בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איבער די טראנספארטאציע, און וועגן די מוסדות
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, בפרט מיט דעם וואס דו זעסט אז די 'טרענספארטעישן' זאל קלאפן אזוי ווי עס דארף צו זיין, אז די אינגלעך און מיידלעך זאלן אנקומען צייטליך אין חדר און אין סקול, כדי אלעס זאל גיין אזוי ווי עס דארף צו זיין.


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט איבער געבן פאר אלע דרייווערס, אז מען דארף זיין צייטליך אין חדר און אין סקול, און יעדע מינוט וואס מען קומט אן שפעט אין חדר איז דאס ביטול תורה פון תינוקת של בית רבן, וואס אין זכות פון זייער לערנען תורה שטייט דער וועלט. דערפאר זאל מען נישט שטיין און ווארטן ביי די הייזער ביז יעדע מאמע נעמט זיך צוזאם און ווערט גרייט, נאר מען דארף וויסן א זמן ווען מען קומט אן, און אויב קיינער ווארט נישט אינדרויסן זאל דער דרייווער אוועק פארן און איבער לאזן די קינדער.


ווען די עלטערן וועלן זען אז דער דרייווער פארט אוועק, ער מאכט זיך נישט וואוסענדיג און ער הייבט נישט אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט אים, וועלן אלע עלטערן זיין גרייט אין צייט.


איך האב היינט באקומען א אויפגעברויזטע טעלעפאן רוף פון א טאטע, ווי ער שרייט אז דער דרייווער ווארט נישט וכו', איך האב אים גארנישט געענטפערט, אבער ביי מיר האב איך זייער הנאה געהאט צו זען אז דער דרייווער פארט אין צייט, און מאכט נישט קיין אויסנאם פאר קיינעם.


אויך בעט איך דיר, זאלסט זען צו מאכן גרינגער פאר די דרייווערס זיי זאלן נישט דארפן אריין פארן אין יעדן גאס; אויב עס קומט אויס גרינגער מען זאל נישט אריין פארן אינעם גאס, זאלן די קינדער קומען ביים עק גאס. געדענק דעם כלל וואס איך זאג דיר: "ווי מער מען געבט, אלץ מער שפייט מען צוריק"; מען ווערט נישט קיין גוטע מוסד אז דער באס שטעלט זיך אפ ביי יעדע הויז וכו', און מיר דארפן נישט נאכמאכן וואס יעדע מוסד טוט כדי צו געוואונען נאך קינדער אינעם מוסד. אויב די עלטערן וועלן נישט זיין צופרידן אז מען הייסט זיי קומען צום קארנער, קענען זיי זוכן א מוסד וואס נישט נאר מען שטעלט זיך אפ ביים הויז, נאר מען שיקט ארויף דעם מלמד ביזן שטוב, און נעמט איבער דעם קינד פונעם טיר צום טיר - "טיר צו טיר סערוויס".


אויך וויל איך דיר בעטן דו זאלסט איבער געבן פאר די וואס דרייוון דעם באס דא אין שטאט, אז די מיידלעך קענען נישט גיין מיטן באס, דער באס איז נאר געמאכט פאר קליינע קינדער וואס קענען נאך נישט אליין גיין וכו'.


שטארק דיך, און ווי לאנג דו ביסט אין ישיבה זע צו העלפן אז מיר זאלן האבן שיינע מוסדות; פארגעס נישט אז דו טוסט דאס אלעס פאר דיר אליין, ווייל נאך אביסל וועסטו האבן א פלאץ וואו דו וועסט שיקן דיינע קינדער, א פלאץ וואו מען לערנט תורה בקדושה ובטהרה; מען פארשעמט נישט און מען פראסקעט נישט וכו' וכו'.


מען קען הערן היינט ווי מענטשן זאגן: "נַא, היינט שלאגט מען שוין נישט, היינט שטויסט מען שוין נישט"; איך וועל דיר פארציילן א קליינע מעשה וואס דו וועסט שוין אליין פארשטיין. א אינגערמאן פארציילט מיר, ער וואוינט אין מאנסי, און ער האט אריין געשיקט יעצט נאכן זומער זיין אינגל אין כתה א' אין א חשוב'ע תלמוד תורה (וואס מיינט חשוב? אז דארט נעמט מען נישט אן נאר אויב מען שרייבט איין דאס קינד נאך פאר מען איז געבוירן), נאך אפאר טעג, האבן די עלטערן באמערקט אז דאס קינד וועקט זיך אויף נאכט נאך נאכט מיט קולי קולות, ווען דער מאמע האט אים בארואיגט און געפרעגט: "וואס גייט פאר? וואס שרייסטו?" ענטפערט ער: "מיין רבי גייט מיר הרג'נען", יעדע נאכט האט זיך איבער גע'חזר'ט די זעלבע מעשה, דאס קינד שרייט: "מיין רבי גייט מיר הרג'נען"; דא רעדט מען פון כתה א', א קינד פון פיר און א האלב יאר וועקט זיך אויף יעדע נאכט און שרייט: "מיין רבי גייט מיר הרג'נען", דער אינגערמאן זאגט מיר עס האט אים געכאפט א ציטער, וואס גייט דא פאר? דאס איז דאך א חשוב'ע מוסד... הער ווייטער די מעשה, חול המועד זאגט אים זיין קינד: "טאטי, שרייב א מצוה צעטל פאר די בעבי, ווייל זי האלט די הענט אויף די הייטשער גראד פאר א לאנגע צייט, זי רירט זיך נישט, און מיין רבי זאגט אז ווער עס האלט די הענט אויפן טיש און רירט זיך נישט, ער באקומט א מצוה", דאס הייסט א מלמד אין א חשוב'ע מוסד...


א פרוי זאגט מיר: איך קען נישט זאגן קיין תהילים, ווייל ווען איך בין געווען אין צווייטע קלאס האט מען געזאגט תהילים; יעדע מיידל האט געדארפט זאגן א פסוק, די סדר איז געווען אז איין מיידל האט געזאגט א ווארט און די מיידלעך האבן איר נאכגעזאגט ווארט ביי ווארט. פארציילט די פרוי אז זי האט נישט געקענט אזוי גוט עברי, האט זי געזאגט זייער שטייט, און אנשטאט די טיטשער זאל איר  מחזק זיין און איר העלפן אז זי זאל זיך אויסלערנען גוט עברי, רופט זיך אן די טיטשער: "דער אייבערשטער האט נישט קיין כח צו ווארטן ווי לאנג דו זאגסט, דו דארפסט נישט זאגן"; זי איז געזיצן א גאנץ יאר אין קלאס, און ווען עס איז געקומען איר רייע צו זאגן האט מען איר איבערגעהיפט, ווייל "דער אייבערשטער האט נישט קיין כח צו ווארטן ווי לאנג זי זאגט". זאגט זי, אז ביז היינט קען זי נישט קיין עברי, און אפגערעדט אז זי איז פארווייטאגט אויף די תהילים, און זי קען נישט זאגן קיין תהילים. דערפאר, אז דו העלפסט מיר אויפבויען די חדר מיט די סקול, זאלסטו וויסן אז דו גרייסט אן מוסדות פאר דיר אליין - פאר דיינע קינדער.


נאכאמאל, אויב דו ווילסט מיר העלפן וויל איך וויסן יעדע פרט וואס טוט זיך אינעם מוסד, און איך וויל נישט מען זאל נעמען די טרענספארטעישן און מאכן אז עס זאל קאסטן פאר די מוסד מער מיט איין דאללער אויב עס פעלט נישט אויס; איך בין נישט קיין נצרך לבריות, איך זוך נישט צו האבן מיט נאך א קינד מער אינעם מוסד.


איך וועל דיר פארציילן א מעשה, ביי מיר אין בנין וואוינען אסאך משפחות; געדענק איך, אז דארט האט אמאל געוואוינט א משפחה וואס די מאמע האט זיך אויפגעטון אז זי האט איבערגעדרייט די מוסד וואו זי האט געשיקט אירע קינדער. די מוסד איז געווען א קליינע מוסד און זיי האבן נישט געהאט גענוג באסעס, האבן זיי געבעטן די מאמעס זיי זאלן קומען צו די עק גאס (קארנער), אבער זי האט איבערגעדרייט די מוסד אז זי גייט נישט ארויס קיין איין טריט פונעם בנין, זי איז געלאפן צום מנהל, צו די הנהלה, און זיי האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט ביז זי איז געגאנגען צום רב, וואס היות דער רב דארט איז א נצרך לבריות, און דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו) אז עס איז דא כמה אופנים ווי אזוי מען קען זיין א נצרך לבריות; איינער איז א נצרך לבריות אז ער דארף יענעמס געלט, איינער דארף כבוד פון יענעם, איינער דארף פשוט נאך א מענטש אויף די פארענטשעס, האט ער געהייסן מען זאל קויפן נאך א באס אז די מאמע זאל זיך נישט דארפן מטריח זיין אין ארויס גיין אפאר איבעריגע טריט.


ברוך השם איך דארף נישט קיינעם, איך האב אויפגעשטעלט די מוסד מיט מסירת נפש פאר מיינע תלמידים, פאר ווער עס וויל געבן פאר זיינע קינדער א חינוך אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פונעם הייליגן רבי'ן; איך וויל נישט מען זאל קויפן נאך א באס אדער נאך א ווען אויב פעלט עס נישט אויס. געדענק וואס איך זאג דיר: "ווי מער מען געבט, אלץ מער שפייט מען צוריק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.