בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן צוויי מאל אייער בריוו.
מאכט פרייליך אייער מאן, דאס איז רצון השם. רעדט צו אים שיין, רעדט צו אים ווייך. ער איז א טייערע אינגערמאן, א שאד זיך צו קריגן, א שאד ווען עס איז דא גוטע נייעס, מען ווארט שוין, מען גרייט זיך צו א מזל טוב - זאל מען זיך קריגן און זיך שטעכן מיט ווערטער.
שלום בית איז אנגעהאנגען אין די ווייב; אז די ווייב איז א קלוגע, זי האט שכל, זי זוכט דאס גוטס אין איר מאן, זי שמייכלט און רעדט ווייך - ברענגט זי די שכינה הקדושה אין שטוב.
א ווייב קען אסאך גרינגער טוישן דעם מאן ווי דער מאן זאל טוישן די ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא:) א מאן איז באשאפן פון ערד; ערד איז ווייך, מען קען דאס בייגן. א פרוי איז באשאפן פון ביין; א ביין קען מען נישט אזוי שנעל אויסבייגן; א פרוי קען מיט אביסל שכל, מיט שיין רעדן, מיט ליבשאפט - איבערדרייען דעם מאן און אים מאכן פאר א גרויסע צדיק, פאר אן ערליכער איד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת, וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ, אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך גע'גט. "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט געמאכט אז איר מאן דער צדיק זאל אויך ווערן א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.