בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איין תירוץ אויף אלע צוואנציג שאלות
שמחה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי' קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא איין תירוץ אויף אלע צוואנציג שאלות, עס פעלט אייך שמחה; וואלט איר געווען פרייליך וואלט אלעס גוט געווען.


אינטערעסאנט, וויפיל איך שרייב אייך פון דעם - ווילט איר עס נישט דערהערן און אייר שרייבט נאכאמאל און נאכאמאל איבער די זעלבע זאכן וואס קרענקט אייך, און יעדע מאל פון פריש מיט די זעלבע זאכן; א שאד אז איר דערהערט נישט דעם קול פון צדיק וואס זאגט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד", דער צדיק בעט אונז (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א'): "מי שהוא שמח תמיד על ידי זה הוא מצליח", ווער עס איז פרייליך איז שטענדיג מצליח, און אויך יעצט ווען מיר פירן זיך אין די טעג פון ספירה מיט די הלכות פון אבילות, מען טרויערט אויף די פיר און צוואנציג טויזנט תלמידי רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן אין די טעג, אבער דאס מיינט נישט צו זאגן אז די טעג זענען טרויעריגע טעג, דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל זיין אין מרה שחורה, מען טאר נישט זיין בעצבות ומרה שחורה, די סמ"ך מ"ם איז עצבות ומרה שחורה, דאס איז די נעץ מיט וואס די קליפות פאנגען אידישע נשמות, דורך אוועקנעמען די האפענונג, דורך ווייזן א שווארצע בילד ווי אלעס אזי שוין סיי ווי פארפאלן, מען שפירט ווי מען איז דער ערגסטער מענטש; ערשט קען מען זיך נישט ליידן, און דאס איז גורם אז מען קען נישט ליידן דעם מאן, מען קען נישט ליידן די קינדער, מען קען קיינעם נישט ליידן.


אלע פראבלעמען קומט פון נישט זיין פרייליך, און דערפאר האט אונז דער הייליגער רבי אזויפיל אנגעזאגט מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל ווען מען איז פרייליך פארברענט מען די קליפות, מיט שמחה גייט מען ארויס פון די טומאה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כי בשמחה", מיט שמחה – "תצאו", גייט מען ארויס פון די אייגענע גלות, פון די עצבות ומרה שחורה וואס טוט אפשוואכן די אמונה (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י).


א מענטש קען זיך מעסטן וואו ער שטייט, אויב ער איז ביי די קדושה אדער ביי די טומאה, דורך קוקן אויב מען איז פרייליך; ביי די קדושה שטייט (דברי הימים א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ביים אייבערשטן איז נישטא קיין שום עצבות, און אז מען איז פרייליך און מען מאכט זיך פרייליך - איז מען ביים אייבערשטן, און פארקערט, ווען מען איז פארביטערט, מען איז אין די טונקלקייט, אין די מרה שחורה - איז שכינתא בגלותא, און דאס טוט געבן כח פאר די סטרא אחרא.


איך בעט אייך, לאזט אפ די עצבות ומרה שחורה, אפילו עס זעט אויס ווי עס איז א גוטע זאך, מען איז צעבראכן אויף נישט גוטע זאכן וואס מען האט געטון - איז דאס אבער נישט פון די קדושה, ווייל אז מען האט געטון נישט גוטע זאכן טוט מען תשובה, מען זאגט: "הייליגער באשעפער איך בעט דיר איבער אויף וואס איך האב געטון", אבער נישט עצבות ומרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.