וואס איך רעד; דו קענסט אלעס מהפך זיין לטוב, רעד שיין צו איר אפילו עס קאסט דיר דיין געזונט, ווייל אז זי וועט דיר איבערלאזן וועט דיר זיין גאר ביטער, איך זע שוין וואס דא גייט זיין השם ירחם, דערפאר בעט איך דיר, שטארק זיך אויף דיין נאטור, כאטשיג איך ווייס אז זי רעדט נישט צו דיר ווי עס דארף צו זיין, אבער אויב דו וועסט רעדן שיין צו איר וועט זיך אלעס טוישן.
איך האב נישט קיין כח צו הערן ווי אינגעלייט קריגן זיך; עס נעמט מיר ארויס אלע מיינע כוחות.
איך האף אז דו וועסט עס קענען באווייזן וועסטו זיין א העלד.