בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן צמח צדק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז זיין ווייב גרויסט זיך אויף אים, זי דערנידערט אים און זי טשעפעט אים. האט דער הייליגער צדיק אים געזאגט: די תורה זאגט (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר חוה אז זי וועט גליסטן נאכ'ן מאן און דער מאן וועט געוועלטיגן איבער איר, און דער צמח צדק האט אויסגעפירט: "דאס גייט אינאיינעם, און אויב טוישט מען אויף דעם ערשטן חלק, מען גליסט צו איר, דאן טוישט זיך דער צווייטער חלק און זי ווערט די געוועלטיגער".
אז דו וועסט נאכלויפן דיין ווייב וכו' וועט זי באלעבאטעווען אויף דיר; אבער אז דו וועסט זיך אריין טון אין תורה, תפלה און בעיקר אין הפצה דאן וועט זי דיר ארויפקוקן.
איך האף אז דו פארשטייסט אויפן ווינק וואס איך שרייב דיר דא; אז דו וועסט זיך אזוי פירן וועט דיר גוט זיין און דו וועסט האבן א גליקליך לעבן.
איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים.