בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#159 - גיי הפצה
הפצה, הדפסה, שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן, היינטיגן דף, (סנהדרין לז:): "גלות מכפרת על הכל"; דאס איז הפצה, מען גייט ארום וואנדערן צוריק ברענגען פארבלאנזשטע נשמות.


וואס מיינסטו, וואס איז געווען די הייליגע עבודה פון די הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך זכותו  יגן עלינו, מיט רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו ווען זיי זענען געגאנגען גלות ליידן? זיי האבן עוסק געווען בתיקון העולם, צוריק ברענגען אידישע נשמות צום אייבערשטן. אז מען האט פוגם געווען בברית, אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף מען עוסק זיין אין צוריק ברענגען נשמות ישראל, אידישע קינדער - צום אייבערשטן.


יעצט שובבי"ם זאלסטו עפעס טון פאר הפצה, אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן די ספרים קונטרסים וואס איז מגלה דעם אייבערשטן; דאס איז אויך תיקון הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - מיר דארפן טראכטן ווי אזוי צו מאכן נאך מפיצים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו געבסט אוועק דיינע טעג און יארן מיט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן זיין גאנצע לעבן מיט מסירות נפש צו ראטעווען אונזער דור.


נישטא קיין גרעסערע תענוג און נחת רוח ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין מחזק זיין און מקרב זיין זיינע קינדערלעך.


מיר דארפן טראכטן ווי אזוי צו מאכן נאך מפיצים, ווי אזוי קענען מיר מאכן אז יעדער תלמיד היכל הקודש זאל אים גיין בנפשו צו עוסק זיין בהדפסה ובהפצה; אדער אויסטיילן די ספרים, אדער דרוקן, אדער געבן צדקה צו דרוקן די ספרים; ווייל אין הפצה איז געוואנדן די גאולה שלימה.

#157 - ווער עס האט אויפגעלאכטן דיין לעבן? נאר די קונטרסים
צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פארן העלפן דרוקן די ספרים, די ליכטיגע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור אין אלע שפראכן; די ספרים און קונטרסים זענען מקרב אזויפיל אידן צום אייבערשטן און צו די תורה, די גאנצע וועלט שטייט אויף די ספרים און קונטרסים; אנטקעגן די שרעקליכע נסיונות וואס מען פרואווט יעצט אויס כלל ישראל פאר ביאת משיח, שטייען די ספרים און די קונטרסים און מאכן ליכטיג פאר נשמות ישראל.


געב דיינע צדקות פאר דרוקן די ספרים, געדענק ווי אזוי דו ביסט מקורב געווארן, ווער עס האט אויפגעלאכטן דיין לעבן, נאר די קונטרסים; דו האסט געפונען די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירות נפש, א מפיץ האט דיר געברענגט די קונטרסים און דעמאלט האט זיך דיר אנטפלעקט די אור הגנוז לצדיקים; זאלסטו האבן הכרת הטוב און דיין גאנץ לעבן דרוקן די ספרים און קונטרסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#156 - זיין צייטליך אין שטוב צו צינדן חנוכה ליכט
חינוך הילדים, חנוכה, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע מנורה. מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז אז חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיין צייטליך אין שטוב. מאך אלע הכנות פאראויס, מקוה וכדומה, אלעס זאלסטו טון פריער אין טאג - אז ביים זמן זאלסטו שוין צינדן.


מיר פירן זיך אנצוטון שטריימל און בעקיטשע ביים צינדן, מען זינגט זמירות און מען איז זייער פרייליך, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צום אור הגנוז, אנהויבן לערנען די הייליגע תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מקרא משנה גמרא הלכה ואגדה, און מען בעט פאר די קינדער און פאר די קינד'ס קינדער, אלע זאלן זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, און גיין אין די וועג פון די תורה.


היינט ערב חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן אשר בנחל פאר איין אין זעכציג יאר צוריק, פון שנת תשכ"ד ביז תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן בריוו פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט געשריבן א חשבון פון זיבעציג טויזנט בריוו. בריוו וואס זענען מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב וואו ער געפינט זיך, ווי וואלטן מיר געווען ווי וואלטן מיר אויסגעזען ווען נישט די ספרים און די בריוו וואס איז אונז אזוי מחי' ומחזק.


ווער עס דארף א ישועה זאל מנדב זיין געלט פארן בית הדפוס פאר דרוקן אשר בנחל, און אזוי אויך די אנדערע ספרים און קונטרסים. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מען וועט זען ישועות, און אזוי פיר איך זיך ווען איך דארף א ישועה, איך בין מנדב געלט צו דרוקן די ספרים און קונטרסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#155 - זכות מהדורא פון ספר הקדוש אשר בנחל
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דא האסטו די נוסח וואס דו זאלסט אריינשרייבן אין ספר אשר בנחל, לזכות די משפחה וואס האט מנדב געווען די מהדורה פון חלק ב.


מהדורת יואל וגנענדל יוטל מארקאוויטש


די הייליגע ספר איז געדרוקט געווארן דורך יואל נרו יאיר און זיין ווייב גנענדל יוטל תחי' מארקאוויטש שיחיו


די זכות וואס זיי פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר די וועלט זאל זיי ביישטיין, זיי און זייערע קינדער צירל שבע תחי', רייזל תחי', מלכה תחי' און שפרה תחי', זאלן אלע זיין געזונט און שטארק בגוף ובנפש, אויך זאל דאס זיין לזכות זיי זאלן זוכה זיין צו בנים זכרים, און צו אמת'ע שמחה, און אמת'ע גליק, פאר זיי און פאר זייערע דורות, אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#154 - א גרויסן דאנק פארן העלפן דרוקן די הייליגע ספרים
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה שנת תשפ"ה לפרט קטן, פה אומאן יצ"ו


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פארן העלפן דרוקן די הייליגע ספרים, ספר עצתו אמונה חלק י', וואס ברענגט אריין אזויפיל חיזוק און יראת שמים, אזויפיל שכל און הדרכה על פי די עצות פון הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא, ותלמידו מוהרנ"ת וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.


אין זכות פון זיין א מזכה את הרבים זאלסטו האבן א כתיבה וחתימה טובה, דו מיט דיין גאנצע משפחה.

#153 - די זכות פון מנדב זיין פאר "עצתו אמונה", וועט דיר ביישטיין
הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא, אסרו חג, ח' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר


בזכות וואס דו האסט מנדב געווען פינף טויזנט דאלער צו דרוקן חלק ט' עצתו אמונה, וואס אזויפיל מענטשן האבן דערפון חיזוק אויף יראת שמים, אמונה ותפילה; בזכות דעם זאלסטו אויפשטעלן א ליכטיגע שטוב מיט ערליכע געזונטע דורות, נאמנים לה' ולתורתו, מיט א געפיל אין רבי'ן.


דיין ראש ישיבה.

#152 - וואו האלט די 'לוח ברסלב' לשנת תשפ"ה?
קינדער, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין אזוי פרייליך דיך צו זען ביי די שיעורים, ווי דו קומסט זיך מחי' זיין מיטן בעטלער'ס ברויט און וואסער, מיטן בעטלער'ס חיים טובים (עיין ספורי מעשיות, מעשה יג).


איך בעט יעדן טאג פאר דיר און דיין ווייב ענק זאלן זוכה זיין צו זרע של קיימא, דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן מיר שנעל קענען דערציילן די גוטע נייעס.


וואו האלט די 'לוח ברסלב' לשנת תשפ"ה? איך בעט דיר זייער, זאלסט זיך צואיילן, ווייל די מפיצים זאגן, פון מוצאי ט' באב דארפן שוין מענטשן די לוח פאר די קומענדיגע יאר.

#151 - ווי גרויס די קדושה איז, אלץ מער חלישות הדעת גייט אריבער
הפצה, הדפסה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיר וואלט איך ווען געדארפט יעדן איינציגסטן טאג שרייבן א בריוו, דיך מחזק זיין מיט דיין הייליגע ארבעט; דו האסט די זכי' עוסק זיין אין די הייליגסטע זאכן אויף די וועלט, דו ביסט דער מנהל אויפן גרויסן בית הדפוס אין אמעריקע, וואו מען דרוקט הונדערטער טויזנטער ספרים, גליונות און קונטרסים, צוריק צו ברענגען עם ישראל צום אייבערשטן; איז דיין חלישות הדעת אויך גרויס, ווייל ווי גרויס די קדושה איז – אלץ מער חלישות הדעת גייט אריבער.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי אן מיט אלע כוחות, און אפילו דו האסט מניעות, בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו' – זאלסטו נישט אפשטעלן די אפערעישן פאר קיין איין רגע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צא): "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵינוֹ רוֹצֶה בְּמִיתָתָן שֶׁל רְשָׁעִים", דער אייבערשטער וויל נישט די רשעים זאלן שטארבן, "כִּי אִם בְּטוֹבָתָן, שֶׁיִּזְכּוּ לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה", דער אייבערשטער וויל מען זאל תשובה טון; זאלסטו נישט אויפהערן מיט דיין הייליגע ארבעט.


איך הער זאגן אז דו דרוקסט יעצט איבער די זמירות היכל הקודש מיט די אידישע ניגונים, איך וויל דאס מגיה זיין, ביטע ברענג מיר א קאפי.

#150 - געבענטשט זאלסטו זיין פארן העלפן דרוקן די ספרים
הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא, אסרו חג, ח' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


געבענטשט זאלסטו זיין מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פארן העלפן דרוקן די ספרים וואס זענען מחי' ומחזק אזויפיל אידן, בפרט פארן העלפן דרוקן דעם באנד עצתו אמונה חלק ט.


בזכות די גרויסע מצוה זאלסטו זוכה זיין צו ישועות און רפואות, והצלחה בכל ענינים.


דיין ראש ישיבה.



 

#149 - פינף הונדערט דאלער צו דרוקן דעם הייליגן ספר 'אשר בנחל'
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ב סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן איך שפיר זיך שוין גוט, און איך וויל דיר דאס לאזן וויסן, ווייל איך האב דיר געגעבן פינף הונדערט דאלער צו דרוקן אשר בנחל פאר א זכות רפואה פאר מיר; ברוך השם איך שפיר זיך שוין גוט.


יעצט וויל איך נאכאמאל א זכות, איך שיק דיר דא נאכאמאל פינף הונדערט דאלער צו דרוקן דעם הייליגן ספר 'אשר בנחל'. איך וויל דיר בעטן זאלסט אריינלייגן די נעמען פון מיין משפחה; מיין נאמען, מיין ווייב'ס נאמען און די נעמען פון מיינע קינדער; עס זאל זיין א זכות פאר מיינע קינדער זאלן מצליח זיין זומער, זיי זאלן לערנען און דאווענען און זיין געזונט.


שטארק זיך, ווער נישט פארלוירן יעצט ווען די בית הדפוס גייט אריבער שווערע טעג, עס איז נישטא קיין געלט צו צאלן די איינגעשטעלטע; דו גיי ווייטער צאמנעמען צדקה פון אנשי שלומינו, ווייל אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם פאר הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#148 - איך האב געגעבן געלט פאר "אשר בנחל" און געזען א גרויסע ישועה
ישועות, צדקה, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו דארפסט א ישועה - זאלסטו געבן צו דרוקן די הייליגע ספרים "אשר בנחל" און די הייליגע קונטרסים. איך האב פאריגע חודש געגעבן פינף הונדערט דאלער און איך האב געזען א גרויסע ישועה, אויך היינט האב איך נאכאמאל מנדב געווען פינף הונדערט דאלער; איך שפיר זיך נישט אזוי גוט, איך האף דאס וועט זיין פאר מיר א ישועה.


מען זעט אפענע ישועות ווען מען העלפט דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, א שאד צו זוכן סגולות וואס האבן נישט קיין מקור און וואס העלפט נישט - און דארט געבן די געלט, ווען מיר האבן א קלארע הבטחה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט געבן געלט צו דרוקן דעם ספר "אשר בנחל" וועט זען גרויסע ניסים.


איך האף צום אייבערשטן צו זיין בכח צו געבן מארגן די וועכנטליכע שיעור, איך וועל דיר מארגן מודיע זיין, בעט פאר מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#147 - א סוד אין די קמיע פון מוהרא"ש
הדפסה, קמיע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בילד פון די נייע קמיעות וואס ענק האבן געמאכט.


לדעתי ליגט א סוד אין די קמיע פון מוהרא"ש, דאס איז נישט א זאך וואס יעדער איינער קען מאכן.


איך זאג נישט מען דארף אננעמען מיין דעה, יעדער קען מאכן און טון ווי אזוי זיי פארשטייען, אבער ווי איך ווייס איז די קמיע א זאך וואס געהערט צו הדפסת והפצת ספרי רבינו, דאס גייט געקניפט און געבינדן מיט א קרן הדפסה וואס דרוקט און פארשפרייט די הייליגע קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור; אז אלע, מקטן ועד גדול זאלן וויסן אז עס איז דא א וועג ווי צו לעבן מיטן אייבערשטן, א וועג צו לערנען כל התורה כולה, א וועג צו לעבן מיט די ווייב בשלום וכו' וכו'.


איך בין היינט צוריק געקומען פון ארץ ישראל, איך בין אפגעמאטערט, וועל איך מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#146 - א געפיל און שכל צו העלפן פארשפרייטן די זיסע עצות
הדפסה

בעזרת ה' יתברך - פסח, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


א מתנה פאר ...


וואויל איז דיר אז דו האסט א געפיל און שכל צו העלפן פארשפרייטן די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער האבן די זכי' צו העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים.


וואונטשט דיין ראש ישיבה.





 


 





 

#145 - יישר כח פארן נעמען די מהדורה פון "אשר היה אל יואל"
הדפסה

בעזרת ה' יתברך - פסח, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


א גרויסן יישר כח פאר דיר ר' ... נרו יאיר, און פאר דיין ווייב תחי'


פארן נעמען די מהדורה פונעם ספר אשר היה אל יואל.


בזכות דעם זאלסטו האבן ליכטיגע ערליכע דורות


וואונטשט דיין ראש ישיבה.





 


 





 

#144 - א באזוך אין שטעטל, מיט אלע טעמים
כולל, הדפסה, שטעטל, נעגל וואסער, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אויף א באזוך אין שטעטל, ווען איך בין אנגעקומען אינדערפרי בין איך ערשט געגאנגען קוקן די נייע בנין אין מחנה אילן החיים, קוקן ווי די ארבעט האלט און צו מאכן די פלענער פארן זומער הבא עלינו לטובה.


פון דארט בין איך געגאנגען אין אונזער ישיבה, די ישיבה האט אלע טעמים; די בחורים לערנען זייער פלייסיג, פירן זיך מיט יראת שמים און מידות טובות. איך האב געלערנט חומש פון די וואכנדיגע סדרה, נאכדעם האבן מיר געדאווענט, די דאווענען איז געווען מיט א חיות און געשמאק. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיט יארן צוריק ווען עס איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזער ישיבה פאר קיין שום ישיבה; עס איז ממש אזוי, די בחורים אין ישיבה זענען פול מיט חיות, מיט שמחה; עס איז א חידוש אין עולם הישיבות צו געפינען פרייליכע בחורים וואס האבן ליב דאווענען, ליב לערנען, ליב צו טון וואס שטייט אין די תורה.


נאכן דאווענען האב איך געגעסן פת שחרית מיט די בחורים, מיר האבן גערעדט שיינע זאכן, אלעס געפלאכטן מיט די הקדמות פון רבי'ן.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען באזוכן די חדר און בית פיגא, אויך אין אפיס בין איך געווען. די אפיס איז יעצט אין א מצב וואס די גמרא זאגט (תענית כה): "מי שאמר לשמן וידלוק, הוא יאמר לחומץ וידלוק", דער אייבערשטער וואס מאכט אז אויל זאל ברענען - קען מאכן עסיג זאל ברענען; די ניסים וואס טוט זיך אפ אין אפיס - איז שלא כדרך הטבע, ווען איך קוק צוריק אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אונז - געבט מיר דאס כוחות צו גיין ווייטער. איך דארף האבן אויף די וואך דאנערשטאג ניינציג טויזנט דאלער צו באצאלן נאר די איינגעשטעלטע, נאך הונדערטער טויזנט דאלער צו באצאלן ווענדארס און אין באנק איז דא א מיינוס פון זעקס טויזנט דאלער; וועסטו פרעגן ווי אזוי גיי איך אן, וואס איז די פלאן? די פלאן איז נאכאמאל צוריק צו גיין צום אייבערשטן, אים נאכאמאל בעטן, און ער וועט אונז ווייטער נישט פארלאזן.


אויך בין איך געגאנגען באזוכן די בית הדפוס; וואס דארט טוט זיך אפ... זיצן אינגעלייט, איינער פירט די חשבונות, א צווייטער איז מגיה אשר בנחל, א דריטער איז מגיה עצתו אמונה, א פערטער שרייבט די וועכנטליכע בלעטל 'קרית ברסלב', א פיפטער מאכט די קול ברסלב האטליין; א גאנצע בנין וואס שטייט נאר פאר איין סיבה, פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א רבי מיט עצות וואס קען יעדן איינעם העלפן, יעדער קען אנקומען צו זיין א צדיק.


אויך בין איך געווען ביי די אפיס פון די כולל, דארט דארף מען אויך ניסים צו קענען וויייטער באצאלן די כולל אינגעלייט, און פון דארט בין איך צוריק געגאנגען צו די ישיבה און געדאווענט מנחה, איך בין געגאנגען שפאצירן מיט זיי, געשמועסט פון הייליגן רבי'ן.


זיי מקפיד אויף נעגל וואסער. מוהרא"ש האט דערציילט, א פרוי איז געקומען צום סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו און ביטערליך געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, יעצט האט איר זון זיך רחמנא לצלן אפגעשניטן די פיאות, און די צער גידול בנים וואס זי גייט אדורך; האט איר דער סטייפלער גאון געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "דעמאלט וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה פון ביינאכט אויף די הענט און וואס מען כאפט אן ווערט טמא, דעריבער איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן. וואס קען איך טון אז איר אליין האט זיך גורם געווען די צרות?" מיר האבן דאס דערציילט אלץ א חיזוק פאר די פרויען זיי זאל זיין נזהר אין מחנך זיין די קינדער זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין, און אינדערפרי זאלן זיי נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#143 - וואס קען איך טון זוכה זיין צו קינדער?
קינדער, צדקה, סגולות, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז שוין אריבער אפאר יאר און דו ווארסט אויף קינדער, דו ווילסט אזוי שטארק געהאלפן ווערן מיט קינדער, דו פרעגסט: "וואס קען איך טון זוכה זיין צו קינדער?"


דער רבי פרעגט דיין פראגע (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם", וואס זאל מען טון, "וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", זוכה זיין צו קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", געבן צדקה, געבן געלט פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ לִפְנֵי תַּשְׁמִישׁ", און פרייליך מאכן די ווייב.


אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן ספר אשר בנחל; מוהרא"ש האט צוגעזאגט, אז מען וועט געבן צדקה צו דרוקן דעם הייליגן ספר אשר בנחל – וועט מען זען אויסטערלישע ישועות, און פארגעס נישט וואס איז אויבן געשריבן; פרייליך מאכן די ווייב.


 

#142 - דארפסט א ישועה, געב צדקה צו דרוקן ספר "אשר בנחל"
ישועות, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו דארפסט דאך א ישועה, דו ווארסט שוין א שטיק צייט צו געהאלפן ווערן, זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן ספר "אשר בנחל"; מוהרא"ש האט מבטיח געווען, ווער עס וועט דארפן א ישועה – זאל דרוקן זיינע ספרים, בפרט ספר הקדוש "אשר בנחל" – וועט ער גלייך זען א ישועה.

#141 - אז דו דארפסט א ישועה, העלף דרוקן ספרים און קונטרסים
ישועות, הדפסה, אשר בנחל, דף גמרא, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו דארפסט א ישועה זאלסטו נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, מוהרא"ש האט צוגעזאגט, ווער עס וועט העלפן דרוקן זיינע ספרים און קונטרסים, בפרט ספר אשר בנחל - וועט זען אפענע ישועות.


מוהרא"ש פלעגט בעטן פינף הונדערט דאלער פאר א זכות צו דרוקן אשר בנחל, מיר זענען געבליבן מיט די אלטע פרייז, און ווער עס העלפט דרוקן די ספרים און קונטרסים - זעט אפענע ישועות.


מיר האבן יעצט אסאך פרישע קונטרסים צו דרוקן, מיר ווארטן אויף נדבנים, ווער עס וויל נעמען א חלק אין מקרב זיין און מחזק זיין נשמות ישראל מיט די עצות פון רבי'ן.


קומענדיגע וואך ענדיגן מיר מסכת בבא קמא און מיר הויבן אן מסכת בבא מציעא, איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט היינט אנהויבן לערנען דעם בלאט גמרא, אפילו נאר בגירסא, בלי הבנה; מוהרא"ש זאגט, ווער עס לערנט גמרא יעדן טאג - דארף שוין נישט קיין שום תיקון; גמרא וואשט אים אפ, גמרא פארברענט אלע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#140 - די שטערקסטע געפיל האבן אנשי שלומינו צו הדפסה
הדפסה, נסיעה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, פאנדרעיזער פונעם 'בית הדפוס', קרית ברסלב


איך וויל דיר זייער מחזק זיין זאלסט ווייטער אנגיין מיט דיין הייליגע ארבעט צאמצונעמען צדקה צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים, איך וויל דו זאלסט זיך באפלייסן אין אנווארעמען אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים און קונטרסים וואס ברענגען א גאולה בפרטיות פאר יעדן איינעם, און די גאולה כללית.


בנוגע דיין פלאן צו מאכן א נסיעה קיין אוקריינע צו מקומות הקדושים מיט געציילטע מענטשן וואס געבן אכצן טויזנט דאלער; וואס זאל איך דיר זאגן, מיר איז נישט גרינג צו פארן און קומען יעדן צווייטן טאג, איך פאר שוין אפאר מאל א יאר; איך פאר צום רבי'ן אויף ראש השנה, און צו רבי שמעון בר יוחאי אויף ל"ג בעומר, נאכדעם איז שוין דא די יערליכע נסיעה פאר די יערליכע קאמפיין, אויסער דעם פאר איך קיין ארץ ישראל מחזק זיין די חברים תלמידי היכל הקודש, מיר איז נישט גרינג א נסיעה, אפשר האסטו עפעס אן אנדערע געדאנק וואס מען קען אנווארעמען אנשי שלומינו פאר די הדפסה.


לדעתי האבן אנשי שלומינו די שטערקסטע געפיל צו הדפסה, ווייל דאס איז דאך די חשוב'סטע זאך געווען ביי מוהרא"ש, אויך האט מוהרא"ש מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן זיינע ספרים – וועט זען אפענע ניסים.

#139 - שנייד נישט פון די מעשר געלט
צדקה, הדפסה, פרנסה, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מעשר געלט געבט מען פאר צדקה, נישטא אזא זאך נעמען מעשר פאר זיך; אז מען נעמט מעשר געלט פאר זיך - פארלירט מען פון די שפע.


אינטערעסאנט, דאס איז די ערשטע זאך וואס מען וויל שניידן; ווען מען שפירט א צמצום, טראכט מען די ערשטע זאך מען גייט שניידן פון די צדקה, מען גייט אויסארבעטן צו נעמען די מעשר פאר דאס און פאר יענץ... אז מען איז מצומצם אין די פרנסה - דארף מען די ערשטע זאך תשובה טון, קומען אין שול דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, און זיך פירן מיט דרך ארץ ביים דאווענען, נישט רעדן מיט קיינעם ביים דאווענען, נישט נוצן דעם טעלעפאן ביים דאווענען.


אז דו קענסט זיך נישט דעקן - זאלסטו נישט אויפהערן געבן צדקה; געב דיין מעשר פאר צדקה, און א ברסלב'ער חסיד מיט שכל געבט זיין מעשר פאר אייביגע צדקות, פאר דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, פארשפרייטן די זיסע ליכטיגקייט פאר די וועלט. אז מען מאכט זיך א חשבון, ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעקוקט אנעם רבי'ן און ווי אזוי זענען מיר מקורב געווארן, נאר דורך די הייליגע ספרים; דארפן מיר מקרב זיין די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#138 - דרוקן די הייליגע קונטרסים איז וויכטיגער ווי שרייבן יעצט א ספר תורה
הדפסה, ספר תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך אז דו האסט זיך אונטערגענומען צו שרייבן א ספר תורה לזכות דעם הייליגן רבי'ן, אבער איך וויל נישט עס זאל גיין אויפן חשבון פון די הדפסה, אויב גייט דאס אויפן חשבון פון צאמנעמען געלט פארן בית הדפוס; ווייל דרוקן די הייליגע קונטרסים פון מוהרא"ש, די עצות פון רבי'ן - איז מיר וויכטיגער ווי שרייבן יעצט א ספר תורה.


ובכן בעט איך דיר זייער, אויב דו קענסט באווייזן צאמצונעמען אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א זכות אינעם ספר תורה, און עס זאל נישט גיין אויפן חשבון פון צאמנעמען געלט פארן בית הדפוס - מה טוב ומה נעים, אבער אויב וועט דאס אוועקנעמען פון דיר צייט, מח און געפיל - פון צאמנעמען געלט פאר קרן הדפסה - לוינט נישט די גאנצע זאך.


ביי מוהרא"ש איז געווען הדפסה והפצה דאס וויכטיגסטע און הייליגסטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#137 - דיין תיקון איז צו דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים
התחזקות, הפצה, הדפסה, תשובה, עבירות, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די גרעסטע צדקה איז העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארשפרייט פאר אלעמען. בפרט ווער עס האט פוגם געווען בברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אדער געפאלן אין ניאוף, מיט נשג"ז, רחמנא לצלן רחמנא לישזבן - איז זיין תיקון צו דרוקן די ספרים און דאס פארשפרייטן, אזוי וועט ער פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען.


עס איז דא אסאך ספרים, אסאך גוטע זאכן, אבער פון איין זאך רעדט קיינער נישט; קיינער רעדט נישט צו די בחורים און אינגעלייט וואס זענען געפאלן אין פגם הברית, די וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן אין די נעץ פונעם שטן, זיי ליגן אין די טומאה פון ניאוף, זיי גייען ארום זייער פארלוירן, זייער צעבראכן, זיי טראכטן מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן, און נאר די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש רעדט צו זיי, איז זיי מחזק און ווייזט זיי די וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


געב דיין צדקה צו דרוקן די ספרים פון רבי'ן, בפרט די ליכטיגע זיסע קונטרסים פון מוהרא"ש און די הייליגע בריוו פון אשר בנחל, וואס איז מחי' ומחזק אלפים ורבבות; וועסטו אלעס מתקן זיין.


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#136 - קום העלפן אין בית הדפוס
חינוך הילדים, הדפסה, סבלנות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך- יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ... נרו יאיר


די טעג וואס דו האסט נישט קיין ארבעט – זאלסטו גיין אין בית הדפוס העלפן בהתנדבות, דרוקן און פאקן פעקלעך פון די ספרים און קונטרסים. גיי נישט ליידיג, און חס ושלום גיי נישט צו די הרי חושך, קום אין אונזער בית הדפוס עוסק זיין בתיקון העולם, האבן א חלק אין מזכה זיין נשמות ישראל מיט די עצות און ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


האב סבלנות צו דיינע קינדער, שלאגן איז אסור און שרייען העלפט נישט, מען דארף זאגן נאכאמאל און נאכאמאל מיט סבלנות און שטארקקייט.

#135 - מען מוז ענדיגן מגיה זיין און דרוקן אשר בנחל אידיש
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל בית הדפוס היכל הקודש ליבערטי


איך האב נישט קיין מנוחה אז איך האב צוגעזאגט בתורת נדר אז איך וועל דרוקן און פארשפרייטן ספר אשר בנחל אין אידיש, און נאכאלץ האט מען נאכנישט געקענט ענדיגן מגיה זיין און דאס טון.


ובכן וויל איך דיר זאגן זאלסט שוין יעצט צוריק נעמען אלע מכתבים פון ... און זוכן א צווייטער זאל דאס טון, אפשר קענסטו דאס טון דורך ....


איך האב געלט פאר דעם פראיעקט, איך וויל דאס זען אינדרויסן אויף די יאר, און אז דאס וועט זיך שלעפן – וועל איך דאס אוועקנעמען פון דיר, איך וועל גיין צו א צווייטן דאס דרוקן.


איך בעט שוין די זאך פאר די לעצטע פינף יאר, און עס איז נישט גערעכט אז גארנישט רוקט זיך נישט.