בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אודאי גייט אויך אן צניעות ביי טיכלעך; אזוי ווי מען טאר נישט גיין מיט אויפפאלנדע קליידער - טאר מען נישט גיין מיט אויפפאלנדע טיכלעך און אזוי אויך ביי יעדע זאך. אויפפאלנד און שרייעדיג איז שייך ביי יעדע זאך, ביי די קלייד, ביי די טיכל, ביי די שיך און אזוי אויך ביים רעדן, גיין און קומען. יעדע זאך ביי א פרוי וואס שרייט ארויס - איז א חסרון אין צניעות.
דאס וואס איינער האט געזאגט אז איר גייט אריבער שווערע טעג ווייל דיין ווייב גייט אנגעטון שיין; שיין און אויפפאלנד איז צוויי עקסטערע זאכן. א אידישע פרוי דארף גיין אנגעטון שיין, א אידישע פרוי וואס גייט אנגעטון שיין און איידל מאכט א קידוש השם, אויף דעם באקומט מען נישט קיין צרות און יסורים; פאר'ן גיין אנגעטון שיין און איידל באקומט מען נאר גוטס, אלע וועלן איר וועלן נאכמאכן.
אויפפאלנד - איז שוין אן אנדערע מעשה; דאס איז נישט שיין, אויפפאלנד און שרייעדיג איז נישט די וועג פאר א אידישע פרוי, אפילו די טיכל טאר נישט שרייען און רופן.
ווען פרויען וואלטן געוואוסט וואס מען באצאלט פון הימל פאר צניעות - וואלט בכלל נישט געווען קיין נסיון צו גיין אנגעטון בצניעות. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג:): "בִּשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בָּהּ בְּרָחֵל זָכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָהּ שָׁאוּל", רחל אמינו האט זוכה געווען אז פון איר איז ארויס געקומען דער גרויסער צדיק שאול המלך וויבאלד זי האט זיך געפירט בצניעות, "וּבִשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיָה בּוֹ בְּשָׁאוּל זָכָה וְיָצָאת מִמֶּנּוּ אֶסְתֵּר", און שאול המלך האט זוכה געווען דורכדעם וואס ער האט זיך געפירט בצניעות אז פון אים איז ארויס געקומען די גרויסע צדיקת אסתר המלכה; און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבְּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט אנגעטון צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.