בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האף אז דו האסט טאקע אפגעהאקט אלע דיינע קשרים וכו'.
איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט אזוי ווייט פארקראכן אין די טומאה; אינדרויסן זעסטו אויס ווי ווייס איך וועם און שטילערהייט ביסטו גאר עפעס אנדערש.
וויפיל מעשיות איך האב שוין געהערט פון אינגעלייט וואס זינקען אין די שערי טומאה... אבער אזאנס וואס דו האסט מיר געשריבן וכו' - דאס האב איך נאך נישט געהערט. יעדן טאג שרייבסטו נאך אביסל און נאך אביסל, עס זעט אויס ווי דו האסט מורא צו דערציילן אלעס אויף איינמאל. גיי ווייס וואס נאך דו טוסט אפ, השם ישמרינו.
טייערער ברודער, אנטלויף פון די אלע וכו'; קוק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן י): "לֹא תִּכָּנֵס עִם פִּתּוּיֶיךָ בְּטוֹעֵן וְנִטְעָן, כִּי אֲרִיכַת הַרְגָּשַׁת הַחוֹשֵׁב אֲפִלּוּ לִבְחִינַת הַשּׁוֹלֵל תִּפְעַל הַגְבָּרַת הַחֵפֵץ וְתִתְהַפֵּךְ הָרָצוֹן אֵלָיו", מיט שמוץ טאר מען נישט האבן קיין מגע ומשא.
אז דו וועסט תשובה טון וועט דיר גוט זיין - סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענע וועלט, אבער אויב דו וועסט נישט תשובה טון וועסטו פארלירן דיין לעבן. דאס איז אפגערעדט אז אויב דיין משפחה וועט זיך דערוואוסן וואסערע באנדיט דו ביסט, וועט קיינער מיט דיר נישט שטיין אין ווארט; דיין ווייב איז אפגערעדט, זי וועט דיר איבערלאזן און מאכן א ברוך שפטרנו בשם ומלכות אויף דיר, דיינע קינדער וועסטו נישט קענען זען, דו וועסט ווייס און אלט ווערן ביז דו וועסט זיי קענען זען, און אפילו די אלע וועם דו לויפסט נאך השם ישמרינו, זיי וועלן דיר איינשפארן אין תפיסה.
מיין נישט אז איך טרייב איבער; אזוי ווי איך שרייב דיר – גענוי אזוי וועט זיין, אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט.): "שֶׁכָּל הַנּוֹתֵן עֵינָיו בַּמֶּה שֶׁאֵינוֹ שֶׁלּוֹ, מַה שֶׁמְּבַקֵּשׁ אֵין נוֹתְנִין לוֹ, וּמַה שֶׁבְּיָדוֹ נוֹטְלִין הֵימֶנּוּ", ווער עס טוט אן עבירה פארלירט אלעס - סיי וואס ער האט, און וועמען מען וויל וכו' פארלירט מען אויך.
ווי לאנג מיינסטו וועסטו קענען שפילן א טאפלטער לעבן?! ווי לאנג מיינסטו וועסטו קענען באהאלטן פון דיין ווייב מיט וועם דו רעדסט און מיט וועם דו שרייבסט זיך?! ווי לאנג נאך וועסטו קענען לעבן א לעבן פון צוויי מענטשן?! דא מאכסטו זיך ווי א שיינער איד און פון די אנדערע זייט גייסטו מיט עקעלדיגע גוי'טעס רחמנא לצלן?! נישט גענוג דו גייסט צו די שווארצע יאר וכו', נעמסטו אומשילדיגע אידישע וכו'?! געוואלד און געשריגן (משלי ה, כ): "לָמָּה תִשְׁגֶּה בְנִי בְזָרָה, וּתְחַבֵּק חֵק נָכְרִיָּה?!" דו האסט דאך א ווייב און קינדער!
קוק וואס שלמה המלך זאגט (משלי ז, כב): "הוֹלֵךְ אַחֲרֶיהָ - פִּתְאֹם כְּשׁוֹר אֶל טֶבַח יָבֹא", ווער עס גייט נאך עבירות רחמנא לצלן איז אזוי ווי א קוה וואס גייט צו די שחיטה; פלוצים קומט אן דער ביטערער שטראף.
איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט באמת תשובה געטון.