בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#379 - איידל און צניעות'דיג, אפילו ווען מ'איז אליין
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, יראת שמים, שלחן ערוך, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב צער פון וואס איר שרייבט אינעם בריוו, אז איר טוט זיך אויס ווען איר זענט אליין אין אייער שלאף שטוב און איר גייט צום שפיגל וכו'; א אידישע טאכטער טאר זיך נישט אזוי אויפפירן, מען דארף זיין אנגעטון אפילו מען איז אליין אין שטוב, מען דארף מורא האבן פונעם אייבערשטן; די ערשטע סימן אין שלחן ערוך הייבט זיך אן מיט די הלכה, אז אפילו מען איז אליין אין א הויז - דארף מען זיך פירן אזוי ווי מען וואלט געווען מיט מענטשן, מען דארף טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך זיך געפירט ווען איך בין אין מיין צימער מיט א קעניג? איך וואלט זיך זיכער אויפגעפירט איידל, און אזוי דארף איך זיך פירן אפילו ווען איך בין איינער אליין, ווייל דער אייבערשטער איז דא'.


איר ווילט אן ערליכע שידוך, און איר ווילט ערליכע קינדער, איר ווילט זיך נישט דארפן מוטשען אין לעבן מיט קינדער וואס זענען נישט ערליך, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק א, סימן ט): "נאר אז מען איז איידל האט מען ערליכע קינדער"; און דאס הייבט זיך שוין אן אלס מיידל, און אפילו מען איז אליין אין שטוב דארף מען וויסן אז מען איז נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר.


אז איר וועט זיך אכטונג געבן פון היינט און ווייטער צו זיין איידל אפילו ווען איר זענט אליין, און איר וועט חרטה האבן אויף וואס איז געווען ביז אהער - קענט איר נאך אלעס פאררעכטן און נאכאלץ זוכה זיין צו אן ערליכע שידוך מיט ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#378 - ארויסגעטריבן די קליפות פון שטוב
צניעות, שערן די האר, אידישע שטוב, זוהר הקדוש, קליפות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי איבערגענומען פון הערן אז דיין ווייב האט געטון די הייליגע זאך פון זיך אפשערן אירע האר, איך בין אזוי פרייליך אז מיינע תלמידים פירן הייליגע שטיבער, ווייל מיט דעם וואס א פרוי שערט זיך אפ אירע האר - טרייבט זי ארויס די קליפות און די נישט גוטע פון שטוב, און זי ברענגט אריין די שכינה הקדושה.


קוק די ווערטער וואס דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי, 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס", און מידה טובה איז דאך מרובה, דער מאן וואס שטארקט זיין ווייב זי זאל זיך אפשערן אירע האר - איז זוכה צו אלע ברכות, ער איז גורם אז עס זאל זיין עשירות אין שטוב, און ברענגט אז די קינדער זאלן זיין ערליכע אידן און אלע שלעכטע גייען ארויס פון שטוב.


ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#377 - זיך אנטון ערליך, ווי די מאמע און די באבע
צניעות, שמחה, עצבות, מרה שחורה, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט נאכלאזן פון די וועג ווי איר מאמע גייט אנגעטון, מען דארף אויף דעם אסאך חיזוק, און שמועס מיט איר; עס וועלן אריבערגיין אפאר יאר און מיר וועלן האבן טעכטער מיט שנירן, וועלן מיר זיכער וועלן אז אונזערע קינדער זאלן זיין ערליך, גיין אנגעטון ווי ערליכע אידן, דארפן מיר זיך שטארקן אינאיינעם און גיין ערליך ווי די מאמע און די באבע.


זיי זיך מחזק מיט דיין ווייב נישט אוועק פליען מיט די ווינט וואס בלאזט, נישט אפלאזן די שיינקייט פון צניעות, און דו זאלסט פרייליך מאכן דיין ווייב, ווייל דער עיקר איז שמחה; די פרויען וואס זענען פרייליך - די בלייבן מיט די איידלקייט און שיינקייט, דער פראבלעם הייבט זיך אן פון עצבות ומרה שחורה, פון זיין אינעווייניג דערביטערט (דעפרעסט), דאס איז די חורבן, דאס איז די אנהייב פון אלע פראבלעמען; עס הייבט זיך אן ביי מיידלעך ווען מען צעקלאפט זיי, מען דערנידערט זיי, ביז זיי פאלן אריין אין א טיפע זויערקייט, דעמאלט הייבן זיי אן טון אנדערש און זיך אנטון אנדערש; נישט פון שלעכטיקייט, נאר פון זוכן זיך צו היילן פון די שרעקלכע פיין פון דעפרעסיע, מען שפירט נישט א טעם אין לעבן, מען שפירט ווי א טויטע פייגל, און די יסורים זענען זייער שרעקליך, און דערפאר האט דער הייליגער רבי אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן זייער שטארק ארבעטן אויף זיך צו זיין פרייליך, דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד; מח), מען זאל אפילו זיך נאריש מאכן אבי זיין פרייליך, ווייל אלע פראבלעמען קומען פון עצבות ומרה שחורה.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור; זיי נישט פויל, זיי נישט בעצבות, קום צום שיעור. דער הייליגער רבי זאגט (שם חלק א, סימן קנה), דאס וואס א מענטש גייט נישט הערן שיעורים וואו מען רעדט פון די עצות און חיזוק פון צדיקים - דאס קומט פון עצבות און עצלות, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#376 - שלאפן מיט צניעות
צניעות, שמחה, בית פיגא, פרייליך, יצר הרע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א מיידל טוט נישט אן הויזן, עס איז נישט קיין צניעות, אויך ביינאכט ביים שלאפן איז נישט קיין צניעות צו שלאפן מיט הויזן, אויך פעלט נישט אויס צו שלאפן מיט זאקן; מען דעקט זיך צו די פיס מיט די דעק, און אז באנאכט דעקט זיך אויף די פיס - דארף מען וויסן אז די הייליגע חכמים זאגן (קידושין נד.): "לא נתנה תורה למלאכי השרת", אז די תורה האט דער אייבערשטער געגעבן פאר מענטשן, נישט פאר מלאכים; און זיכער נישט אנטון הויזן - וואס איז פריצות.


זייט פרייליך, זוכט נאר צו טון זאכן וואס מאכן פרייליך, ווייל ווען מען איז פרייליך - איז גרינגער בייצוקומען דעם יצר הרע, מען טוט דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#375 - שיינע גרוס פון די קינדער און אייניקלעך
צניעות, דרך ארץ, מוהרא"ש, נחת, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב פאר אייך א שיינע גרוס פון אייערע קינדער און אייניקלעך, איך בין געווען זומער און גאנץ חודש תשרי אין קרית ברסלב ליבערטי, איך האב געזען אלע אייערע קינדער, זין און איידעמער, ווי שיין זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים, איך האב דאס זייער באוואונדערט, צו זען אזעלכע טייערע וואוילע חסידי'שע אינגעלייט, אויך די שטוב פירן זיי בצניעות, בקדושה ובטהרה, אלע שנירן און טעכטער פירן זיך ערליך, אלע שערן זיך די האר, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אלע גייען אנגעטון איידל.


בלייבט איבער נאר צו ווינטשן, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער זען ערליכע אידישע נחת ביי זיי, און אויך ביי די אנדערע קינדער וואס זענען נאכנישט מקורב, אלע זאלן אויפשטעלן ערליכע הייליגע דורות פארן אייבערשטן, אמן.

#374 - אין שול קומט מען אנגעטון מער איידל און מער הייליג
צניעות, שייטל, שול, תפלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


פארוואס מאכט איר אוועק די שיינע זאך וואס מיר פירן איין אין די קהילה אז די פרויען זאלן קומען אין שול מיט א צוגעדעקטע שייטל? איר זאגט אז עס זעט אויס ווי קינדער שפילן מצוה קינדערלעך, מען שפילט א שפיל פון גיין איידל וכו'.


איך וויל פרעגן, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז אין שול קומט מען אנגעטון מער איידל און מער הייליג; און אז מען קומט אינעם בית ה', דעם אייבערשטנ'ס הויז - דעקט מען זיך צו, מען מאכט זיך מער איידל? אזוי ווי ביי די מענער שול קומען אלע איידל, מען קומט אנגעטון, און אפילו במשך דעם טאג גייען נישט אלע אנגעטון איידל, דאך קומען אלע אין שול דאווענען מיט הכנעה, איז וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז מען זאל קומען אין שול צוגעדעקט?!


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען א טעם און א געפיל צו איידלקייט, און זיך פירן בצניעות - וועט איר ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סב:): "צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בְּךָ הִיא חָסָה עָלֶיךָ", אז מען פירט זיך איידל ווערט מען געראטעוועט פון פיינט וואס ווילן הרג'ענען; נאך זאגן זיי (תנחומא וישלח, ו): "בִּזְמַן שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּתוֹךְ הַבַּיִת, כְּשֵׁם שֶׁהַמִּזְבֵּחַ מְכַפֵּר, כָּךְ הִיא מְכַפֶּרֶת עַל בֵּיתָהּ", ווען די פרוי פירט זיך איידל אויך אין שטוב, איז זי אזוי ווי די מזבח; אזוי ווי דער מזבח איז מכפר אויף עבירות, טוט די פרוי מכפר זיין אויף אלעס, און די גאנצע שטוב ווערט געראטעוועט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#373 - די הייליגקייט פון די מוסדות
צניעות, מוסדות, סוכה, באס דרייווערס, חינוך
#372 - רעדן נישט איידעלע זאכן איז א גרויסע סכנה
צניעות, רעדן, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך, רעדט נישט קיין ניבול פה און רעדט נישט זאכן וואס איז נישט איידל, ווייל אז מען רעדט נישט איידעלע זאכן - איז דאס א גרויסע סכנה.


רעדט נישט פון זאכן פון נאך די חתונה און פון האבן קינדער, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שבת לג.) אלע וויסן וואס טוט זיך וכו', אבער דער וואס רעדט ארויס פון מויל וכו' - וועט נישט ארויסגיין פון גיהנום; דאס רעדן מיט חבר'טעס פון זאכן פון נאך די חתונה וכו' - איז א שרעקליכע פגם פאר די נשמה.


איך האף צום אייבערשטן צו זיין א גוטע שליח צו העלפן אייך ברענגען אייער שידוך, אבער דאס גייט בתנאי אויב איר רעדט מער נישט פון זאכן וואס איז נישט שיין און איידל צו רעדן, ווייל נאר אויף דעם תנאי וועל איך אייך באגלייטן אייער גאנץ לעבן, און איך זאג דאס פאר אלע מיינע תלמידים און תלמידות, נאר בתנאי אז מען איז איידל, מען רעדט נישט מיט אנדערע פון זאכן וואס איז נישט איידל - וועל איך זיין א הילף פאר די שטוב; ווייל איך עקל זיך פון ניבול פה, איך קען נישט ליידן דער וואס רעדט נישט איידל.


א זיסע יאר מיט אלע ברכות.

#371 - בית פיגא סקול, א ווארעמע ליבליכע היים
צניעות, סקול, חינוך הילדים, אמונה, הכרת הטוב, בית פיגא, מידות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


מיר שיקן א קליינע הכרת הטוב פאר די מנהלת מרת ... תחי', פארן זיך אפגעבן מיט אונזער טאכטער ... תחי'.


מיר ווייסן אז מיר ווייסן גארנישט וויפיל כוחות און פלאג עס ליגט אין די סקול בית פיגא; אז אונזער טאכטער זאל האבן א ווארעמע ליבליכע היים, וואו מען לערנט אמונה, צניעות און מידות טובות, מיר זענען זייער דאנקבאר און מיר שיקן די קלייניקייט ארויס צו ווייזן אונזער הכרת הטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#370 - פיר זיך איידל, וועסטו האבן איידעלע ערליכע דורות
צניעות, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט נישט רעדן מיט קיינעם זאכן וואס איז נישט איידל, איך הער צוריק פון דיינע חברים אז דו טראגסט און ברענגסט וכו', חתנים רעדן זיך אפ אז דו קומסט זיי ברענגען און טראגן, האסט געזען זייער כלה; דו מאכסט זיך צרות, מען רעדט אויף דיר אז דו ביסט נישט מסודר.


וואס קוקסטו נאך יענעמ'ס כלה, יענעמ'ס פרוי? און אז דו האסט יא געזען – וואס זאגסטו? וואס טראגסטו נייעס פון דעם צו יענעם?


איך בעט דיר זייער, פיר זיך איידל, 'מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך', ווייל איך האב מורא אז אויב דו וועסט נישט אפלאזן די וועג ביז אהער – וועסטו מער נישט האבן קיין חברים, אלע וועלן דיך אפלאזן; און אז דו וועסט זיך פירן איידל – וועסטו זוכה זיין צו איידעלע ערליכע דורות, ווייל אז מען פירט זיך איידל – באקומט מען א מתנה, 'שתילי זתים סביב לשלחנך', אמן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#369 - נישטא שענערס ווי אן איידעלע באשיידענע פרוי
צניעות, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף דו שעצט די מתנה וואס דו האסט באקומען פון באשעפער, אן איידעלע באשיידענע פרוי; גלייב מיר, עס איז נישטא עפעס שענערס און בעסערס ווי אן איידעלע באשיידענע פרוי, גלייב מיר; און אפילו עס ברענט אין דיר א פייער וכו' – זאלסטו מיר נאכאלץ גלייבן, ווייל די שכינה הקדושה רוט אין א שטוב וואו די פרוי איז איידל און באשיידן, און אויב חס ושלום מען ווארפט אראפ די איידלקייט – גייט די שכינה ארויס פון שטוב.


געב א קוק וואס האט פאסירט ביי ענק אין די משפחה ה' ישמרינו, עס טוט מיר אזוי וויי; איך האף נאר אז יעצט טוסטו מער שעצן די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געשאנקען, זאלסטו סיי דאנקען דעם אייבערשטן, און בעט אויף ווייטער, און אויך זאלסטו געבן א גוט ווארט פאר דיין ווייב פאר איר איידלקייט.


איך ווייס פינקטליך די פייער וואס אינגעלייט גייען אריבער וכו' וכו', גלייב מיר, עס לוינט אן אשה צנועה, די גאנצע שטוב ווערט געבענטשט אין די זכות פון צניעות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#368 - הויזן איז א פריצות פאר א פרוי, נישט קיין חילוק ווען
צניעות, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הויזן איז א פריצות פאר א פרוי, אויך ביינאכט ווען מען שלאפט איז הויזן פריצות, זאלט איר זיך קויפן א נאכט קלייד; ווי אזוי וועלן אייערע קינדער אייך געדענקען? א מאמע מיט הויזן?!


מאכט גרייט אייער שטוב אז די שכינה הקדושה זאל דארט וועלן אריינקומען.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, פאר אלע גאנאדע - וואס ער טוט מיט אייך; מוהרנ"ת זאגט: "ווען מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער כביכול אין הימל פאר די מלאכים: 'קוקט דעם מענטש, ער דאנקט מיר און ער לויבט מיר, איך וועל אים געבן אזויפיל גוטס, אסאך מער וויפיל ער האט, אסאך מער וויפיל עס קומט אים, ער זאל מיר נאך מער דאנקען'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#367 - פיר זיך ריכטיג און ערליך, וועסטו האבן א גוטע שידוך
צניעות, חינוך הילדים, אינטערנעט, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


יעצט זומער זע איך דיך פארן ביינאכט מיט די לעקטעריק סקוטער; וויסן זאלסטו עס איז סכנת נפשות, אפגערעדט ביינאכט טוסטו נישט אן קיין ריפלעקטאר, נישטא קיין וועג דיך צו זען; איך וויל נישט טראכטן וואס קען פאסירן...


שטארק זיך, בלייב אויף דיין איידעלע וועג, פיר זיך בצניעות, רעד נישט אין מקוה, און רעד נישט מיט בחורים וואס רעדן נישט איידל. איך וויל דיר מאכן א גוטע שידוך, איך האב אין געדאנק א גוטע איידעלע זאך פאר דיר, אבער די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ב.): "אין מזווגין לו לאדם אשה אלא לפי מעשיו", מען מאכט שידוכים לויט וואס דער מענטש איז; זאלסטו בלייבן איידל, אויך זאג מיר צו אז דו גייסט נישט ביז די חתונה אין קיאסק, און דו עפנסט נישט קיין אימעיל, דו זאלסט זיין אפגעהיטן.


זאג יעדן טאג ח"י פרקים משניות, און א יום תהילים.

#366 - אוועקגעגעבן די האר פאר'ן אייבערשטן
צניעות, חינוך הילדים, התחזקות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך בין זייער איבערגענומען פון דאס וואס איר האט געטון, נאך אזוי סאך תפילות און חיזוק האט איר גענומען די שטארקייט און זיך אפגעשוירן די האר, איר האט געטון דעם אייבערשטנ'ס ווילן, איר האט מקריב געווען א קרבן פארן אייבערשטן, איר האט אוועק געגעבן אייער האר פארן אייבערשטן, "מִנָּשִׁים בָּאֹהֶל תְּבֹרָךְ" (שופטים ה, כד), געבענטשט זאלט איר זיין אזוי ווי די הייליגע אמהות, "בְּרוּכָה אַתְּ לַה' בִּתִּי" (רות ג, י), געבענטשט זאלט איר זיין פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ערליכע דורות, הייליגע דורות, די שכינה הקדושה זאל רוען ביי ענק אין שטוב, און אייערע קינדער זאלן גיין אין די הייליגע וועג, זיי זאלן האלטן זייער שטוב אויף די וועג פון די צדיקים.


יישר כח פארן מיר צוגעבן א שטיק געזונט; דאס אז מיינע תלמידים פירן זייער שטוב הייליג – דאס געבט מיר כח.

#365 - ענדערש צוריק גיין וואוינען שטאט, ווי א פרוי זאל דרייוון
צניעות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאמע האט נישט געדרייווט, אייער באבע האט נישט געדרייווט, איז וואס זוכט איר נייע וועגן? איר ווילט דאך אויך אז אייערע טעכטער זאלן האלטן אייער מסורה; קלאפט עס ארויס פון קאפ.


אויב קענט איר נישט דא וואוינען נאר אז איר דארפט דרייוון, זאג איך אייך קלאר: "ענדערש גייט צוריק אין שטאט".


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין און דעם יום תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#364 - מקרב זיין מענטשן, אבער נאר מיט די תורה
צניעות, התחזקות, הפצה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג נישט צו ענטפערן קיין אימעיל פון פרויען און מיידלעך, השמר והזהר, זאלסט שטיין ווייט פון די סארט מצוות, ווייל דו קענסט אנקומען און אראפפאלן אין שאול תחתית ומתחתיו רחמנא לצלן.


קענסט איבער געבן די אימעיל אדרעסס פאר די קרן הדפסה וואס שיקן ארויס אויטאמאטיש אימעילס פון חיזוק פאר אלעמען, אבער דו פריוואט זאלסט קיינמאל נישט ענטפערן אן אימעיל פון א פרעמדע פרוי, אויך נישט קיין טעקסט מעסעדזש, ווייל מען קען אזוי אראפפאלן און מען קען אלעס פארלירן, אין איין אויגן בלינק קען מען בלייבן אן די ווייב, אן די קינדער און ווערן פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.


געב זיך אכטונג פון די יצר הרע וואס פארשטעלט זיך מיט מצוות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א), ווי אזוי הייבט דער יצר הער אן פארנארן דעם מענטש? דורכדעם וואס ער איז זיך מתלבש במצוות, צו יעדן איינעם קומט ער מיט א צווייטע לבוש; אז מען קען אויפטון, מען קען צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; דאס איז טאקע אמת, דאס איז טאקע די גרעסטע זאך, אבער די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה פד, ד): "אַבְרָהָם הָיָה מְגַיֵּר אֶת הָאֲנָשִׁים", "וְשָׂרָה מְגַיֶּרֶת אֶת הַנָּשִׁים", און שרה האט זיך געפארעט מיט די ווייבער; די תורה לערנט אונז ווי אזוי עוסק צו זיין אין הפצה, אין קירוב רחוקים; די מענער זאלן זיך באשעפטיגן מיט מענער און פרויען מיט פרויען.


ראה הזהרתיך.

#363 - נישט געבן טרענספארטעישן פאר די וואס צאלן נישט שכר לימוד
צניעות, חינוך הילדים, מוסדות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מרדכי אינדיג נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די נייע תקנה וואס די הנהלה וויל מאכן אז מען זאל מער נישט געבן קיין טרענספארטעישן פאר די משפחות וואס צאלן נישט קיין שכר לימוד; איך וויל דיר זאגן אז די חברי הנהלה מאכן טאקע אייגענע החלטות, אבער אזעלכע גרויסע טוישונגען מאכן זיי נישט אן פרעגן. איך בין געזיצן נעכטן מיט זיי איבער דריי שעה איבער די נושא וואס מען קען טון אז די עלטערן זאלן צאלן שכר לימוד, און מען איז געבליבן אז מען וועט נישט קענען מער אויפנעמען די קינדער פון די משפחות וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג און צאלן נישט קיין שכר לימוד.


איך וויל דיר זאגן, פאר יארן האב איך נישט געצאלט שכר לימוד, ווייל די מוסד האט מיר נישט געבעטן, מיטן חשבון אז איך ווער נישט באצאלט, איך באקום נישט קיין געהאלט, און מיט דעם האבן זיי מיר געטון פארגוטיגן, אז זיי צאלן מיר נישט און איך צאל זיי נישט, ביז פאר בערך דריי יאר צוריק ווען עס איז געווען די חנוכת הבית פונעם אלטן תלמוד תורה בנין, 33 טשעסטנאט, האב איך געהערט דארט א מעשה פון איינע פון די נדבנים, אז זיין טאטע האט אים דערציילט אז די הנהלה איז געקומען צום רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמער, אים זאגן אז עלטערן צאלן נישט שכר לימוד, וואס קען מען טון; האט דער רבי געפרעגט: "פארוואס צאלט מען נישט?" האט מען געזאגט: "ווייל מען האט נישט"; האט דער רבי געפרעגט: "און וואס איז מיט לעקטער, געז, אינשורענס וכו'?" האט מען געזאגט אז דארט צאלט מען, מען האט נישט קיין ברירה, ווייל אז מען צאלט נישט - האקט מען אפ, האט דער רבי געגעבן א קרעכץ און געזאגט: "און ווער זאגט אז ביי שכר לימוד האקט מען נישט אפ? אז מען צאלט נישט שכר לימוד האקט מען אויך אפ"; זייט די מעשה האב איך אנגעהויבן צאלן שכר לימוד אפילו מען בעט מיר נישט, און יעצט זאגן די חברי הנהלה אז עס איז נישט מעגליך ווייטער אנצוגיין.


אויך ווילן זיי מאכן אז מען זאל נישט קענען קומען אין חדר און אין סקול נאר מיט אן איינטריט קארטל, זיי ווילן אוועק שטעלן די מוסד אז די עלטערן זאלן מוזן קומען רעדן צו די אפיס, זיך וויסנדיג מאכן.


איך האב געבעטן די הנהלה זיי זאלן אויך מיט דיר רעדן, מען מוז ארבעטן צוזאמען.


בנוגע די פרוי וואס קומט בפריצות וכו'; מען דארף קלאר זאגן פאר די עלטערן, אדער ברענגן זיי די קינדער אדער בלייבן די קינדער אין שטוב, עס קען נישט זיין אזא זאך אז א פרוי זאל קומען אן שטרימפ צו אונז, ברענגען הייליגע קינדער בפריצות.


בנוגע וכו'; איך ווייס אז איך דארף קומען צו ענק אין קעמפ געבן חיזוק, איך וועל אם ירצה ה' קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#362 - מיטהאלטן אינפארמאציע פון שטעטל, אן קיין טעקסט
צניעות, מוסדות, טעלעפאן, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד אברהם הערש וועבערמאן נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב ליבערטי


איך בין זיך אזוי מחיה צו זיין די זומער וואכן אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, איך ווער אזוי פרייליך יעדן טאג, מער און מער, צו מיטהאלטן פון די נאנט דאס שיינקייט און דאס ערליכקייט פון אנשי שלומינו.


א שטיק צייט צוריק זענען געקומען צו מיר משפחות אז זיי ווילן נישט האבן אויף די טעלעפאן קיין טעקסט מעסעדזשעס, זיי האבן געזאגט, וואס זאלן מיר טון אז אלע הודאות פון שטעטל ווערט געשיקט אויפן טעקסט מעסעדזש, און אז זיי האבן נישט קיין טעקסט מעסעדזש, פאלן זיי ארויס, זיי ווייסן נישט די אלע זאכן; ווען עס איז דא צאמקום ביי די פרויען, און ווען געשעפטן קומען פארקויפן, שמחות וכדומה; האבן מיר דעמאלט געמאכט א פרויען טעלעפאן וואס מעלדט אלע הודאות פאר משפחות.


יעצט זענען געקומען צו מיר חשוב'ע אינגעלייט וואס זיי האבן א גדר, זיי האבן נישט קיין טעקסט אויף זייער טעלעפאן, און זיי פרעגן ווי אזוי קענען זיי מיט האלטן די שמחות אין שטעטל, און די זמנים ווען מען דאוונט אין שטעטל, און אזוי ווייטער; וויל איך דיר בעטן אפשר איז כדאי צו מאכן א טעלעפאן וואס רופט אן און מעלדט אלע זאכן וואס איז נוגע אויך פאר די מענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#361 - וואס דארפסטו אן אפיס אן ברכות?
צניעות, צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אויף דיין פראגע וכו'; די הייליגע תורה זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דארט וואו עס איז דא ערוה – 'וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ', גייט די שכינה אוועק; איז דאך נישטא קיין ברכה און קיין הצלחה, איז אפילו די ווייבל איז א גוטע ארבעטער, אבער אז זי קומט אויסגעטון ה' ישמרינו, זי קומט מיט בגדי פריצות – איז דארט נישטא קיין ברכה, איז וואס דארפסטו אן אפיס אן ברכות; איז זיכער איר זאגן שיינערהייט אז זי קען ווייטער בלייבן, אבער זי דארף קומען אנגעטון איידל. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלט מצליח זיין, סיי איר משכנע זיין צו גיין איידל, און סיי עס זאל זיין גרויס שפע.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך א קאמפיין אז די גאנצע קהילה זאל גיין נאך געלט פאר די קהילה, איך מאך די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר, אלע קאמפיינס אינאיינעם האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה איין און צוואנציג טויזנט ניין הונדערט און צוועלעף דאלער, איך האף אז די יאר וועסטו מיר העלפן, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.

#360 - די שענסטע מתנה פאר אידישע טעכטער, איז צניעות
צניעות, אמונה, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


זאגט תהלים און בעטס דעם אייבערשטן יעדע זאך, רעד צו אים אזוי ווי מען רעדט און מען שמועסט מיט א גוטע פריינד, און ווי אזוי א קינד רעדט און שמועסט מיט זיין טאטע.


פירט זיך איידל, די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע טעכטער איז צניעות, זיין איידל; דארט וואו עס איז דא איידלקייט – דארט איז די שכינה הקדושה.


פון דער ראש ישיבה

#359 - לויב אויס דיין ווייב און טעכטער מיט זייער צניעות
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דיין ווייב גייט אנגעטון איידל און אז זי פירט זיך מיט די מסורה פון אירע עלטערן, די מסורה פון די הייליגע צדיקים זיך אינגאנצן אראפנעמען די האר.


דו האסט נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון א שטוב וואו די מאמע מיט די טעכטער גייען אנגעטון איידל, אין די שטוב רוט די שכינה און עס איז דא אלע ברכות, און אויב חס וחלילה די מאמע מיט די טעכטער פירן זיך אויף בפריצות – פארטרייבט מען די שכינה, מען פארטרייבט אלע ברכות פון שטוב, און מען ברענגט אריין די סטרא אחרא, די מזיקים און די קליפות השם ישמרנו.


לויב אויס דיין ווייב מיט דעם וואס זי פירט זיך מיט די הייליגע מסורה פון זיך אראפנעמען די האר, אינגאנצן זיך אפשערן. קוק אריין וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט אין זוהר (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין, און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


לויב אויס דיין ווייב און דיינע טעכטער מיט דעם וואס זיי גייען אנגעטון מיט צוגעדעקטע שטרומפ וואס זעט נישט אויס ווי פוס, און מיט קליידער וואס איז איידל. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבְּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", ווען די מאמע מיט די טעכטער פירן זיך איידל - וועט מען זוכה זיין צו האבן ערליכע געראטענע קינדער.


אז מען קוקט אין די וועלט און מען זעט וואס טוט זיך אין די וועלט, אזוי סאך קינדער, אזוי סאך שטיבער - פאלן אוועק פון אידישקייט; דארף מען זיך מורא'דיג שטארקן אז די ווייב און די קינדער, די מאמע מיט די טעכטער - זאלן גיין אנגעטון איידל, רעד צו דיינע קינדער פון די שיינקייט און דאס הייליגקייט פון צניעות, און חס וחלילה טשעפען אדער שפעטן, אדער אוועקמאכן און אונטערברעכן די ווייב זי זאל נישט גיין ווי איר מאמע און ווי די הייליגע מסורה.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ברודער, געב אכטונג אז דיינע טעכטער זאלן האבן איידעלע חבר'טעס, ערליכע חבר'טעס, חבר'טעס פון ערליכע שטיבער, ווייל די כח פון א חבר'טע איז זייער שטארק, און אויב מען חבר'ט זיך מיט נישט קיין גוטע חבר'טע - קען מען אינגאנצן אוועקקריכן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ז.): "הַרְבֵּה יַלְדוּת עוֹשָׂה, הַרְבֵּה שְׁכֵנִים הָרָעִים עוֹשִׂים.


אויך זאלסטו זען אז ביי דיר אין שטוב זאל מען רעדן פון אמונת חכמים, מען זאל דערציילן מעשיות פון צדיקים, און מען זאל פרעגן שאלות פון א דיין, און פון א רב, און פאלגן וואס די חכמים זאגן.


טייערער ברודער, גנב'ע זיך אראפ אפאר מינוט יעדן טאג פאר התבודדות; בעסער איז דאס צו טון ווי פריער אינעם טאג, ווען דער מח איז נאך קלאר. גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן. בעט דעם אייבערשטן פאר דיר, פאר דיין שטוב, פאר דיינע קינדער און דורי דורות, אלע זאלן זיין ערליכע אידן, אלע זאלן האבן א שטארקע אמונה און אלע זאלן גיין בדרך התורה והיראה, בדרך הצדיקים.


זיי געזונט און שטארק.

#358 - אז מען פירט זיך איידל, קען ארבעטן די ברכות און סגולות
צניעות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ...


איך האב אסאך געטראכט אויב איך זאל אייך שרייבן, ווייל וואס דארף איך זאגן וכו', אבער פון די אנדערע זייט, זע איך ענקער צער ווי ענק ווארטן אזוי לאנג אויף די ישועה אז עס זאל שוין קומען; גיי איך ארויס פון מיין וועג אבי ענק זאלן שוין געהאלפן ווערן.


וויסן זאלט איר, די שכינה רוט נאר אין א שטוב וואו די פרוי גייט אנגעטון איידל און פירט זיך אויף איידל, אויב חס ושלום מען גייט אנגעטון בפריצות – פארטרייבט מען די שכינה פון שטוב; איז ממילא נישט חל די ברכות און סגולות וואס מען באקומט.


על כן טייערע טאכטער תחי', שטארקט אייך צו גיין אנגעטון איידל, און אפילו אין שטוב זאלט איר גיין אנגעטון איידל, נישט אויסגעשניטן, נישט קורץ, נישט געפאסט, און אויך די פיס זאל זיין צוגעדעקט; וועט איר מאכן א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און איר וועט גלייך זען ווי אייער ישועה קומט.


די אלע זאכן וואס פרויען טוען; דאווענען, גמילות חסדים – איז נאר חשוב אז מען איז א צנועה, אויב חס ושלום מען איז נישט איידל – איז אלעס א שאד.


איך שרייב דעם בריוו נאר ווייל ענק ווארטן אזוי לאנג פאר א ישועה, איך וויל ענק העלפן.

#357 - נישט פארשוועכן דעם אייבערשטנ'ס נאמען
צניעות, התחזקות, תשובה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י"א תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


געב אכטונג נישט צו פארשוועכן דעם אייבערשטנ'ס נאמען, דו לייגסט ארויס סטעטוס ווי דו טאנצט ביי א געמישטע קאנצערט בתערובות, פול מיט פריצות השם ישמרינו. די הייליגע חכמים זאגן (קדושין מ.), אז א מענטש האט א שטארקע יצר הרע: "ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורים ויתכסה שחורים", זאל ער זיך באהאלטן אז חס ושלום עס זאל נישט זיין קיין חילול השם; היינט מיט די סטעטוס, אז מען לייגט נישט גוטע זאכן – ווערט נתחלל שמו הגדול, אויך די פרייע זאגן און שרייבן: "קוקט וואו די פרומע אידן זענען, קוקט וואס די פרומע טוען..."


טו תשובה; סיי זאלסט מער נישט גיין צו נישט ערליכע פלעצער, און חס ושלום אז דו פאלסט – זאלסטו דאס נישט אפכאפן און ארויסלייגן. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לד:): "חָצִיף עָלַי מַאן דִמְּפָרֵשׁ חֶטְאֵיהּ", עס איז א גרויסע עזות און א חוצפה ווער עס דערציילט און איז מפרסם זיינע עבירות; נאר פארן אייבערשטן מעג מען דערציילן און מען דארף דערציילן, זיך מתוודה זיין און וויינען ער זאל אננעמען די תשובה.


אויך מיך פארשעמסטו, און אויך דעם הייליגן רבי'ן; איך האף דו וועסט דאס מער נישט טון, דו וועסט תשובה טון און צוריק אנהייבן לערנען און דאווענען, דינען דעם אייבערשטן מיט לערנען תורה און דאווענען די דריי תפילות און זיך פרייען מיט די מצוות, ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין; זאלסט גיין אין א שטילע פלאץ און זיך אויסשמועסן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף אלעס, און דיך מקרב זיין צו אים.


זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג כך וכך משניות, און כך וכך דפים גמרא, חק ולא יעבור, יהי' מה שיהי', דאס וועט דיך אויסציען פון שאול תחתית. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט), אפילו א מענטש וואס איז נעבעך צוגעוואוינט צו טון עבירות רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג כך וכך תורה – וועט אים די תורה ארויסנעמען פון אלע בלאטעס און ברענגען צו ווערן אן ערליכער איד.

#356 - אלעס איז אנגעהאנגען אין היטן די אויגן
צניעות, קדושה, אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות מסעי, כ' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז דו האסט אפגעלאזט די מאוויס, דו קוקסט מער נישט קיין מאוויס; יעצט וועסטו זוכה זיין צו הייליגע מחשבות, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד. וויסן זאלסטו, אלע קדושות און אלע מדריגות איז אנגעהאנגען אין היטן די אויגן, אז מען היט די אויגן – איז די לעבן זיס, און אז חלילה מען קוקט עבירות – ווערט די לעבן אזוי ביטער, מען ליידט און מען זוכט וואו צו אנטלויפן און ענדיגן דעם לעבן.


דער הייליגער רבי נתן דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיד), אמאל בין איך געשטאנען נעבן רבי'ן, און דער רבי רופט זיך אן: "עֶס הָאט אַ פָּנִים אַז מֶען מוּז זִיךְ פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן", און רבי נתן דערציילט: "איך קען נישט אראפשרייבן די תנועות וואס דער רבי האט דעמאלט געמאכט, ווי דער רבי האט אזוי געטרייסלט ביים זאגן די ווערטער, עס האט אויסגעזען ווי דער רבי האט דעמאלט עפעס גאר שטארק משיג געווען, וואס פאסירט ביים קוקן עבירות, און ביים טראכטן פון עבירות, אז די פגם קומט אן זייער הויך, השם ישמרינו".


שטארק זיך, קוק נישט קיין שום זאך, אפילו כלומר'יש איז עס נישט עבירות, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שבת קה:), דער יצר הרע האט זיינע טריקס ווי אזוי ער שלעפט אריין אין עבירות, ער הייבט אן צורעדן צו טון נאר דאס און נאר יענץ, ביז ער שלעפט אוועק דעם מענטש פונעם אייבערשטן.

#355 - שווימען מיט איידלקייט
צניעות, חינוך הילדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק שיקן אייער טאכטער תחי' אין מיידל קעמפ זאלן ענק אויסלערנען די קינדער ווי אזוי מען שווימט איידל, לייגט אריין אין די טעכטער דאס שיינקייט פון זיין איידל, ווייל דער לאנגער גלות איז גורם (תהלים קו, לה): "וַיִּתְעָרְבוּ בַגּוֹיִם וַיִּלְמְדוּ מַעֲשֵׂיהֶם", מען לערנט זיך פון די גוים, מען גייט אין זייערע וועגן; לערן דיין שטוב, דיין ווייב און טעכטער – מען זאל חס ושלום שווימען מיט א בעדינ"ג סו"ט, נאר שווימען מיט א שווים קלייד וואס איז ערליך און איידל, ווייל אפילו א מיידל צווישן מיידלעך און א פרוי צווישן פרויען - דארף אויך זיין איידל און הייליג, און אויך אויב מען איז אליין אין א סווימינג פול, מען איז אליין אין שטוב - דארף מען זיין הייליג און איידל, און אז מען איז איידל - איז מען זוכה צו געזונטע ערליכע קינדער, מען איז זוכה צו הייליגע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז מען פירט זיך איידל און צניעות'דיג - איז מען זוכה צו הייליגע קינדער.


אז דו ווילסט דיינע טעכטער זאלן ליב האבן די איידעלע וועג, זאלסטו שעצן דיין ווייב'ס צניעות; אז דיין ווייב האט א גוטע מנהג, זי האט זיך אונטער גענומען צו גיין א געוויסע וועג, איידל - זאלסטו איר מחשיב זיין, איר אויסרימען, דעמאלט וועלן דיינע טעכטער אויך וועלן גיין אין די וועג, אבער אז דו וועסט זיך אונטער לאכן פון אירע גוטע מנהגים, דו וועסט שפעטן פון איר, דו וועסט שפעטן פון די רבנים וואס לערנען ווי אזוי זיך צו פירן - וועלן די קינדער אלעס אפלאזן, און זיי וועלן גיין א טרעפ ווייטער פון דיר, זיי וועלן לאכן און שפעטן פון אלעס; פריי זיך אז דיין ווייב וויל זיין גוט, זי זוכט גוטע קבלות, זיי איר מחזק, און געב איר גוטע ווערטער אז זי איז איידל, אזוי וועסטו זוכה זיין צו בנים צדיקים. ווייל ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען אין אינסטאנבול האט ער געזען קינדער מיט גאר הייליגע נשמות, ער האט געזען זיי האבן נשמות פון תנאים, האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט אז דאס קומט פון זייערע מאמעס וואס זיי זענען זייער איידל און פירן זיך זייער בצניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.