בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די איבערלעבענישן פון הייליגן רבי נתן
התחזקות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב זייער הנאה צו הערן גוטע גריסן אויף אייער אויפפירונג, ווי שיין איר פירט זיך, איר זענט א שטאלץ פאר בית פיגא.


דאס וואס איר פרעגט, אז עס זעט אויס ווי א סתירה, איינמאל הערט איר אז רבי נתן האט געהאט זעקס קינדער פאר די זעקס בענקלעך וואס ער האט געבערענגט פארן רבי'ן פאר א פדיון, און לויט די נעמען פון זיינע קינדער זעט אויס אז רבי נתן האט געהאט מער ווי זעקס קינדער; איר ווילט וויסן וויפיל קינדער רבי נתן האט געהאט.


מן הסתם פארמישט איר רבי נתן'ס אייגענע קינדער מיט זיינע שטיף קינדער. מוהרנ"ת האט געהאט זעקס קינדער, און ווען ער האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט די צווייטע ווייב, מרת דישל עליה השלום האט זי מיט געברענגט שמואל שמעלקא, מיט נאך א טאכטער – חיה.


מוהרנ"ת האט געהאט מיט זיין ערשטע פרוי פיר קינדער, דער עלטסטער קינד איז געווען הצדיק ר' שכנא, דער צווייטער קינד איז געווען הצדיק ר' יצחק, די דריטע קינד איז געווען זיין בת יחידה חנה צירל, און זיין פערטע קינד איז געווען ר' דוד צבי. מיט זיין צווייטע ווייב האט ער געהאט נאך צוויי קינדער ר' נחמן און ר' יוסף יונה, און די צווייטע ווייב האט מיט געברענגט צוויי קינדער שמואל שמעלקא און חי'.


מוהרנ"ת האט אסאך געליטן מיט זיינע קינדער, דער צווייטער זון ר' יצחק האט חתונה געהאט קיין טשערקאס, ער איז געווען א גרויסער צדיק, ער איז געזיצן און געלערנט.


טשערקאס איז ווייט פון ברסלב, די איינציגסטע וועג פאר אים צו האלטן קשר מיט זיין טאטע איז געווען דורך זיך שרייבן בריוו, און טאקע אזוי האט ער אנגעהאלטן זיין קשר, די הונדערטער בריוו פון ספר עלים לתרופה איז רוב צו זיין זון ר' יצחק. ער האט זיך באקלאגט פאר זיין טאטע רבי נתן אז זיין ווייב וויל נישט לעבן מיט אים, מוהרנ"ת איז אראפגעפארן קיין טשערקאס רעדן מיט זיין מחותן אז מען דארף זיך גט'ן, מען קען נישט זיין חתונה געהאט און נישט לעבן א חתונה געהאטע לעבן, דער מחותן האט זייער נישט געוואלט פארלירן אזא טייערער איידעם ווי הצדיק ר' יצחק, האט ער געבעטן מוהרנ"ת זאל רעדן צו זיין זון מען זאל ווארטן, אפשר וועט זי עלטער ווערן וועט זי יא וועלן לעבן א חתונה געהאטע לעבן. מוהרנ"ת איז ארויס אין גאס און געשריגן: "געוואלד מען הרג'עט מיין זון!!!" מענטשן זענען זיך צאמגעלאפן און מען האט צוגערעדט דעם מחותן ער זאל זען זיין טאכטער זאל נעמען א גט, און אזוי איז געווען, זיי האבן זיך גע'גט. ער האט חתונה געהאט מיט א צווייטע ווייב, חנה; זי איז געקומען פון א משפחה פון מתנגדים, זי האט זייער שטארק געפייניגט דעם ר' יצחק, עד כדי כך אז מוהרנ"ת האט געזאגט: "ווען מיין זון וואלט נישט געווען גע'גט איינמאל - וואלט איך אים געהייסן זיך גט'ן".


אויך אין פרנסה האט זיך ר' יצחק געמוטשעט, און ווען רבי נתן האט אים געבעטן ער זאל בלייבן לערנען און דאווענען, און נישט גיין ארבעטן - האט ער געזאגט ער קען דאס טון נאר בתנאי אז רבי נתן וועט אים אויסהאלטן. מוהרנ"ת האט אים געזאגט: "מיין גאנצע אמונה און בטחון וואס איך האב - דארף איך פאר מיר אליין", און למעשה איז דער ר' יצחק געגאנגען ארבעטן, ער האט געזאגט פאר רבי נתן אז ער האט דריי אפציעס; אדער ארבעטן אין א מיל, אדער שניידן האלץ, אדער ביי די פאסט אפיס, רבי נתן האט אים געענטפערט: "ענדערש ארבעטן ביי די פאסט"; אזוי וועט ער קענען אריינכאפן תורה ותפילה.


די טאכטער די בת יחידה חנה צירל האט חתונה געהאט מיט א זון פונעם ברסלב'ער רב רבי אהרן זכר צדיק לברכה. מוהרנ"ת האט באמערקט נאך איר חתונה אז זי איז נישט צופרידן, ער האט איר געפרעגט וואס גייט פאר, האט זי געזאגט: "טאטע איך האב חתונה געהאט מיט א מלאך, ער איז נישט קיין מענטש, איך וויל א מאן מיט וועם צו לעבן", און זי האט זיך גע'גט.


אויך האט ער געליטן פון זיין זון ר' דוד צבי, ער האט געטראגן די נאמען פון רבי נתן'ס שווער. ער איז געווען זייער געלונגען, ער האט די מערסטע אריינגעראטן אין טאטן - רבי נתן; ער איז געווען א גרויסער גאון און א גרויסער צדיק, אבער אלס קינד איז ער אמאל אראפגעפאלן און ער איז געווארן הינקעדיג און באקומען א הויקער, אזוי אז ער האט נישט געקענט אליין שאפן פרנסה, רבי נתן האט אים געדארפט אויסהאלטן און אלעס טון פאר אים. א שידוך איז אים נישט געגאנגען, עס איז געווען דעמאלט די ברענעדיגע צייט פון די מחלוקת אויף מוהרנ"ת, בנוסף אז ער האט אזוי געהינקען וכו'; ער האט חתונה געהאט מיט די שטיף שוועסטער, די צדיקת חנה, די טאכטער פון די שטיף מאמע די צדיקת דישל.


אויך האט ר' דוד צבי פארלוירן זיין בן יחיד, מען זעט אין די בריוו פון עלים לתרופה ווי מוהרנ"ת באוויינט די פטירה. און שפעטער איז ר' דוד צבי'ס ווייב אוועק פון די וועלט, דאס איז געווען פאר רבי נתן א שרעקליכע צרה, ווייל ער האט זיך געדארפט טרייסטן, און טרייסטן זיין ווייב וואס האט פארלוירן איר טאכטער, און טרייסטן זיין זון ר' דוד צבי; קוקט אריין אין עלים לתרופה, די בריוון פון חודש אדר שנת תרל"ד, דעמאלט ווען עס האט פאסירט די אומגליק ווי מוהרנ"ת איז זיך מחזק.


מוהרא"ש פלעגט רעדן פון מוהרנ"ת מיט אזא וואונדער; ווי קען זיין א מענטש זאל אזויפיל ליידן און האבן די כוחות צו מחזק זיין די גאנצע וועלט, אז עד היום הזה לעבט די וועלט פון מוהרנ"ת'ס התחזקות.


רבי נתן אליין האט פארלוירן זיין ווייב, זי איז זייער קראנק געווארן, און דעמאלט איז געקומען קיין ברסלב איינער פון רבינ'ס גרויסע תלמידים, דער צדיק רבי יודל. רבי נתן האט געזאגט פאר זיין ווייב זי זאל גיין צו אים בעטן א ברכה, ווען זי איז געקומען בעטן א ברכה צו ווערן געזונט איז רבי יודל געווארן רויט ווי פייער און גארנישט געענטפערט, שפעטער ווען זי איז ארויס האט ער געזאגט: "וואס זאל איך טון, מוהרנ"ת דארף ברענגען נאך צוויי קינדער".


ווען זי איז אוועק פון די וועלט האט רבי נתן זייער געוויינט, און ער האט חתונה געהאט מיט די צווייטע ווייב, דישל, און געבוירן דעם צדיק נחמן. דער נחמן איז געווארן אן איידעם ביי ישראל פון ליפאוויץ, און ביי זיין חתונה האט רבי נתן געהאט גרויסע יסורים, ווייל דער מנהג פלעגט זיין אז ווען דער חתן מיט זיין משפחה פלעגן אנקומען אין שטאט, פלעגט די כלה'ס משפחה ארויסגיין זיי מקבל פנים זיין מיט מוזיק און געזאנג, און זיי אריינפירן אין שטאט. ווען די מתנגדים פון ליפאוויץ האבן געהערט אז רבי נתן קומט, זענען זיי ארויס אים מקבל פנים זיין מיט אן אנדערע סארט קבלת פנים, מיט שטעקענעס און שטיינער, און די כלה'ס משפחה האט גערופן די פאליציי וכו', און ביז דערווייל איז רבי נתן אנטלאפן אין וואלד. ווען די פאליציי האט געמאכט סדר איז מען געגאנגען זוכן רבי נתן, האט מען אים געטראפן אינמיטן זיך מתבודד זיין מיט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, ווער אין דער וועלט באקומט אזא קבלת פנים ווי איך? אפילו ווען דער פשוט'ער וואסער טרעגער מאכט חתונה זיין זון באקומט ער נישט אזא קבלת פנים, רבונו של עולם וואס קומט מיר אזא קבלת פנים? איז דאס נאר ווייל איך אנטפלעק דעם הייליגן רבינ'ס גרויסקייט און זיינע עצות פאר די וועלט", נאכדעם האט רבי נתן זיך מחזק געווען מיטן רבינ'ס ווערטער: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען", ער האט געזינגען צו זיך די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, מיטן ניגון פון אשת חיל, נאכדעם האט ער באמערקט ווי זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער שטייט נעבן אים, איז ער מיט אים געגאנגען צו די חתונה און זיך זייער געפרייט.


דער יונגסטער זון האט חתונה געהאט שוין נאכן פטירה פון רבי נתן, מיט זיין ניס אסתר שינדל, א טאכטער פון חנה צירל.


איך דארף מקצר זיין איך דארף גיין צינדן חנוכה לעכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.