בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#373 - פרענדס טוישן זיך, אבער א מאמע בלייבט א מאמע
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, מוהרא"ש, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, נישטא קיין גרעסערע זאך פאר א מיידל וואס זיך צו מקבל זיין אדער מאכן עפעס א סגולה וכו' - ווי זיך מקבל זיין צו העלפן מער די מאמע.


איך בעט אייך זייער, זייט נישט ווי די מיידלעך וואס זענען פארנארט מיט פרענדס, יעדע איבריגע מינוט וואס מען האט - רעדט מען מיט פרענדס, מען שפאצירט מיט פרענדס, מען גייט מיט פרענדס וכו'; פרענדס זענען אזוי ווי קליידער, היינט טוט מען עס אן און מארגן לייגט מען עס אין מיסט, אזוי זענען פרענדס, אבער א מאמע בלייבט א מאמע; א מאמע איז די איינציגסטע פרענד, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט.


יעצט ווען ענק האבן געהאט א צווילינג למזל טוב דארפט איר מער העלפן, אז אייער מאמע זאל זיך קענען אביסל אפרוען און קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


בנוגע וכו'; איך וויל נישט זאגן אנדערש ווי אייער טאטע מאמע, איר האט טייערע עלטערן, און איך גיי נישט זאגן אנדערש וואס זיי זאגן; פרעגט אייערע עלטערן אויב זיי זענען מסכים, און אויב זיי זאגן יא איז גוט איר זאלט עס האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#372 - זעט נישט אויס שכל'דיג אז עס וועט קומען א שידוך
כיבוד אב ואם, שידוכים, אמונה, סבלנות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, ב' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט כיבוד אב ואם, און אפילו עס איז אייך זייער שווער - שטארקט איר זיך מיט אלע כוחות צו מכבד זיין אייערע עלטערן וכו'.


בנוגע א שידוך, שידוכים האט נאר מיטן אייבערשטן, עס האט נישט מיט קיינעם אנדערש, נאר דער אייבערשטער אליינס מאכט שידוכים, און אפילו עס זעט נישט אויס שכל'דיג אז עס וועט קומען א שידוך - דארף מען גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט שידוכים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפינען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים - אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת"; זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


בעטס יעדן טאג דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און האט סבלנות, מען דארף אויסווארטן ביז דער אייבערשטער וועט העלפן, און בעטן און בעטן אן אויפהער, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים הַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#371 - וואשן נעגל וואסער ביים בעט
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, נעגל וואסער, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די ערשטע זאך ווען איר שטייט אויף - זאלט איר זיך אפגיסן נעגל וואסער, טרעטס נישט אראפ פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער, און אז אייער מאמע רופט אייך, זי ווארט אז איר זאלט איר קומען העלפן - זאלט איר זיך ערשט אפגיסן נעגל וואסער און שנעל לויפן צו איר, אבער חס ושלום אראפגיין פון בעט אן נעגל וואסער, ווייל אז מען גיסט אפ נעגל וואסער ביים בעט - נעמט מען אוועק פון זיך אלע טומאות און אלע מזיקים.


זעט צו העלפן אייער מאמע, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי העלפן א מאמע, ווען מען העלפט א מאמע מאכט מען א נחת רוח פארן אייבערשטן און מען איז זוכה צו באקומען א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#370 - א גאלדענע הערליכע לעבן, מיט כיבוד אב
כיבוד אב ואם, עזות, איבערבעטן, טאטע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך ווייס אז דו ביסט אריבער שווערע יארן מיט דיין טאטע און נאכאלץ גייסטו אריבער שווערע טעג מיט אים, אבער וויסן זאלסטו, דאס איז נישט קיין תירוץ אויף זיין א מחוצף און אן עזות פנים.


וויסן זאלסטו, מען טאר נישט טענה'ן מיט א טאטע, מען טאר נישט ענטפערן אדער זאגן פארקערט; אז דיין טאטע זאגט דיר זאכן וואס דו ווילסט נישט - טארסטו נישט זאגן אנדערש, ווייל "עז פנים לגיהנום" (אבות ה, כ), מען באקומט גיהנום אז מען ענטפערט טאטע מאמע; און אז עס איז דיר נישט מעגליך נישט צו ענטפערן - זאלסטו גיין שלאפן ביי א צווייטע דירה, און אז דו האסט נישט וואו צו שלאפן - זאלסטו ענדערש בלייבן שלאפן אין ישיבה ווי איידער חס ושלום אהיים גיין און זיך מתחצף זיין.


איך בעט דיר, בעט איבער דיין טאטע, און זיי זיך מקבל אז מהיום והלאה עפנסטו נישט דיין מויל אים צו ענטפערן מיט חוצפה, און אז ער זאגט דיר זאכן וואס דו ווילסט נישט - זאלסטו בלייבן שטיל און חס ושלום ענטפערן.


אז דו וועסט מכבד זיין דיין טאטע - וועסטו האבן א גאלדענע הערליכע לעבן, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די שיינע לעבן וואס מען באקומט פארן טון די מצוה, ווייל אויף אלע מצוות באקומט מען נישט שכר דא אויף די וועלט, נאר שפעטער ווען די נשמה גייט ארויף אין הימל - דעמאלט איז די צייט צו באקומען שכר, אבער אויף די מצוה פון כיבוד אב ואם באקומט מען דא אויף די וועלט שכר (משנה פאה א, א).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#369 - ווי אזוי פירט מען זיך שבת ביי די עלטערן?
כיבוד אב ואם, דרך ארץ, שווער און שוויגער, שבת, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק האבן חתונה געהאט דארפן ענק געדענקען פון ענקערע עלטערן, מען דארף יעדן טאג רופן די עלטערן און מען דארף גיין אויף שבתים צו די עלטערן, עס מאכט נישט אויס אויב עס איז יא באקוועם אדער נישט, מען דארף טון וואס איז ריכטיג, בפרט דיין טאטע מאמע וואס זענען שוין עלטער, דו ביסט דער יונגסטער ביי זיי, דארפסטו גיין אויף שבתים עסן ביי זיי, און אויך צו דיין שווער און שוויגער דארף מען גיין.


אויך זאלסטו זיצן מיט א פארמאכטע מויל ביי דיינע עלטערן, און ביי דיין ווייב'ס עלטערן. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, ז), דאס איז דער סימן פון א חכם, ער רעדט נישט ווען עלטערע און קלוגערע זענען נעבן אים; נאר אז מען פרעגט דיר און מען בעט דיר דו זאלסט עפעס זאגן אדער דערציילן – זאלסטו רעדן און דערציילן, אבער סתם אזוי זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ, מיט א פארמאכטע מויל, מיש זיך נישט אין די חינוך, זיי נישט מחנך דיינע געשוויסטער אדער דיין ווייב'ס געשוויסטער, און טייל נישט איין ווען מען זאל בענטשן און וואס מען זאל געבן צו עסן, און אז דו האסט א געוויסע חלה וואס דו גלייכסט – קענסטו דאס עסן אין שטוב, עס איז נישט שיין צו ברענגען צום שווער עסן ווען עס איז אומגעבעטן וכו'.


איך וויל רעדן מיט דיר פנים בפנים, דיר אויסלערנען הלכות דרך ארץ, א-ב פון איידלקייט ווען מען גייט צו עלטערן.

#368 - טראכטן פאזיטיוו, און ווארטן מיט געדולד
כיבוד אב ואם, סבלנות, עצבות, מחשבות, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


זארגט נישט, נאך אביסל וועט איר האבן אייער שידוך, ווערט נאר נישט צעקוועטשט פון טראכטן אז עס מוז שוין זיין היינט; די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה", ווער עס עקשנ'ט זיך, ער זאגט 'עס מוז יעצט געשען דאס און דאס – "הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ" ווערט צעדריקט, מען פארלירט די מח; זארגט נישט, איר וועט א כלה ווערן; נאר איין זאך, העלפט אין שטוב, זייט מכבד טאטע מאמע.


זעט צו האבן גוטע חבר'טעס, איר קענט בלייבן מיט די חבר'טעס וואס האבן שוין חתונה געהאט, עס מוז נישט זיין דוקא חבר'טעס וואס האבן נאכנישט זייער שידוך, און ווארטס מיט סבלנות, און הערט נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך.


די גרעסטע עבודה איז אוועק שטופן די עצבות, אוועק שטופן די מרה שחורה, די נעגעטיווע מחשבות וואס האקט אין קאפ אז מען וועט קיינמאל נישט געהאלפן ווערן חס ושלום, מען דארף פארטרייבן די מחשבות, מען דארף טראכטן פאזעטיוו און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן, איר האט זייער טייערע עלטערן, זייער איידעלע וואוילע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#367 - איך וויל דו זאלסט היינט צונעמען דיין סוכה
כיבוד אב ואם, שמחה, כעס, זריזות, סוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט היינט צונעמען דיין סוכה, זיי נישט פויל זיי א זריז, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן; אז דו וועסט אפשטופן אויף מארגן - וועסטו זיך טרעפן חנוכה מיט די סוכה נישט צאמגענומען. און אויך זאלסטו היינט אריבער גיין צו דיינע עלטערן מיט דיינע ברידער און היינט העלפן דיין טאטע צונעמען די סוכה און דאס אוועק לייגן, ווייל זריזות איז אזוי הייליג, עס ברענגט צו די העכסטע מדריגות. אין חב"ד זאגט מען: "א קלוגער טוט היינט און א טיפוש זאגט 'מארגן וועל איך טון'".


זע אין שטוב זאל זיין רואיג, עס זאל זיין שמחה, און עס זאל חס ושלום נישט זיין קיין כעס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", קינדער וואקסן אויף שוטים ווען דער טאטע רעגט זיך; כעס אין שטוב מאכט חרוב די קינדער, אפגערעדט אז עס נעמט אוועק די פרנסה און עס מאכט חרוב דאס לעבן, און קיינמאל זאלסטו נישט שרייען אויף דיין ווייב, און קיינמאל איר נישט וויי טון - וועט די שכינה זיין ביי דיר אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#366 - ביידע עלטערן זאלן אינטערפירן, אפילו ס'איז זייער שווער
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, שלום, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ליבער טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט בויען א בית נאמן בישראל מיט הצלחה אין אלע ענינים.


איך וויל דיר בעטן זייער א הייקעלע (סענסיטיווע) זאך, אז יעצט ווען דו גייסט בויען דיין שטוב – זאלסטו מאכן א נחת רוח פאר די שכינה הקדושה, דו זאלסט לאדענען ביידע פון דיינע עלטערן זיי זאלן קומען צו די חתונה, און זאלסט יעדן מוחל זיין.


איך ווייס אז איך ווייס גארנישט וואס דו ביסט אלץ אריבער, ווי מען האט דיך געפייניגט ה' ישמרינו, דאך דאך דאך, יעצט ווען דו גייסט בויען דיין שטוב, א היים – דארפסטו פרייליך מאכן די שכינה הקדושה וואס בעט זיך דו זאלסט רופן דיינע עלטערן און זיי זאלן דיך אונטערפירן.


איך בעט דיר ווער נישט בייז אויף מיר און צערייס נישט די בריוו, און אפילו עס איז דיר שווער – זאלסטו עס טון. איך זאג דיר צו בהבטחה גמורה וחזקה, אז אויב דו וועסט טון די מסירות נפש, דו וועסט לאדענען ביידע עלטערן, טאטע און מאמע, און זיי בעטן זיי זאלן דיך אונטערפירן, אפילו זיי זענען גע'גט און שוין נאכאמאל חתונה געהאט, זאלסטו זיך עקשנ'ען אז דוקא זיי זאלן דיך אונטערפירן, זאג איך דיר צו אז דו וועסט זיין א גרויסער עושר און דו וועסט מצליח זיין און האבן די וועלט און יענע וועלט.


אויך זאלסטו מחזק זיין דיין כלה זי זאל אויך רופן אירע עלטערן, ווייל ענק גייען דאך יעצט ברענגען דורות, איז וואס עפעס זאלן ענקערע קינדער ענק מכבד זיין...?


איך בעט איבער, און איך בעט: טו עס פאר די שכינה הקדושה, טו עס פאר דיר, פאר דיין עתיד, טו עס פארן אייבערשטן. טראכט פון זיך מוסר נפש זיין פארן אייבערשטן; וואלט א גוי געסטראשעט מיט א מעסער אז אויב דו גלייבסט אין באשעפער שטעכט ער אריין אין הארץ – וואלסטו זיכער געשריגן שמע ישראל... און זיך געלאזט שטעכן, און יעצט ווען עס איז שווער גייסטיש צו רופן די עלטערן – דארף מען טון רצון ה', אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וּבְכָל נַפְשְׁךָ", זאגן די הייליגע חכמים (ברכות סא:): "אפילו נוטל את נפשך", טראומא וכו'.

#365 - זיי זיך מקבל צו גיין באזוכן דיין טאטע
כיבוד אב ואם, התחזקות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


האסט מיך געפרעגט וואס זיך צו מקבל זיין, א גוטע זאך - לכבוד די גרויסע נס וואס דו האסט יעצט געהאט...


ליבער ברודער זיי זיך מקבל צו גיין באזוכן דיין טאטע, דו האסט אן אלטע טאטע; וואס מיינסטו, נאך וויפיל יאר וועסטו קענען מאכן די מצוה פון כיבוד אב... זאלסט גיין אים באזוכן, גיי שמועס מיט אים, און זע וואס דו קענסט העלפן ביי אים אין שטוב; לאז זיך אפ פון אלע אנדערע זאכן וואס דו טוסט טו די מצוה פון כיבוד אב, די תורה זאגט (שמות כ, יא): "למען יאריכון ימיך", דו וועסט לאנג לעבן.


האסט מיך געפאלגט ביז אהער און קוק ווי שיין זאכן זענען, זאלסטו מיר הארכן אויך מיט דעם, וועסט נישט חרטה האבן.

#364 - זוכט נישט קיין היתרים, עס קען קאסטן א טייערע פרייז
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, וואקסינען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאטלן אייער בריוו.


האט נישט מורא צו געבן שאט"ס פאר אייער קינד, דער רבי האט געזאגט מען מוז געבן שאט"ס (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד), דער רבי האט געזאגט (שם), ווער עס געבט נישט שאט"ס פאר די קידער - איז א רוצח; לאזט אפ די חכמות המדומות, לאזט אפ די נארישע שיטות וואס האקן פעך און שוועבל אויף וואקסינען, עס איז אלעס שטותים והבלים; הערט זיך צו נאר צום קול פון צדיק, דאס איז דער הייליגער רבי.


בנוגע די קשר מיט אייער טאטע; איר דארפט פאררעכטן, זעט צו רופן יעדע וואך אייער טאטע אים זאגן גוט שבת, און זיכער אז איר זעט אייער טאטע פנים בפנים אז נישט ריכטיג אוועק צו שפאצירן אן רעדן, דאס איז נישט קיין דרך ארץ, מען דארף גריסן א טאטע.


בנוגע וכו'; נעמט נישט אריין אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם ווידיאו, האלטס אייער שטוב ריין, זוכט נישט קיין היתרים, דאס קען קאסטן א טייערע פרייז, אסאך שטיבער זענען חרוב געגאנגען צוליב ארייננעמען די כלים.


בנוגע וכו'; די צווייטע תורה פון די צווייטע חלק ליקוטי מוהר"ן, דאס איז מסוגל להולדה. מוהרא"ש זאגט, ביי אים, ווען ער איז אריין אין שפיטאל מיט די רעבעצין האט ער אנגעהויבן זאגן די תורה, און די תפילה (לקוטי תפילות חלק ב, סימן ב), און ביים ענדע פון די תפילה איז דער דאקטער שוין געקומען זאגן מזל טוב! מזל טוב!


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#363 - העלפן עלטערן, אפילו אויפ'ן חשבון פון אייגענעם לעבן
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


איך האב ערהאלטן ענקער לאנגע בריוו.


איך בעט דיר זייער, האלט נישט צוריק דיין ווייב פון גיין העלפן אירע עלטערע עלטערן, אפילו עס גייט אויפן חשבון פון ענקער לעבן; ווייל די מצוה פון העלפן עלטערן איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, מכבד זיין עלטערן איז פון די גרעסטע מצוות וואס מיר האבן.


זיי מחזק זיין ווייב זי זאל גיין העלפן איר אלטע טאטע און מאמע, איך בין זיכער אז עס וועט ענק גארנישט פעלן, ענק וועלן גארנישט דערלייגן, ענק וועלן געבענטשט ווערן פונעם אייבערשטן מיט נחת ביי ענקערע קינדער, און מיט אריכות ימים ושנים, מיט געזונט און פרייד.


ווי לאנג מיינסטו האט מען בכלל אין לעבן א געלעגנהייט צו טון די מצוה? עס לוינט זיך יעדע מינוט וואס מען קען העלפן עלטערן, און ספעציעל עלטערע עלטערן. שפעטער קען מען שוין נישט טון די מצוה, הייבט מען זיך אן צו בענקען, מען באוויינט די טעג און יארן וואס מען האט זיי נישט באדינט.


אויך דו זאלסט העלפן דיין טאטע, גיי אריבער, זיי וואס דו קענסט אים העלפן.

#362 - מכבד זיין טאטע מאמע
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מכבד זיין דיינע עלטערן, דו זאלסט זיי רופן יעדן טאג זיי באגריסן, אינטערעסיר זיך מיט וואס דו קענסט זיי העלפן, און אז דו וואוינסט אין די זעלבע שטאט ווי זיי - זאלסטו אריבערגיין צו זיי. ווייל חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (קידושין לא:; עבודה זרה כד:), עס איז געווען א גוי דמא בן נתינה אין די שטאט אשקלון, וואס האט זייער מכבד געווען זיין טאטע, און אפילו ער האט געקענט פארדינען אסאך געלט האט ער ענדערש אכטונג געגעבן אויף זיין טאטע און אנשטאט מאכן ביזנעס און מזלזל זיין אין די טאטע האט ער ענדערש אוועק געווארפן זיינע ביזנעס און אכטונג געגעבן אויף זיין טאטע, און דער אייבערשטער האט אים באצאלט עס איז ביי אים אין שטאל געבוירן געווארן א פרה אדומה, וואס מען האט גענוצט אין בית המקדש; זעט מען פון דעם אז דער וואס איז מכבד טאטע מאמע דער איז זוכה צו פרה אדומה, דער ווערט ריין פארן אייבערשטן.


אז דיינע עלטערן ווערן פארעלטערט - זאלסטו נעמען פאר דיר די מצוה זיי צו מכבד זיין, טראג זיי און ברענג זיי, גיי איינקויפן און ערלעדיגן פאר זיי; ווייל עס איז נישטא נאך אזא גרויסע זאך ביים אייבערשטן ווי מכבד זיין די עלטערן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", די גאנצע וועלט געהערט צום אייבערשטן און דער אייבערשטער בעט אונז נאר איין זאך, מיר זאלן מכבד זיין טאטע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#361 - כיבוד אב ואם אום פסח און בין הזמנים
כיבוד אב ואם, בין הזמנים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר, בארא פארק


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אנהאלטן דיין ארבעט מיט די בחורים. איך בין פארנומען, איך האב אסאך אויפן קאפ, די אלע תלמוד תורה'ס, סיי אין שטעטל, סיי אין ארץ ישראל, אויך די אלע בית פיגא'ס. איך בין טרוד מיט אינגעלייט, מיט שלום בית, איך האב נישט די מעגליכקייט צו זיין מיט די בחורים פון אינדערפרי ביז ביינאכט, איך וויל דיר בעטן דו זאלסט פירן די ישיבה, דו זאלסט אריינלייגן אין די בחורים יראת שמים, מידות טובות און קדושה.


רעד צו די בחורים אסאך פון כיבוד אב ואם. מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו רעדן פון כיבוד אב ואם יעדן טאג. בפרט יעצט אין די בין הזמנים טעג, און די אלע יום טוב טעג - דארף מען זייער אכטונג געבן אויף כיבוד אב ואם, און אויך נאך די חתונה, ווען מען גייט צו די עלטערן צו די סדרים אדער סעודות, אדער אז מען האט די זכיה אריינצונעמען די עלטערן אין שטוב דארף מען זייער אכטונג געבן זיי מכבד זיין און זיי פרייליך מאכן, און אז די חומרות פון פסח וועט פוגע זיין אין די כבוד פון די עלטערן - זאל מען דאס איבערשמועסן מיט א דיין אדער רב ווי אזוי זיך צו פירן, ווייל די חומרות און מנהגים קענען נישט אוועק שטופן די כיבוד אב ואם וואס איז א מצוה דאורייתא.


עס איז באקאנט די מעשה, דער הייליגער בעלזער רב דער שר שלום זכותו יגן עלינו האט זייער אכטונג געגעבן אויף זיין מאמע'ס כבוד, אמאל פסח, עסנדיג פון איין טעלער מיט זיין מאמע האט זי איינגעטינקען די מצה אין די זופ, און דער הייליגער צדיק האט ווייטער ממשיך געווען צו עסן פון די זופ, אלע האבן זיך געוואונדערט: 'ווי קען דאס זיין, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט דאך מקפיד געווען נישט צו עסן קיין געבראקס, די מצה זאל נישט אנרירן קיין וואסער, און דער רבי איז דאך מקפיד נישט צו עסן קיין געבראקס?!' האט דער הייליגער שר שלום געזאגט: "נישט עסן קיין געבראקס איז א גוטער מנהג און מיר דארפן דאס היטן, אבער די מצוה פון מכבד זיין א מאמע איז נאך מער הייליג, דאס שטייט אין די הייליגע תורה, אז מען דארף זייער מכבד זיין א מאמע".


נאך א זאך וויל איך דיר בעטן, איך וויל דו זאלסט מיר העלפן קענען אויפנעמען קבלת קהל יעדן זונטאג, איך דארף דיין הילף עס זאל זיין א סדר ווער עס קומט און ווען מען קומט. מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טרעטן אויף מענטשן, נישט זיין א "פוסע על ראשי על קודש", איך וויל נאך פסח צוריק אנהייבן אויפנעמען אנשי שלומינו, זיי מחזק זיין און זיי פרייליך מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#360 - בין הזמנים קען מען מער העלפן די עלטערן
כיבוד אב ואם, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דיין זיידע האט מיך גערופן, ער זאגט מיר אז דו העלפסט אים זייער, די ווינטער האט זייער אסאך געשנייט, יעדע מאל נאך איידער ער האט געהאט די מעגליכקייט דיך צו רופן - ביסטו געקומען און אויפגעשארט די שניי מיט א זריזות, ער האט דיך זייער אויסגערימט.


טייערער ליבער תלמיד, יעצט אין די 'בין הזמנים' טעג זאלסטו זען וואס מער צו העלפן דיינע עלטערן און אויך דיינע זיידעס. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן טאטע מאמע, כיבוד אב ואם איז (ירושלמי קדושין א, ז): "חמורה שבחמורות", עס איז זייער א טייערע מצוה; און יעצט אין די ערב יום טוב טעג, וואס מען רופט 'בין הזמנים' טעג - זענען די עלטערן נאך מער אנגעוויזן אויף די הילף פון די קינדער; מען דארף אנגרייטן דעם יום טוב, מען דארף איינקויפן, איינרישן וכו' וכו' - זאלסטו אויסניצן די טעג זיי צו העלפן.


ווען דו העלפסט דיינע עלטערן זאל דאס זיין מיט גרויס שמחה, נישט אבי געטון און אבי געמאכט, ווי מען איז געצווינגען, מען האט נישט קיין ברירה, נאר מיט גרויס שמחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש טוט א מצוה מיט שמחה - איז דאס א באווייז אז זיין הארץ איז אים גאנץ מיטן אייבערשטן; ווען דיינע עלטערן רופן דיך בעטן דו זאלסט זיי עפעס טון - זאלסטו זיך פרייען אז דו קענסט זיי העלפן, זאלסט זיך אונטערזינגען און אונטערטאנצן אז דו ביסט זוכה צו מאכן א נחת רוח פאר זיי; ווייל מען האט גארנישט קיין השגה אין די גרויסע מצוה פון העלפן די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#359 - בלייב אין שטוב אויף פסח
כיבוד אב ואם, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע וואו צו זיין פסח וכו'; פאר נישט אוועק אויף פסח, בלייב אין שטוב. עס איז זייער שיין צו זיין יום טוב אין שטוב, פסח מיט די ווייב און מיט די קינדער איז גאר גאר שיין. עס איז זייער הייליג ווען דער טאטע געבט איבער פאר די קינדער פסח ביים סדר די הייליגע אמונה, עס איז נישט אזוי שווער פסח'דיג צו מאכן די שטוב, אז מען טוט עס מיט שמחה - איז דאס גאר געשמאק, און אזוי קען מען זיין אין שטוב פסח.


העלף דיין ווייב מאכן פסח'דיג, בעיקר זאלסטו איר מחזק זיין מיט גוטע ווערטער, און איר אויסהערן, און זיכער איר אויסרימען; דאס איז דאך אונזער מצוה, מיר זאלן מחיה זיין און פרייליך מאכן די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


אז דיינע עלטערן האבן נישט ווער עס זאל זיין מיט זיי, און זיי רופן דיך צו קומען - איז א מצוה צו גיין, אבער אז דיינע ברידער און שוועסטער גייען שוין - פעלט נישט אויס דו זאלסט אויך גיין; ענדערש בלייב אין שטוב, מאך א שיינע סדר, געב איבער פאר דיינע קינדער די ריינע אמונה, ליל הסדר באקומען די עלטערן ספעציעלע כוחות פון הימל צו קענען פלאנצן די אמונה אין זייערע הערצער, פסח ביינאכט קומט צו יעדן טאטן הימלישע כוחות צו קענען משפיע זיין אויף זיינע קינדער; אפילו א גאנץ יאר האט מען נישט קיין דיבורים, מען האט נישט וואס צו פארקויפן, אנדערש איז פסח ביינאכט, דעמאלט באקומט מען הימלישע כוחות, מען באקומט דיבורים איבער צוגעבן פאר די דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#358 - קאנצעטריר זיך נאר צו העלפן דיין טאטע
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך הער אז דיין טאטע נרו יאיר איז געפאלן און זיך צעבראכן די נאז מיט די הענט, דער אייבערשטער זאל אים שיקן א רפואה שלימה, איך בין מתפלל פאר אים.


איך בעט דיר, יעצט זאלסטו לייגן אלע דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט מיטן העלפן מענטשן – אין די זייט, און דו זאלסט זיך קאנצעטרירן צו העלפן דיין טאטע. נעם דיר די מצוה, דאס זאלסטו טון מיט די גאנצע הארץ און געפיל, ווייל העלפן א טאטע און א מאמע איז זייער זייער א הייליגע זאך.


דער עיקר איז די שיינע באנעמונג, די צוגאנג, עס זאל זיין מיט הכנעה, מיט דרך ארץ.

#357 - סיי גיין צו עלטערן, און סיי אהיימגיין
כיבוד אב ואם, שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן נעכטן געשמועסט וכו'; עס איז א שווערע מעשה, ווייל כיבוד אב ואם איז העכער אלעס, אבער אז דיין שלום בית צעפאלט – איז אויך נישט קיין עסק; און אז דיינע עלטערן ווילן דו זאלסט קומען טאג איין טאג אויס, זיצן דארט אן קיין זייגער, און וויפיל דו גייסט צו זיי ווילן זיי נאך און נאך, און דיין ווייב וויל זיין אין שטוב מיט דיר פריוואט; דארפסטו מיט חכמה מאכן ביידע, סיי גיין צו זיי און סיי אהיים גיין.


איך טראכט אז דו זאלסט גיין איין מאל א וואך צו זיי מיט דיין ווייב פאר נאכטמאל, אדער פאר שבת, און די איבריגע נעכט זאלסטו עסן אין שטוב, זיין מיט דיין ווייב.


אויך קענסטו אויסארבעטן צו גיין צו זיי אינמיטן טאג, נישט אויפן חשבון פון דיין ווייב, דעמאלט קענסטו זיי העלפן, פאררעכטן וואס מען דארף פאררעכטן, און שמועסן וכו' וכו'.


זיי נזהר צו גיין יעדן טאג אין מקוה, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדינים, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", מקוה איז ממתיק די דינים, און זיי נזהר צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.

#356 - קריאת שמע שעל המטה נעמט אוועק חלומות און פחדים
פחדים, כיבוד אב ואם, קריאת שמע, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די חלומות וכו'; איז די עצה צו ליינען קריאת שמע שעל המטה, דאס נעמט אוועק אלע חלומות און אלע פחדים.


ליין קריאת שמע, עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט אפאר מינוט, ליין עס אין א סידור, ליין קריאת שמע אין קאך אדער אין דיינונג רום, גיי נישט אין בעט איידער דו ליינסט קריאת שמע, אזוי וועסטו נישט איינשלאפן אינמיטן, און אזוי וועסטו מער נישט חלומ'ען שלעכטע שרעקעדיגע חלומות...


בנוגע וכו'; עס איז זייער א שווערע שאלה, ווייל אז מען רודפ'ט א יתום אדער יתומה איז זייער געפערליך, איז ווי קען מען דיר זאגן דו זאלסט מוחל זיין דיין שטיף טאטע וואס האט דיך אזוי געפייניגט...


אבער מיטן רבינ'ס עצות, מיט התבודדות ותפילה – קען מען ארויסנעמען אפילו די שטארקע ווייטאג, בפרט אז מען איז דן לכף זכות, מען טראכט אז ער אליין איז א גרויסע רחמנות, וואס ווייסט ער פון זיין לעבן צו זאגן וכו' וכו'? דורכדעם קען במשך הזמן ארויסגיין אלע ווייטאג, ביז דו וועסט אים קענען מוחל זיין.

#355 - זיך פרייען צו קענען מאכן נחת רוח פאר די עלטערן
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ...


ווי אזוי קען דאס זיין, צו רעדן חיזוק מיט יעדן איינעם, ווען די אייגענע עלטערן רופן דיך, זיי ווילן רעדן מיט דיר – און דו מאכסט זיך נישט וויסנדיג?


אוודאי און אוודאי זאלסטו רופן דיינע עלטערן, און אז זיי וועלן רעדן פאר א שעה – זאלסטו זיך נישט בייסן די ליפן און טראכטן 'א שאד די צייט, א שאד עס נעמט אזוי לאנג, איך וואלט יעצט געקענט רעדן מיט מענטשן, אדער לערנען, דאווענען וכו'', נאר זאלסט זיך פרייען אז דו קענסט מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן, וואס דאס איז אזוי גרויס ווי מאכן א נחת רוח דעם אייבערשטן, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "הוקש כבודם לכבוד המקום".


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן וואס לערנט אונז די שיינקייט פון תורה ומצוות.

#354 - צוויי סימנים פון שלעכטע חברים
כיבוד אב ואם, חברים, בחור, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דו זאלסט האבן גוטע חברים, דו זאלסט אנטלויפן פון שלעכטע חברים מער ווי מען לויפט אוועק פון א פייער, ווייל שלעכטע חברים קענען חרוב מאכן דאס לעבן פון די וועלט און פון יענע וועלט.


צוויי סימנים געב איך דיר צו זען ווער איז א נישט גוטע חבר פאר דיר:


1) הער וואס יענער רעדט, אז יענער רעדט מיאוסע ווערטער אדער כמו מיאוסע ווערטער – זאלסטו אוועק שטיין פון יענעם. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה חלק א, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווער עס רעדט שמוציג איז דאס א סימן אז ער איז א שמוציגער מענטש; געב זיך זייער אכטונג פון בחורים וואס רעדן פון שידוכים וכו'.


2) געב זיך אכטונג פון בחורים וואס זאגן דיר זאלסט נישט פאלגן דיינע עלטערן, פון זיך אוועק רירן פון די וועג פון די עלטערן, חס ושלום, חס וחלילה זיך אוועק ריקן פון די וועג וואס די עלטערן גייען.


זיי שטארק מיטן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, זיבן דפים גמרא, זאג דעם יום תהילים און לערן אסאך ספר המידות.


אויך זאלסטו גיין אין גאס מיט די אויגן אראפ און די קאפ און הארץ אויף ארויף, רעד צום אייבערשטן, בעט אים אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה טון און זיין א צדיק.


איך האב דיך זייער ליב.

#353 - זיך אליינס מתקן זיין, נישט יענעם
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, מחלוקת, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיש זיך נישט אין קיין מחלוקת, שטיי ווייט פון מחלוקת, ספעציעל ווען עס זעט אויס פרום און ערליך; פון דעם זאלסטו אנטלויפן, נישט האבן קיין שייכות, ווייל דורך מחלוקת באצאלט מען זייער א טייערע פרייז.


אויך זאלסטו גיין צו דיינע עלטערן, דאס איז תיקון שובבי"ם, און שטיי אין דער זייט, הער אויס וואס זיי האבן דיר צו זאגן, טייל נישט איין וואס זיי זאלן טון, זיץ און הער אויס וואס זיי זאגן דיר, און אויב איז דא אין די משפחה חלוקי דעות זאלסטו חס ושלום נישט זיך מישן, נאר שטיי פון דער זייט.


אנא איך בעט דיר זוך נישט צו מתקן זיין קיינעם, פאררעכט נישט די וועלט, זוך נישט ביי אנדערע שלעכטס, מיר זענען געקומען אין היכל הקודש זיך אליינס מתקן זיין נישט יענעם מתקן זיין, אוי ווי ביטער עס איז אן א צדיק, מען איז פארנומען מיט יעדעמ'ס רוחניות אויסער זיך אליינס, און ווען מען קומט צום צדיק עפנט זיך די אויגן, מען הייבט אן זען די אייגענע שפלות, און מען זעט דאס גוטס ביי יעדן איינעם.


גיי התבודדות, וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער איך בין פארנומען מיט דעם און מיט יענעם, איך פריי זיך מיט די פראבלעמען וואס מען טרעפט ביי דעם און ביי יענעם, און ביי מיר אליינס איז דאך אזוי טינקל און שווארץ, איך דארף דאך אליינס תשובה טון אויף מיינע מעשים"; אזוי זאלסטו וויינען צום אייבערשטן.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, איך וויל דו זאלסט קומען זיך אויפוועקן און אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#352 - מיטגיין און העלפן די עלטערע עלטערן
כיבוד אב ואם, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס טייערער ליבער ברודער? איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז דו גייסט אן מיט דיין תורה ותפילה, דער רבי וויל פון אונז די צוויי זאכן, מיר זאלן לערנען און דאווענען, גיין אין שול מיט תמימות דריי מאל א טאג, דאווענען דריי תפילות און לערנען חומש מיט משניות, גמרא מיט הלכה; הלוואי וועסטו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט די יום תהלים, דאס איז מזכך ומטהר דעם מענטש.


דיין ווייב פרעגט וכו'; זאג איר עס איז גוט זי זאל מיט גיין מיט אירע עלטערן קיין פלארידע, עס איז א גרויסע מצוה אז מען האט עלטערן וואס פארעלטערן זיך, זיי משמש זיין.


איך געדענק ווען איך בין געווען א קליין קינד פלעגט מיין מאמע זאל זיין געזונט פארן מיט איר מאמע קיין פלארידע איר באדינען, איר מחי' זיין.


זאג פאר דיין ווייב זי זאל כאפן די מצוה, אויך וועט זי זיך אביסל אפרוען פון די ארבעט מיט די קינדער, זי וועט צוריק קומען מיט פרישע כוחות, ווייל עס איז זייער וויכטיג פאר א אידישע מאמע זיך אביסל אפרוען, שעפן פרישע כוחות.

#351 - ממש בקרוב גייען ענק זוכה זיין צו זרע של קיימא
קינדער, כיבוד אב ואם, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב


איך האב ענק שוין געשריבן צענדליגער בריוו, און נאך אביסל, ממש בקרוב – גייען ענק זוכה זיין צו זרע של קיימא. עס קען אויסקוקן אביסל אינטערעסאנט וואס איז יעצט מיט דעם בריוו, אבער איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט ענק געבן קינדערלעך בזכות די אלע גוטע זאכן וואס ענק ביידע טוען, איך וויל ענק בעיקר בעטן ענק זאלן נישט פארלירן ענקער אמונה ובטחון, ענק זאלן ווייטער זיין שטארק גלייבן אז דער אייבערשטער וועט ענק העלפן.


איך ווייס עס איז ענק זייער שווער, בפרט ווען עס קומט די צייט וכו' און מען זעט אז מען איז נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן, עס ווערט צוריק טונקל, עס קומט א שווארצע וואלקן וכו', דאך בעט איך ענק זייער, שטארקט אייך אינאיינעם מיט אמונה ובטחון, און פארטרייבט די עצבות ומרה שחורה, פארטרייבט די קליפות וואס ווילן ענק אריינווארפן אין יאוש.


די חנוכה טעג קומען שוין, חנוכה זאלן ענק זינגען און טאנצן 'על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך'.


נעמט ענק פאר א גוטע קבלה אין די מצוה פון כיבוד אב ואם, נעמטס ענק פאר צו רופן יעדן טאג ענקערע עלטערן און זיי פרייליך מאכן מיט א ווערטל וכדומה, וועלן ענק זוכה זיין אז ענקערע קינדער וועלן ענק פרייליך מאכן.

#350 - רוב קינדער ווייסן נישט די חשיבות און הייליגקייט פון א מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא טבריה


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט אויב עס איז גוט איר זאלט רעדן ווייטער מיט די מיידל וואס רעדט נישט שיין צו איר מאמע, אויב דאס מיינט א נישט גוטע חבר'טע?


איר קענט ווייטער רעדן מיט איר, נאר אז איר וועט הערן ווי זי רעדט מיט גרינגשעצונג צו איר מאמע, זאלט איר זי פאררעכטן און זאגן: "א מאמע איז הייליג, צו א מאמע דארף מען רעדן מיט דרך ארץ"; זי ווייסט מן הסתם נישט דאס גרויסקייט פון א מאמע, אזוי ווי רוב קינדער ווייסן נישט די חשיבות און הייליגקייט פון א מאמע.


געבט איבער פאר אלע תלמידות פון בית פיגא טבריה אז איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גריסן אז עס איז דא דרך ארץ צווישן ענק און עס איז דא אחדות צווישן ענק, איך בעט פאר ענקער הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#349 - ווי אזוי ווילסטו דיין קינד זאל רעדן מיט דיר?
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט רעדן מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא לב.): "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום", דער אייבערשטער זאגט, אויך מיך זאלן ענק מכבד זיין און אויך ענקערע עלטערן זאלן ענק מכבד זיין, דאס מכבד זיין עלטערן איז חשוב פינקט אזוי ווי מיך מכבד זיין; און אז זאכן שטערן דיר – איז דאס נישט קיין תירוץ אויף נישט מכבד זיין. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין לא.), מען האט געפרעגט רבי אליעזר ביז וויפיל איז די שיעור צו ליידן (סאפערן, כנוסח אמעריקע), האט ער געזאגט: "פארוואס פרעגט עטץ מיר, פרעגט דעם גוי פון אשקלון, דמה"; ער איז געווען א גענעראל און ווען ער האט געגעבן זיין דרשה איז זיין מאמע געקומען און אים געווארפן אירע שיך אין פנים, האט ער זיך אראפגעבויגן, ער האט אויפגעהויבן די שיך און איר עס געגעבן, זי זאל זיך נישט דארפן בייגן.


האסט שוין חתונה געהאט, האט שוין א קינד; ווי אזוי ווילסטו דיין קינד זאל רעדן מיט דיר? מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל יעדן טאג רעדן פון כיבוד אב ואם, און זאגן פאר די בחורים: "ווי אזוי ענק פירן זיך צו ענקערע עלטערן – וועלן ענקערע קינדער זיך פירן צו ענק, מיט פראצענט".


דיין מאמע האט אזוי געוויינט צו מיר ביי די ברית וואס דו האסט געמאכט פאר דיין זון, אז זי האלט נישט אויס מער... איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו טוסט תשובה און דו גייסט רעדן שיין.