בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג אביסל משניות און גמרא.
קוק זיך גוט ארום אויפ'ן וועלטל וואס גייט פאר; מענטשן ארבעטן, שוויצן און רייסן זיך איבער פאר גארנישט און פאר נישט. עס גייט אריבער די פאר יאר וואס מען לעבט און פלוצלינג ווערט מען אלט, מען ווערט דעפרעסט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (משניות קנים ג, ו): "זִקְנֵי עַם הָאָרֶץ, כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין דַּעְתָּן מִטָּרֶפֶת עֲלֵיהֶן", מענטשן וואס לערנען נישט, ווי עלטער זיי ווערן אלץ מער נאריש, דעפרעסט און צעקלאפט ווערן זיי, מה שאין כן ווען מען לערנט יעדן טאג תורה, מען כאפט אריין אביסל תורה יעדן טאג, דעמאלט (שם): "כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין", ווי עלטער מען ווערט, "דַּעְתָּן מִתְיַשֶּׁבֶת עֲלֵיהֶן", ווערט מען מער באזעצן, פרייליך און צופרידן.
פארגעס נישט וואס איך האב געלערנט מיט דיר די אלע יארן אין ישיבה, אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן. מען זאל ארויסכאפן יעדן טאג פרקים משניות.
איך זיץ יעצט אונטערן בוים אין מחנה היכל הקודש ברסלב, מאנטיסעלאו; איך בין פריער אנגעקומען אין קעמפ, אויפן וועג האב איך געלערנט דריי מאל ח"י פרקים משניות, אשרינו מה טוב חלקינו! מיט'ן דרך הלימוד קען מען יעדן טאג לערנען, אפילו אויפ'ן וועג ארויס צום קאנטרי.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.