בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן, וועסטו ארויסגיין פון חובות
כיבוד אב ואם, חובות, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וואונדער זיך פארוואס דו דערציילסט נישט די גוטע נייעס פאר דיינע עלטערן, אז עס איז דא נייעס ביי ענק; וויפיל וויינען דיינע עלטערן צאם פאר דיר דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט קינדער און יעצט ווען עס איז דא נייעס זאגסטו זיי נישט? דו ביסט נישט גערעכט.


בזכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן וועסטו ארויסגיין פון אלע דיינע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.