בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1037 - פרייליכע שבת סעודות
קינדער, שמחה, חינוך הילדים, זמירות שבת, שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב זיך זייער געפרייט דיך צו זען ביים רבי'ן ראש השנה אין אומאן, מיר וואוינען נישט ווייט און מיר זעען זיך נאר אין אומאן.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך מקבל זיין צו מאכן פרייליכע שבת סעודות אין שטוב, זיך קאנצענטרירן אז די סעודות זאלן זיין נאר פרייליך, נאר זינגען און אויסלויבן אלע קינדער, יעדן קינד אויסלויבן מיט זיינע מעלות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יז): "שבת דארף מען זיין נאר פרייליך", און אזוי שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת יתרו, פח; די שטיקל זוהר וואס מען זאגט ליל שבת ביי די סעודה): "הֲוֵי חָדֵי בְּכָל חַד וְחַד", די הייליגע תנאים, די חבריא קדישא פון רבי שמעון בר יוחאי האבן זיך זייער געפרייט שבת ביי די סעודות.


מען זעט קלאר ווי דאס איז נישט קיין גרינגע עבודה, דער סמ"ך מ"ם וכת דיליה קומען צו אלעמען ביי די שבת סעודות מיט טריקס אויפצורעגן, און עס זאל זיך טון צווישן די קינדער; דער קינד שטופט דעם קינד, און דער צווייטער רעגט זיך אויף און גיסט אים אן, ביז די עלטערן פארגעסן, און פארלירן זיך, און די טיש ווערט א שטיק ווייטאג און כעס השם ישמרינו; זאלסטו זיך מקבל זיין און זיך קאנצענטרירן אז די צייט פון די סעודות איז רואיג און פרייליך, און מאכן א פרייליכע אטמאספער וכו'.

#1036 - ווי אזוי האנדלט מען מיט טינעידזש קינדער?
תודה והודאה, חינוך הילדים, סבלנות, נחת, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך האב ענק שוין אזויפיל מאל געזאגט אז ענקער קינד איז טייער און אזוי גייט ביי זייער אסאך קינדער, ווען מען קומט אין די יארן פון דרייצן פערצן – הייבט מען אן ווערן אנדערש ווי ביז אהער, און אז די עלטערן האבן שכל און סבלנות, זיי זוכן נאר דאס גוטס אין זיי, און זעען נאר גוטס – גייט אריבער די פאר יאר, און די קינדער בלייבן וואויל און ערליך.


איך האב דיר שוין געזאגט כמה פעמים, אז דו וועסט ליב האבן דיין קינד, דו וועסט האלטן פון דיין קינד – וועסטו זען וואונדער; ווי דאס קינד הייבט אן מער און מער צו שיינען און לייכטן, ווייל קינדער שפירן און ווייסן פינקטליך וואס טאטע מאמע האלטן פון זיי און טראכטן פון זיי, און אפילו דו וועסט זיין טויזנט מייל ווייט פון דיין קינד, וועט דיין קינד דאס שפירן, און אדרבה, פרוביר דאס אויס, וועסטו זיך אליינס איבערצייגן; הייב אן תשובה טון, הייב אן קוקן גוט אויף דיינע קינדער, און אז זיי זאגן אז זיי ווילן זיין מער קיל, מער אפע"ן מיינדע"ט – זאלסטו שמייכלען און זיי ווייטער ליב האבן, און געדענק דיינע קינדער יארן, און געדענק אז דאס זענען טי"ן עידזשער"ס; מאך נישט קיין עסק פון דעם, מאך אן עסק פון תודה והודאה, אז די קינדער זענען געזונט, און אז זיי ווערן מחונך אין ערליכע בתי חינוך.


אהובי אחי, מאך נישט קיין טעותים, מאך נישט שלעכט, שטופ נישט אוועק מיט די אייגענע הענט דיינע ליבע קינדער, קוק נאר גוט, רעד נאר קאמפלימענטס – וועסטו האבן ערליכע אידישע נחת.


איינמאל א טאג זאלסטו זיך באהאלטן אדער אין פעלד, אדער אין דיין קאר, פאָר ערגעץ אין א שטילע גאס, און בעט פאר די קינדער זיי זאלן אלע זיין פרומע ערליכע אידן וואס היטן תורה ומצוות, און אין שטוב זאלסטו נאר טאנצן און זינגען.

#1035 - חינוך איז טאקע נישט גרינג, אבער עס צאלט זיך אויס
חינוך הילדים, סבלנות, מוהרא"ש, נחת, חינוך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


חינוך איז נישט קיין גרינגע זאך, עס נעמט אסאך כח צו מחזק זיין די קינדער, אבער עס לוינט זיך; נאר אז מען איז מחנך די קינדער און מען איז מתפלל פאר זיי – איז מען זוכה צו זען פון זיי נחת.


דער עיקר פון חינוך איז איבערזאגן מיט סבלנות אן א שיעור מאל, לערנען די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן; אמאל זאגט מען ווייך, אמאל שטרענג, אמאל מאכט מען א פראגראם אז נאך כך וכך מאל טון די גוטע זאך וואס מען וויל ביי זיי פועל'ן – וועט מען באלוינען וכו', און אמאל דארף מען קנס'נען; הכלל, חינוך איז טאקע נישט גרינג, עס נעמט די כוחות פון די עלטערן, אבער עס צאלט זיך אויס.


בנוגע די שכנים וכו'; דו לערן דיינע קינדער צו טון וואס איז ריכטיג, און אז די קינדער פון די שכנים טוען אנדערש – איז דאס נישט קיין תירוץ.


ובנוגע דער קינד וואס באזייטיגט דיינע קינדער וכו'; זיי אים משחד, געב אים גוטע ווערטער, כבוד, נאש וכו'.


בנוגע שותפות וכו'; מוהרא"ש איז געווען קלוגער פון אונז אלע און אונז געלערנט נישט צו מאכן קיין שותפות.

#1034 - העלפן מיט די קינדער אין אומאן
קינדער, חינוך הילדים, אומאן, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון העלפן זיין מיט די קינדער אין אומאן, ביים דאווענען און ביים לערנען, און ווען מען מאכט חדר.


טרייב אוועק די מחשבות און די בלבולים אויב עס איז ריכטיג צו לייגן די כוחות ביי די קינדער, און ווען מען גייט צום ציון האט מען נישט די כוחות, מען קומט ווי אן אויסגעקוועטשטע שמאטע, איז אפשר אפלאזן דאס זיין מיט די קינדער וכו'; ליבער ברודער, טרייב זיי אוועק, דאס זענען נישט גוטע מחשבות, וואס וואלסטו געטון ווען מוהרא"ש - וואס איז געווען אונזער מלמד - וואלט געטראכט אויב עס לוינט אוועק צו געבן צייט אין אומאן פאר דרשות און פאר פדיון נפש וכו' וכו', אז אין די צייט וואלט ער געקענט מער זיין ביים ציון; ווי וואלטן מיר געווען? וואס וואלט פון אונז געווען? טרייב זיי אוועק, די בלבולים איז נישט פון די קדושה.


שטארק זיך און קום אויף מיט נאך גוטע געדאנקען מיט וואס מען קען מאכן די קינדער זאלן דאווענען און זיך פירן מיט יראת שמים, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן א זיסע יאר מיט אלע ישועות.

#1033 - פארוואס וויינט דער רב?
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אמונה, עצתו אמונה, תפילה, התבודדות, רבי נתן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דער מעלער ער זאל מאלן א בילד ווי א איד זיצט ביי א טיש פון אפענע ספרים און ער וויינט, און עס רינט אים טרערן פון זיינע באקן, און ווי ביים פענסטער זעט מען ווי איינער קוקט אריין און ער פארוואונדערט זיך.


ווען דער הייליגער רבי נתן איז מקורב געווארן צום רבי'ן, האט אים דער רבי אמאל געשיקט מיט א שליחות ער זאל אריבערגיין צו דער רב, רבי אהרן, דער רב אין ברסלב.


ווען רבי נתן איז געקומען צום רב איז ער אריבער ביים שטוב און ער האט אריינגעקוקט אין פענסטער, האט ער געזען א וואונדערליכע זאך, דער רב זיצט ביי א טיש פול מיט ספרים, און ער וויינט; עס רינען אויף זיינע באקן טרערעלעך...


רבי נתן האט זיך זייער געוואונדערט: 'וואס וויינט יעצט דער רב? ער האלט אינמיטן לערנען, וואס בעט ער יעצט דעם אייבערשטן?' רבי נתן בייגט צו זיינע אויערן, און ער הערט ווי דער רב בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, הייליגער באשעפער, איך וויל לעבן מיט תכלית, איך וויל אלץ געדענקען פון דיר! איך וויל קיינמאל נישט פארגעסן פון דיר!"


ווען רבי נתן איז צוריקגעקומען צום רבי'ן, האט אים דער רבי געפרעגט: "נתן, וואס האסטו געזען ביים רב?" זאגט רבי נתן: "איך האב געזען דעם רב וויינען", זאגט אים דער הייליגער רבי: "יא יא! טאקע דערפאר האב איך דיך געשיקט צום רב, איך האב דיר געוואלט ווייזן א וועג אין עבודת השם, אז דער וועג צו זיין אן ערליכער איד איז דורך שטענדיג רעדן צום אייבערשטן, און וויינען צו אים ער זאל רחמנות האבן און מיך מקרב זיין צו אים.


טייערע קינדערלעך, לאמיר אלע צוזאמען אנהייבן צו זינגען: "הייליגער באשעפער העלף! איך וויל זיין אן ערליכער איד".


טייערער יואל, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט און זיי ממשיך ארויסצוגעבן די שיינע בריוון, סיי פאר יונגע, סיי פאר אלטע, אז אלע זאלן זיך קענען שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1032 - אונזער טאכטער האט זייער הנאה געהאט אין קעמפ
חינוך הילדים, הכרת הטוב, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


מיר שיקן א קליינע טיפ פאר "הכרת הטוב" פאר די "קעמפ דירעקטער", מרת ... תחי', פארן זיך אזוי אוועק געבן פאר אונזער ... תחי', זי האט זייער הנאה געהאט, זי איז אהיים געקומען זייער פרייליך.


מיר ווייסן אז דאס איז א שווערע ארבעט, און מיר זענען אייך זייער דאנקבאר, און מיר ווייזן ארויס אונזער דאנקבארקייט.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#1031 - אונזער דאנקבארקייט אויף דיין איבערגעגעבנקייט
חינוך הילדים, הכרת הטוב, קעמפ, זומער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער סגן מנהל אליהו זעלקאוויטש נרו יאיר


מיר ווילן געבן א קלייניקייט פאר הכרת הטוב, ארויס צו ווייזן אונזער דאנקבארקייט אויף דיין איבערגעגעבענקייט פאר אונזערע קינדער יחזקאל נרו יאיר און מענדל נרו יאיר, פארן זארגן פאר זיי די גאנצע זומער מיט אזא איבערגעגעבנקייט און הארציגקייט.


מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#1030 - בית פיגא סקול, א ווארעמע ליבליכע היים
צניעות, סקול, חינוך הילדים, אמונה, הכרת הטוב, בית פיגא, מידות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


מיר שיקן א קליינע הכרת הטוב פאר די מנהלת מרת ... תחי', פארן זיך אפגעבן מיט אונזער טאכטער ... תחי'.


מיר ווייסן אז מיר ווייסן גארנישט וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין די סקול בית פיגא; אז אונזער טאכטער זאל האבן א ווארעמע ליבליכע היים, וואו מען לערנט אמונה, צניעות און מידות טובות, מיר זענען זייער דאנקבאר און מיר שיקן די קלייניקייט ארויס צו ווייזן אונזער הכרת הטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#1029 - וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין חדר היכל הקודש
חינוך הילדים, אמונה, הכרת הטוב, אמונת חכמים, חדר, יראת שמים, מוסדות היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר


מיר שיקן א קליינע הכרת הטוב פאר אלעס וואס דער מנהל שליט"א טוט פאר אונזערע קינדער, מיר ווייסן אז מיר ווייסן נישט וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין חדר היכל הקודש, אז אונזערע קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו זיך אנצוזאפן מיט תורה ויראת שמים.


מיר זענען זייער זייער דאנקבאר און מיר האפן צום אייבערשטן אז דער מנהל וועט ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט, אז אונזערע קינדער און אייניקלעך זאלן האבן א חדר וואו מען פרעדיגט אמונה, אמונת חכמים און יראת שמים.


א כתיבה וחתימה טובה.


ווינטשט משפחת ...

#1028 - אזוי שיין מחנך די בחורים אין ישיבה
חינוך הילדים, הכרת הטוב, ישיבה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מנהל אברהם משה שטראססער נרו יאיר


נעם אן די קליינע טיפ, דאס שיקן מיר ווייל מיר זענען דיר זייער דאנקבאר פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער נחמן נתן מיט יצחק דוד, זיי מחנך זיין אין די הייליגע ישיבה מיט יראת שמים און מידות טובות.


מיר זענען זייער צופרידן און מיר וואונטשן דיר א גוט געבענטשט יאר און הצלחה און סייעתא דשמיא מיט די קינדער און תלמידים, אמן.


משפחת ...

#1027 - זיך אזוי שיין אפגעגעבן מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יואל משה פליישמאן נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער מענדל נרו יאיר; אים אויפגעבויט און אים אויסגעלערנט תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#1026 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי שיין מיט אונזער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' שלום שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יוסף נרו יאיר, אים לערנען תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה,


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#1025 - אויסגעלערנט עברי מיט מידות טובות ויראת שמים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' בערל שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער וויל מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יחזקאל נרו יאיר, אים אויסלערנען עברי מיט מידות טובות ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#1024 - תורה, יראת שמים און מידות טובות מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יחזקאל סאמעט נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון הערשל נרו יאיר; לערנען מיט אים תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה, ווינטשט משפחת ...

#1023 - הכרת הטוב פאר'ן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר


מיר ווילן ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער נחמן נתן מיט יצחק דוד.


מיר זענען זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו האסט געטון פאר זיי.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#1022 - אזוי שיין אפגעגעבן אין ישיבה מיט אונזערע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ר' ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר


מיר ווילן ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב פארן זיך אזוי אפגעבן אין ישיבה מיט אונזערע קינדער נחמן נתן און יצחק דוד, פארן לערנען מיט זיי תורה ויראת שמים און מידות טובות.


מיר זענען זייער דאנקבאר און דעריבער שיקן מיר די טיפ.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#1021 - א פארגעניגן ביים שווימען פאר אונזערע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער לייפגארד הבחור ש. קאהאן נרו יאיר


מיר שיקן א קליינע טיפ ארויס צו ווייזן אונזער הכרת הטוב פארן מאכן א פארגעניגן ביים שווימען פאר אונזערע קינדער.


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#1020 - יישר כח פאר'ן טיטשן די אכט וואכן פון זומער
חינוך הילדים, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


א קליינע טיפ פאר מרת ... תחי', פארן זיך אפגעבן מיט אונזער טאכטער ... תחי', איר טיטשן די אכט וואכן פון זומער תשפ"ו.


מיר זענען זייער דאנקבאר און מיר ווייזן ארויס אונזער הכרת הטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#1019 - יישר כח פאר'ן מאכן אזוי געשמאק די זומער וואכן
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער זומער דירעקטאר מרדכי ראזענבערגער נרו יאיר


מיר ווילן געבן א קלייניקייט ארויס צו ווייזן אונזער דאנקבארקייט פארן מאכן אזוי געשמאק די זומער וואכן פאר אונזערע קינדער יחזקאל און מענדל נרם יאיר.


זיי האבן זייער הנאה געהאט פון די זומער פראגראם, מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#1018 - ווער עס העלפט מיר אין מוסד, איז מיר זייער באליבט
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב פאר דיר א גרוס פון אונזערע מוסדות, סיי פון די חדר, סיי פון בית פיגא און פון ישיבה; איך בין אזוי איבערגענומען פון די וועג ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער מיט אזא איבערגעגעבנקייט, און פון די לימודים וואס מען לערנט; די אמונה, די יראת שמים און מידות טובות, און איך האף אז דו באדאנקסט זיך פאר די מלמדים פון דיינע קינדער, פאר די טיטשערס, קאונצלערס, באס דרייווערס און אזוי ווייטער וכו'.


נעכטן איז געווען א חתונה פון א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא; מיר איז נישט גרינג צו פארן צו שמחות, יעדן טאג איז דא שמחות, איך פאר נישט צו קיין שמחות, אבער דא בין איך יא געפארן קיין קרית יואל צו זיין ביי די חתונה, ווייל דער בחור איר פאר א לאנגע צייט געווען אין שטעטל צו קענען העלפן די מוסד, ער האט געפירט א באס מיט א געטריישאפט, און אויך די כלה איז געווען די גאנצע יאר א טיטשער אין אונזער סקול אין קרית יואל, עס איז נישט גרינג געווען צו זיין א טיטשער פאר די קליינע מיידלעך, זיצן א יאר אן קיין חבר'טעס, נאר צו העלפן די מוסד; צוליב דעם בין איך געפארן זיין ביי זייער חתונה, איך בין געווען ביי די חופה און געליינט די כתובה, ווייל ביי מיר איז די מוסד זייער באליבט, און ווער עס העלפט מיר אין די מוסד - ווערט מיר זייער באליבט און איינגעקריצט אין הארץ.


אויך יעצט ווען די מוסד ווערט גרעסער האלט איך מיט יעדע קליינקייט, איך באקום א באריכט יעדן טאג פון די מנהלים, סיי פון ארץ ישראל, סיי פון שטעטל, און פון די ישיבה; סיי פון ארץ ישראל און פון שטעטל; דאס איז ביי מיר דער עיקר, און דאס איז מיין ערשטע און וויכטיגסטע זאך, אז די קינדער זאלן באקומען די בעסטע חינוך; דעם רבינ'ס חינוך אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1017 - מען לאזט איבער די ווייב און מען פארט אויף אומאן?!
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרנ"ת אין די בריוון פון פרשת כי תבוא שרייבט ער: "לסדר 'כי תבוא לאומאן'"; מען פארט שוין צום הייליגן רבי'ן, יעדער איינער האט מניעות, יעדער האט שוועריקייטן, דאך פארט מען צום רבי'ן, און איך האף אז דו וועסט די יאר קומען, איך האף דו וועסט זיין שטארק, נישט קוקן אויף קיינעם, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, און מען זאל מודיע זיין פאר אלע וואס גלייבן אין רבי'ן, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, יעדער איינער פארט ראש השנה צו זיין רבי, ביי אלע חסידות'ן פארט מען אוועק אויף ראש השנה און קיינער זאגט גארנישט, אבער ווען עס קומט צו פארן קיין אומאן - דרייט זיך איבער די וועלט, הימל און ערד, "היתכן מען לאזט איבער די ווייב און מען פארט אויף אומאן?!" דאס אליינס איז א באווייז אז דאס איז די קול הברה וואס וויל פארשטעלן די קול דקדושה, אז מען זאל נישט קומען צום צדיק, מען זאל נישט באקומען אלע תיקונים.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן אונזערע ד' אמות אוועק פון די גאנצע טומל, אונזערע ד' אמות איז אפגעהיטן, מיר אלע תלמידי היכל הקודש ברענגען די קינדער צום רבי'ן, און אפילו מען האט נישט קיין געלט - געבט מען אוועק פון די אנדערע באקוועמליכקייטן, מען שפארט אפ געלט אינמיטן יאר אז מען זאל קענען ברענגען די קינדער צום רבי'ן.


גיי א שפאציר, שמועס אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד און קענען אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1016 - מאכן לייסענס צו קענען פירן קינדער מיט א באס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן לייסענס צו קענען פירן קינדער מיט א באס, אונזער מוסד מוטשעט זיך מיט אינגעלייט וואס קענען דרייוון א באס; עס איז גאר א גרויסע זכות צו נעמען קינדער און אהיים טראגן די קינדער פון און צו חדר, מען האט א חלק אין קיום העולם, די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵים אֶלָא בִּשְׁבִיל הֶבֶל פִּיהֶם שֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא; שטעל זיך פאר די זכות פון א באס דרייווער וואס פירט קינדער גיין העלפן די וועלט זאל נישט ווערן אויס.


ומתן שכרה בצדה, קוק זיך גוט אים, די אלע וואס העלפן די מוסדות – די זענען זייער זייער מצליח, און אז מיר וועלן רעדן פנים בפנים וועל איך דיר ווייזן, אז די וואס האבן אלע יארן געהאלפן אויפשטעלן די ברסלב'ע מוסדות, און אויך די וואס העלפן עד היום – ווי זייער הצלחה שיינט זיי, און אזוי וועט זיין ביי דיר, דיין ביזנעס וועט זיך פארמערן אין זכות פון העלפן די מוסדות.

#1015 - לערנען תורה איז די גרעסטע גן עדן
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין סיום ששה סדרי משנה, עס איז אזוי שיין צו הערן אז א קינד פון צוועלף יאר זאל האבן דורכגעלערנט גאנץ משניות; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויסוואקסן א צדיק, און דיין גאנץ לעבן זאלסטו לערנען תורה און דינען דעם אייבערשטן.


יעצט זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תלמוד בבלי, הייב אן מסכת ברכות, לערן א בלאט נאך א בלאט, ווייל עס איז נישטא עפעס זיסערס, נישטא עפעס געשמאקערס ווי לערנען גמרא; אז מען לערנט גמרא ווערט מען נאנט צום אייבערשטן, מען באקומט א חיות, די לעבן ווערט ליכטיג און געשמאק.


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט געלערנט גמרא, אינמיטן לערנען איז ער איינגעשלאפן. ער חלומ'ט זיך ווי ער זעט די הייליגע תנאים, געבט ער זיי א פרעג: "זאגט מיר, וואו איז דער גן עדן? איך וויל גיין צום גן עדן", ענטפערט אים א תנא: "דער גן עדן איז דא"; ווייל ווען מען לערנט תורה, מען לערנט די הייליגע גמרא - דאס איז די גרעסטע גן עדן.


געב א גריס פאר דיין טייערע טאטע.


איך האף דיך צו זען ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1014 - אויפצוזוכן אלע פארלוירענע בחורים און קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, התבודדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך האב איך געהאט א גאר שווערע טאג ווען מען האט מיך גערופן פון חדר אז א קינד פעלט, און מען האט לכתחילה געמיינט אז ער איז פארלוירן אין וואלד; איך האב עס זייער שווער גענומען, איך האב שוין לאנג נישט געהאט אזעלכע שווערע שעות.


בשעת איך האב געוויינט צום אייבערשטן אז די מעשה זאל זיך ענדיגן גוט האב איך געמאכט א חשבון הנפש, וואס דארף איך מתקן זיין, וואס וויל מען פון מיר? איז מיר אריינגעקומען אין מחשבה אז איך דארף מתקן זיין אויפצוזוכן אלע פארלוירענע בחורים און קינדער וואס זענען פארלוירן אין וואלד, זייער קערפער איז נישט אין וואלד, אבער זייער נפש, רוח ונשמה איז פארלוירן, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי, קיינער געבט זיי נישט קיין גוטע ווערטער.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מיר העלפן אויפזוכן די פארלוירענע בחורים און קינדער וואס שטייען זייער נאנט צו דיר, זאלסט שמייכלען צו זיי און זיי געבן א גוט ווארט, נעם זיי ארויס פון וואלד.


נעכטן פארטאגס בין איך געפארן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזער חדר, ישיבה און בית פיגא, צו האבן גוטע מלמדים, גוטע טיטשערס, און ווארעמע מגידי שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.


א גוטן חודש.

#1013 - געענדיגט מיט וויי טון קינדער
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ר' מרדכי נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך וויל נאכאמאל בעטן דעם מנהל, איך הער פון די קינדער און פון די עלטערן אז מען שלאגט קינדער; איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז איך אסר אנצורירן די קינדער בי מיר אין מוסד, די מוסד איז מוהרא"ש'ס מוסד און מוהרא"ש האט געזאגט אז א מלמד וואס שלאגט א קינד - זאל גיין ארבעטן ביי די מיסט, ער זאל צאמנעמען די מיסט און זיך אויסגעבן ביים ווארפן די מיסט קאנעס.


איך בין היינט פארטאגס געפארן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן סאטמער רבי זכותו יגן עלינו, איך האב זיך דארט מתבודד געווען מיט בכיות, און איך האב זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, וואס טו איך דא מיט די חדר? איך דארף נישט א חדר וואו מען שלאגט, אז די קינדער וועלן אויסוואקסן מיט א פיינטשאפט צום אייבערשטן.


איך בעט דיר טייערער מנהל העלף מיר, און ענטפער מיר, זאג מיר צו אז געענדיגט מיט פעטש, געענדיגט מיט וויי טון קינדער; איך וועל ענדערש האלטן די קינדער אן מלמדים, זיי זאלן טאנצן א גאנצן טאג, ווי זיי זאלן צו'מזיק'ט ווערן.


איך שרייב דיר דעם בריוו נישט די ערשטע מאל, איך האב דיר שוין אזויפיל מאל געשריבן אז דו זאלסט זיך אויסנעמען מיט די מלמדים אז זיי קענען נישט אנרירן קיין קינדער, און אז מען דארף געבן א פאטש - דארפן זיי דיך רופן, און אז דו שפירסט ווי דו דארפסט געבן א פאטש - זאלסטו מיך רופן; דאס קען נישט גיין ווי עס גייט ביז אהער, איך בין זייער נישט רואיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.