בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נעכטן נאכט האט מיך א אינגערמאן אין שטעטל איינגעלאדנט ביי זיך אין שטוב צו א סיום אויף הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה; איך בין געזיצן ביי די סיום און אזוי הנאה געהאט, איך האב באקומען פרישע כוחות. איך האב געזאגט ביי די סיום, מענטשן פרעגן כסדר 'וואו איז די שטעטל?' מען זוכט עפעס צו זען; וואס איז שייך צו ווייזן? וואס איז שייך צו זען? ביימער איז דא אין יעדע פלאץ; דא איז די שטעטל! דער שטעטל איז זען אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה און זענען דבוק צום אייבערשטן, דבוק צו די הייליגע תורה.
ביי דער סיום האבן זיך באטייליגט די זיידעס, אויך הרב רבי דניאל שליט"א. מיר האבן געהאט שיינע שיחת חברים, פון די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן אין די חדר פון היכל הקודש, מיר האבן דעם דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מיר קענען לערנען וואו מיר זענען; אין שטאט, אין קאנטרי, נישט משנה וואו מען געפינט זיך, און די רחמנות אויף די וואס האבן נישט דעם וועג צו לערנען; יעדע מינוט האט מען אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו לערנען, און די אינגעלייט און בחורים אין די קאנטריס זוכן אזא בוים צו לערנען, נאך אפאר מינוט שלעפט מען דעם טיש אויף א צווייטע פלאץ, ביז מען איז מחליט 'אפשר גיין אין אן אנדערע קאנטרי?' מען גייט און מען קומט, און מען קומט און מען גייט, און אזוי גייט אריבער דאס לעבן אן אפילו ענדיגן איין מאל ששה סדרי משנה, איין מאל ש"ס, און אפילו איין מסכתא.
נאך א שיינע זאך האב איך געהאט נעכטן, א ווייבל פון שטעטל שרייבט א בריוו אז זי האט נעכטן מסיים געווען די הונדערט'סטע מאל ספר תהילים; דאס איז די שיינקייט פון דעם פלאץ, דאס איז די שטעטל; זען ווי מען לעבט מיט תכלית, מען לעבט באקוועם, יעדער האט זיין הויז, זיין געזינדל, און דאס פלעכט מען אינאיינעם מיטן באשעפער; דער מאן מיטן משניות און דאס ווייבל מיטן תהילים, דער מאן מיטן טלית ותפילין און דאס ווייבל מיט אויפציען א שטוב מיט אמונה, מיט שמחה.
איך האף שוין אנצוהויבן שיעורי התחזקות יעדע נאכט; ביז דערווייל איז דער פלאץ נאכנישט געווען גרייט, איך האף צום אייבערשטן, אדער היינט אדער מארגן - וועט שוין זיין די טעגליכע שיעורים יעדע נאכט אום אכט דרייסיג.
ארבעט נישט איבער דיינע כוחות אז דו זאלסט קענען האבן געלט צו גיין אויף וואקאציע, זיך אפרוען פון די שווערע ארבעט; צעטייל די וואקאציע אויף אביסל יעדן טאג, נאך פינף אזייגער אדער זעקס אזייגער - גיי אהיים אויף וואקאציע, דארפסט נישט צעטיילן די קינדער, זוכן טובות פון אנדערע; האלט די קינדער מיט דיר, רעד מיט זיי, הער זיי אויס; זייערע מעשה'לעך, חכמה'לעך, און נעם וואקאציע; נעם דיין משניות, זיץ אונטערן בוים און זאג נאך א פרק און נאך א פרק, און ווען דו ווילסט זיך אפרוען - רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, דאנק און לויב, און ווען דו ווילסט זיך שוין אפרוען פון התבודדות - גיי צוריק צום משניות און גמרא.
היינט אינדערפרי בין איך געווען אין בית המדרש אשר בנחל, מען האט געגאסן די מקוה. דער דיין מיט די כולל אינגעלייט וועלכע האבן גוט דורכגעלערנט הלכות מקוואות זענען דארט געווען און געזען אז אלעס זאל זיין כשר וישר, די אינגעלייט האבן דאס געגאסן, איך האלט שוין נישט חשבון די וויפלטע מקוה מען האלט שוין.
אינדערפרי איז דא דער שיעור אונטן אין וואלד ביי די בחורים, מען לערנט אינאיינעם א בלאט גמרא; עס איז אזוי מחי'דיג, אזוי געשמאק; לערן דו אויך דעם בלאט גמרא, אפילו נאר זאגן די ווערטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.