בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז מען פירט זיך ערליך, וועט מען זיכער באקומען אלע ברכות
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, סמארטפאון, ברכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב זאגט זי האט געליינט א בריוו אין עצתו אמונה ווי א פרוי באקומט אלע ברכות פארן אויפגעבן איר טעלעפאן, זי פרעגט וואס איז מיט איר און מיט די אלע פרויען וואס האבן בכלל נישט געהאט קיין סמארטפאון, מיר ווילן אויך א בריוו מיט א הבטחה פאר ערליכע דורות.


אויך ווען זי ליינט די בריוו פאר פרויען וואס האבן זיך אפגעשוירן זייער האר, ווי זיי באקומען אזעלכע שיינע ברכות, זי זאגט זי וויל אויך די ברכות.


געב איבער אין שטוב אז אודאי און אודאי וועט זי זוכה זיין צו ערליכע דורות בזכות וואס זי האט נישט א סמארטפאון, זי האלט זויבער איר שטוב און אודאי וועט זי זוכה זיין צו ערליכע דורות בזכות וואס זי האט זיך אפגעשוירן גלייך די ערשטע טאג נאך די חתונה, אזוי ווי אלע ערליכע פרויען, זי וועט זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי ווינטשט; קינדער צדיקים, פרנסה בריווח, פארטרייבן די טומאה פון שטוב וכו' וכו' (עיין זוהר הקדוש פרשת נשא, קכה:).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.