בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - אז מען פירט זיך ערליך, וועט מען זיכער באקומען אלע ברכות
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, סמארטפאון, ברכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב זאגט זי האט געליינט א בריוו אין עצתו אמונה ווי א פרוי באקומט אלע ברכות פארן אויפגעבן איר טעלעפאן, זי פרעגט וואס איז מיט איר און מיט די אלע פרויען וואס האבן בכלל נישט געהאט קיין סמארטפאון, מיר ווילן אויך א בריוו מיט א הבטחה פאר ערליכע דורות.


אויך ווען זי ליינט די בריוו פאר פרויען וואס האבן זיך אפגעשוירן זייער האר, ווי זיי באקומען אזעלכע שיינע ברכות, זי זאגט זי וויל אויך די ברכות.


געב איבער אין שטוב אז אודאי און אודאי וועט זי זוכה זיין צו ערליכע דורות בזכות וואס זי האט נישט א סמארטפאון, זי האלט זויבער איר שטוב און אודאי וועט זי זוכה זיין צו ערליכע דורות בזכות וואס זי האט זיך אפגעשוירן גלייך די ערשטע טאג נאך די חתונה, אזוי ווי אלע ערליכע פרויען, זי וועט זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי ווינטשט; קינדער צדיקים, פרנסה בריווח, פארטרייבן די טומאה פון שטוב וכו' וכו' (עיין זוהר הקדוש פרשת נשא, קכה:).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - בזכות מאכן ברכות, וועט איר מער נישט מורא האבן
פחדים, אמונה, ברכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר האט מורא ביינאכט, איר קענט נישט שלאפן פון שרעק – זאלט איר טראכטן פון אמונה; טראכטס 'דער אייבערשטער איז דא, מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ער היט מיך, ער איז דא, קיינער קען מיר גארנישט טון'.


נעמט זיך פאר צו מאכן פאָר ברכות און נאך ברכות, ווייל אויב מען פארגעסט צו מאכן ברכות ביים עסן, מען עסט אן א פאָר ברכה אדער מען פארגעסט צו מאכן א נאך ברכה - פון דעם קומט שרעק. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן יד): "מִי שֶׁאֵינוֹ נִזְהָר בְּבִרְכַּת הַנֶּהֱנִין", ווער עס איז נישט געווארנט צו מאכן ברכות ביים עסן, "תְּחִלָּה", פאָר ברכות, "וָסוֹף", און נאָך ברכות - "פְּחָדִים בָּאִים עָלָיו", וועט ער האבן פחדים; אזוי ווי עס שטייט (תהלים נג, ה-ו): "אָכְלוּ לֶחֶם, אֱלֹקִים, לֹא קָרָאוּ", אז מען עסט ברויט און מען דאנקט נישט דעם אייבערשטן – "שָׁם, פָּחֲדוּ פַחַד", ווערט מען דערשראקן.


בזכות מאכן ברכות וועט איר מער נישט מורא האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - אויב מען מאכט נישט קיין ברכות, קומט פחדים
פחדים, קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, ברכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז א קינד דערשטיקט זיך איינמאל ביים זייגן - מיינט נישט אז ער גייט זיך נאכאמאל דערשטיקן, מען קען נישט לעבן אין שרעק און טראכטן 'אפשר יעצט גייט זיך דער קינד חס ושלום דערשטיקן', און אז איר זענט געגאנגען פרעגן דעם דאקטער און ער זאגט אויך אז עס איז גארנישט - איז דאס טאקע גארנישט.


נעמט אייך פאר צו מאכן פאר ברכות און נאך ברכות, ווייל אויב מען מאכט נישט קיין ברכות - קומט פחדים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, סימן יד): "מִי שֶׁאֵינוֹ נִזְהָר בְּבִרְכַּת הַנֶּהֱנִין תְּחִלָּה וָסוֹף, פְּחָדִים בָּאִים עָלָיו", ווער עס איז נישט געווארנט צו מאכן פאר ברכות און נאך ברכות - קומט צו אים שרעק.


געבט זיך איבער צום אייבערשטן - וועט דער לעבן זיין א געשמאק; נאר דער וואס לעבט מיט אמונה - דער האט הנאה פון די לעבן, ווייל אן אמונה איז דער לעבן איין שטיק שרעק, איין שטיק אפקומעניש.


וואויל איז דעם וואס לעבט מיט אמונה, איז אים שטענדיג גוט.

#6 - מזל טוב צו דיין חתונה
חתונה, שמחות, ברכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב צו דיין חתונה, איך בין יעצט אויפ'ן עראפלאן, איך פאר קיין מירון צו רבי שמעון בר יוחאי, איך וועל זיך נישט באטייליגן ביי דיין חתונה; א ברכה וויל איך דיר וואונטשן:


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט לעבן מיט דיין ווייב באהבה, אחוה, שלום וריעות, דיין שטוב זאל זיין א פלאץ פאר השראת השכינה.


פון דיין ראש ישיבה.

#5 - איך האב נישט געקענט אנקומען צו אייער חתונה
חתונה, שמחות, ברכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מזל טוב ... נרו יאיר! מזל טוב ... תחי'!


איך האב זייער געוואלט זיין ביי ענקער חתונה, איך האב געהאט געמאכט אלע פלענער צו זיין ביי די חתונה; למעשה האט זיך דאס נישט אויסגעארבעט, איך בין געבליבן שטעקן אין יבנאל ביי א שמחה פון א וואך נאכט, פון דארט בין איך געלאפן גלייך צום לופטפעלד.


א ברכה אבער קען איך נאך געבן, און דאווענען פאר ענקער הצלחה וועל איך ווייטער; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, ליכטיגע אידישע דורות, נאמנים לה' ולתורתו.

#4 - דער אייבערשטער זאל דיר געבן נחת דקדושה ביי אלע דיינע קינדער
שמחות, ברכות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר ווינטשן יעצט בעת שמחתך, ווען דו גייסט אונטערפירן דיין טאכטער הכלה ... תחי' מיט החתן ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת דקדושה ביי אלע דיינע קינדער אינאיינעם מיט דיין ווייב תחי', דורות ישרים ומבורכים, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו קבלת פני משיח צדקינו.

#3 - אין זכות פון אפשערן די האר, זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, ברכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בין זייער פרייליך צו הערן די פרייליכע נייעס אז איר האט זיך געשטארקט מיט אייערע כוחות און זיך אפגעשוירן אייערע האר.


איך וואונטש אייך, בזכות די מסירות נפש זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות; די שכינה הקדושה זאל רוען ביי אייך אין שטוב, איר און אייער מאן זאלן זוכה זיין צו קינדער צדיקים.


איר האט מיר זייער מחי' געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אז מ'גלייבט, באקומט מען די ישועה
ישועות, אמונה, אומאן, אמונת חכמים, ברכות

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דעם בריוו שרייב איך אייך פון אומאן. מיין ווייב זאגט מיר אז איר זענט זייער צעבראכן, איר זאגט אז אייער מאן האט אייך שוין צוגעזאגט די לעצטע פאר יאר אז ער גייט אהיימברענגען ישועות פון אומאן, און נאכאלץ ווארט איר אויף די ישועה, איר טראכט אז איר וועט שוין נישט געהאלפן ווערן.


דעריבער שרייב איך אייך פון אומאן, וויסן זאלט איר אז מען דארף האבן אמונה, מען דארף גלייבן אז תפילה העלפט, גיין צו צדיקים העלפט, בפרט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה העלפט; דאס וואס מען ווארט אויף א ישועה איז נאר פאר די טובה פונעם מענטש.


איך גלייב אז איר גייט האבן א ישועה, איך בין היינט געווען ביים ציון און אסאך געבעטן פאר אייך און פאר אייער מאן, אבער וויסן זאלט איר אז מען דארף האבן אמונה, אמונה איז די כלי מען זאל קענען מקבל זיין, אויב מען בעט א ברכה פון א צדיק, דער צדיק וואונטשט, אויב דער מענטש זאגט נישט "אמן", איז נישטא די פלאץ וואו די ברכה זאל חל זיין, ווען מען זאגט "אמן", מען גלייבט - דעמאלט קומט די ישועה.


די אלע וואס קומען צום צדיק און זאגן "איך האב שוין באקומען אזויפיל מאל הבטחות און למעשה איז גארנישט געשען", זיי האבן טענות; דאס איז די אייגענע פראבלעם, זיי דארפן גלייבן.


איר וועט האבן א ישועה ווייל איך גלייב אז איר וועט שוין געהאלפן ווערן.


כתיבה וחתימה טובה.

#1 - זיך צוגעוואוינען צו בענטשן, נישט שעלטן
שידוכים, רפואה, ברכות, קללות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער נישט גוט דיין הנהגה, דו שעלסט וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות אות קללה, חלק ב', סימן א'): "אָדָם הָרָגִיל בִּקְלָלוֹת, הוּא מֵעוֹלָם הַתּוֹהוּ", דער וואס שעלט איז אין עולם התוהו, ער לעבט אן אמונה, ביי אים איז אלעס תוהו ובוהו; ענדערש זאלסטו זיך צוגעוואוינען בענטשן יעדן איינעם, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "הָרָגִיל בִּבְרָכָה, הוּא מֵעוֹלָם הַתִּקּוּן", ווער עס בענטשט יעדן איינעם, דער איז אין עולם התיקון; דער איז א געזונטער מענטש, א גאנצער מענטש, דאס ווייזט אז די אמונה איז ביי אים גאנץ.


בנוגע אויפהערן נעמען די מעדעצין; דאס קען מען נאר טון מיט א דאקטער, מען קען נישט אפלאזן פלוצלונג, דעמאלט קען מען צוריקפאלן און עס קען ווערן ערגער; גיי צום דאקטער און וואס דער דאקטער וועט דיר זאגן – אזוי זאלסטו טון.


בנוגע דיין שידוך; דו זיי מתפלל אז דו זאלסט טרעפן דיין שידוך. א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, ווי מער מען בעט אויף דעם - אלץ נענטער קומט דער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים