בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דיין האנט טוט וויי, וועסטו עס אפשניידן?
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געווען דעם יום טוב פסח אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, איך האב אזוי הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו, עס איז געווען הערליך שיין; די שמחה, די תמימות, די ליבשאפט, וואס איז דא צווישן אנשי שלומינו - זעט מען נישט ערגעץ אנדערש.


איך וויל דיך פרעגן, וואס טוסטו אז דו האסט ווייטאג פון דיין האנט אדער פוס - וועסטו גיין אפשניידן דיין האנט אדער פוס? אז דו האסט ווייטאג פון דיין אויער - וועסטו טראכטן אפילו פון אזא מחשבה פון אפשניידן דיין אויער? קיינער וועט נישט טון אזא זאך, קיינער וועט נישט טראכטן פון אזא זאך ווי אפשניידן דעם אבר וואס טוט וויי, מען וועט זוכן אלע וועגן ווי אזוי מען קען דאס פארהיילן, אויב אזוי פארוואס ווען דו האסט ווייטאג פון דיין ווייב טראכסטו יא פון אפשניידן און זיך גט'ן? מוהרא"ש זאגט, עס שטייט דאך אין די תורה (בראשית ב, כג): "עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי", די פרוי איז א חלק פונעם מאן; דארף מען ליידן און האבן סבלנות, נישט טראכטן פון אפשניידן.


געדענק וואס מוהרא"ש האט גע'חזר'ט מיט אונז טאג און נאכט: "ווער עס וויל נישט ליידן אביסל - ליידט אסאך"; די ווערטער זענען עמוק עמוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.