בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר
וואו האלט די מפתחות אויף ספר אשר בנחל חלק ג'? איך ווארט שוין אזוי לאנג דאס צו ענדיגן און דרוקן.
איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל דאס דרוקן און פארשפרייטן, איך וויל מקיים זיין מיין צוזאג; בעט איך דיר העלף מיר, וועט דאס זיין פאר דיר אן אייביגע זכות.
מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן דעם ספר אשר בנחל וועט זען גרויסע ישועות; איך אליין האב צו דערציילן גרויסע זאכן וואס איך האב געזען ביי מיר נאכן דרוקן די הייליגע ספרים.
אויך זאלסטו צאמנעמען אלע מפתחות און מאכן פון דעם א באזונדערע באנד. אויסער די זיבן חלקים וויל איך דרוקן א באזונדערע באנד 'ספר המפתחות' און 'תוכן ענינים' פון אלע זיבן בענדער, דאס וועט פארגרינגערן צו קענען טרעפן אלעס וואס מען וויל טרעפן.
כל זמן מיר וועלן לערנען אשר בנחל און דאס פארשפרייטן – איז גערעכנט אזוי ווי מוהרא"ש איז דא צווישן אונז; נאר וואו מען לערנט די ספרים פונעם צדיק – דארט איז דער צדיק.