בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיינע אלע בריוון.
וואס מאכסטו אזא טומל און אזא רעש? האסט הערשט יעצט חתונה געהאט, נאכנישט קיין האלבע יאר פון די חתונה; איז וואס איז דער טומל און דער רעש אז דו האסט נאכנישט קיין קינדער?
אמאל קען זיין אז די צעדריקטקייט און דער גרויסער לחץ - דאס אליינס האלט אפ די פרוי פון האבן קינדער.
גיי נישט צו קיין דאקטאר; אז עס גייט אריבער צוויי דריי יאר פון די חתונה - דעמאלט פרעגט מען דעם רב אדער דעם דיין צי מען זאל גיין צו א דאקטאר; ביז צוויי דריי יאר דארף מען זיך בכלל נישט זארגן.
בנוגע מקוה ערב שבת, דו ווילסט וויסן אויב מען דארף גיין נאכאמאל אויב מען איז געווען אינדערפרי; יא, מען דארף גיין נאכאמאל לכבוד שבת, גיי אין מקוה אינדערפרי און נאכאמאל לכבוד שבת פון חצות.
מאך נישט קיין פאניק וכו', נעם די עצה, די סגולה פון הייליגן רבי'ן (ספר המידות אות בנים חלק א, סימן כב) וואס קען א מענטש טון ער זאל זוכה זיין צו קינדער? "יְשַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב; ווייל א פרוי ציט זיך מער צו עצבות, א פרוי האט נישט קיין תורה וואס מאכט פרייליך, דארף דער מאן איר פרייליך מאכן, און נישט ווארטן זי זאל אים פרייליך מאכן; וועסטו זוכה זיין צו א שטוב מיט קינדער און צו א פרייליכע שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.