בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אכטונג געבן אויף די מיידלעך
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אויף דיינע קינדער זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים - ובפרט אויף דיינע טעכטער. מיידלעך דארפן מער שמירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, סימן ה): "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", א מיידל דארף מער שמירה ווי א אינגל; בפרט היינטיגע טעג וואס עס איז דא אסאך פריצות, דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער פון ווען זיי זענען נאך גאר קליין אז זיי זאלן זיך פירן מיט צניעות.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן אויף דיינע פראגעס:


א) בנוגע צי א מיידל מעג פארן מיט א בייק (טו-ווילער); עס איז נישט קיין צניעות פאר א גרויסע מיידל צו פארן מיט א טו-ווילער און אויך נישט מיט קיין ראלער-בלעידס; ווי יונגער מען געוואוינט זיי צו זיך צו שפילן מיט די סארטן שפילערייען וואס געהערן צו זיי, אלץ ווייניגער קאפ וויי וועט מען האבן שפעטער וד"ל.


פארשטייט זיך אז מען קען נישט מחנך זיין מיט שרייען און שלאגן וכו', דאס מאכט נאר ערגער, דאס מאכט אז קינדער זאלן אנטלויפן פון שטוב השם ירחם; מען דארף שיין רעדן, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז די ווערטער גייען אריין אין הארץ.


דאס איז פשוט אז נאר ווען טאטע און מאמע זענען איינשטימיג איבער א נושא קען מען דאס פועל'ן, אבער אז דער טאטע זאגט יא און די מאמע זאגט ניין, אדער פארקערט - די טאטע זאגט ניין און די מאמע זאגט מען מעג יא, דעמאלט קען מען נישט פועל'ן ווייל די קינדער ווערן צעמישט.


דערפאר איז זייער וויכטיג אז עלטערן זאלן האבן א דעת תורה וועם זיי פרעגן זייערע ספיקות ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, ווייל עס איז דא כסדר שאלות בפרט ביי חינוך הבנים והבנות צי מען מעג דאס צי מען מעג יענץ; אזוי וועלן ביידע זיין מיטן זעלבע דעה, דעמאלט וועלן זיי קענען מצליח זיין מיט די קינדער.


ב) בנוגע אנטון פאר קינדער טייערע קליידער וכו'; עס איז זיכער בעסער זיי אנצוטון מיט נישט קיין טייערע קליידער. אפילו מען באקומט דאס פון א צווייטן בחנם איז אויך נישט כדי זיי צו צוגעוויינען צו גיין אנגעטון מיט טייערע קליידער.


ג) בנוגע דיין טאכטער וואס שפילט זיך מיטן שכנ'ס אינגל וכו'; דאס דארפסטו טון מיט גרויס חכמה, דו דארפסט איר שיין מסביר זיין אז זי זאל זיך שפילן מיט מיידלעך, ווייל מיידלעך שפילן מיט מיידלעך, און אינגלעך שפילן מיט אינגלעך. זאג איר: "יעצט ביסטו שוין א גרויסע מיידל זאלסטו שפילן מיט די מיידלעך, נאר קליינע קינדער שפילן זיך אינגלעך און מיידלעך, דו ביסט שוין גרויס וכו'".


שמועס דיך דורך מיט דיין ווייב תחי' ווי אזוי איר זאלט זיך באגיין מיט דעם; איין זאך בעט איך דיר: "טו עס נישט ווילד"; געדענק וואס דער רבי האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה א) ווען דער שני למלכות איז אנגעקומען צום שטאט וואו די בת מלך איז געווען, זאגט דער רבי: "ער איז געגאנגען צו א גביר וכו', ווייל מען דארף זיך דארטן פארזוימען, ווייל מען מוז זען מיט חכמה און שכל מען זאל איר ארויס נעמען (ווי אזוי ער האט איר ארויס גענומען האט דער רבי נישט דערציילט) אבער צום סוף האט ער איר ארויס גענומען, אמן סלה".


טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז אן תפילה נוצט נישט גארנישט; מען קען וויסן אלע עצות און אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן - קען מען גארנישט טון. מען דארף אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, זאגנדיג: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט.